transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1אזוי ווי פאראיארן ווי איך אויך דעם יאר רעדן אויף מאמר לשון, און וואס איצטער איז דאס אויך איז יכער דער לשון פון דער מאמר פון יעדערער פון אייך, אדער פון דער באבע פון יעדערער פון אייך, אדער פון דער עלטער-באבע פון יעדערער פון אייך, במילא איז דאס אויך נאכמער פארשטארקן דעם פארבונד פון אידן אין אלע דורות, אף על פי וואס מ'איז מפוזר ומפורד בין העמים, פאנאנדערגעשפרייט איבער פארשידענע לענדער און פארשידענע פעלקער, ביז וואנענט אז דאס האט אויך געבראכט צו פארשידנקייטן אין מנהגים על פי שולחן-ערוך, איז אויך דא מנהגים פארבונדן מיט יעדער לאנד, די ספעציעלע תנאים פון דער לאנד, שמירת שבת, הינגט זיך דאס אפ ווען יעדער לאנד ענדיקט זיך פרייטאג און הויבט זיך אן שבת, וואס דאס איז דאך אן אונטערשייד פון די לענדער וואס ליגן מערער צו צפון אדער מערער צו מזרח אדער מערער צו מעריב וכו' הוא. און דורך דערויף איז הפיך אויך, אז דאס האט נאכמער פארשטארקן דער פארבונד צווישן אידן אויך פון איצט אן און ווייטער, אז אף על פי וואס ווי געזאגט, נאכן טרעפן זיך צוזאמען גייט מען זיך פאנאנדער יעדערער אין זיין באשעפטיקונג, אויסנוצנדיק זיינע כשרונות, און די מעגלעכקייטן און דער מזל וואס דער אויבערשטער האט אים געגעבן, וואס דער אויבערשטער האט דאך פאר יעדערן באזונדערע ברכות און א באזונדער מזל און א באזונדער הצלחה, און דער לשון ווי תורה זאגט, אז באמת איז קען איינער ניט אנרירן די פרנסה פון א צווייטן, אפילו ווען ער וועט זיך אין דערויף משתדל זיין,
¶2ווארום פרנסה גיט דער אויבערשטער, און ער גיט אויך די הצלחה און די פעיקייטן, ווי אזוי צו באקומען די פרנסה, און דאס בשעת מ'זעט אז דער אויבערשטער האט איינעם מצליח געווען, און ער האט א פרנסה בריווח, ביז וואנענט אז ער קען געבן אויך צדקה בריווח, און מוסיף זיין אין דעם פון צייט צו צייט באווייזט דאך דאס, אז ער האט א באזונדער זכות, אז דעם אויבערשטן ער זאל אים געבן א ברכה מיוחדה, און זיכער איז דאך איינער פון די זכותים פארוואס מ'פארדינט עס ביים אויבערשטן, דערפאר וואס דער אויבערשטער ווייס און איז זיכער אז מ'וועט אויסנוצן אט דאס וואס מ'באקומט דורך דעם אויבערשטן מערער געלט און מערער מעגלעכקייטן אויף טאן גוטות, וועט מען דאס אויסנוצן ניט אויף זויפיל פאר דעם אייגענעם נוצן, אדער אפילו פאר דעם נוצן פון דער ענגער משפחה, נאר אויסנוצן דאס פאר דעם נוצן פון כלל ישראל, ס'דארף דאך אבער אויך זיין א טובה פאר פרטים בישראל, פאר אידן מיוחדים, אלס פרטיות'דיקע מענטשן, אויסנוצן פאר גאר א גרויסן צאל פון די מענטשן צו וועלכע מ'קען דערגרייכן, און טאן דאס מיט דעם באוואוסטזיין אז מ'איז ממלא דורך דערויף א שליחות פון דעם אויבערשטן, ווארום דער אויבערשטער איז אן און מפרנס לכול איז אדרבא ניט דאס וואס מ'העלפט ארויס דעם צווייטן איז דאס זיכער א גרויסע זאך און א וויכטיקע זאך, און גאר א גרויסע מצוה, ביז וואנענט אז דאס איז פארבונדן מיט א מצוה פון ואהבת לרעך כמוך וואס דאס איז כולל כל התורה כולה, דאס קומט אבער ניט צו דער טובה וואס מ'באקומט דורך דעם אידן, וועמען מ'האט געטאן א טובה, וואס דורך אים האט מען די מעגלעכקייט אויף ערפילן דעם אויבערשטנ'ס שליחות, וואס אנשטאט וואס דער אויבערשטער זאל געבן יענעם
¶3די טובה אליין, אדער דורך אן אנדער שליח האט דער אויבערשטער מזכה געווען דעם אידן וואס העלפט ארויס א צווייטן אידן, אז ער זאל זיין די שליח פון דעם אויבערשטן, און טאן די שליחות מיט דער אנערקענונג, אז דורך דעם באקומט ער מערער וויפל ער גיט דעם צווייטן אידן. און על אחת כמה וכמה אט די וואס האבן זוכה געווען, ווי יעדערער פון אייך האט זוכה געווען, אויף צו נעמען איינטייל אין די מוסדות וואס דורך זיי טוט מען טובות א מערערע צאל אידן, אדער א כלל אידן, ובמיוחד אין דעם שטח פון אידישע ערציאונג, אז אידישע קינדער זאלן זיך ערציאונג וויסנדיק און געבויט אויף דערויף, אז זיי זיינען אידן און זיי דארפן זיין אידן, דורך דערויף וואס זיי באווייזן א לעבעדיקן ביישפיל פון א אידישן לעבן, ביז אז דאס ווערט א לעבעדיקער ביישפיל פאר אלע אידן ארום זיך, און די קינדער ארום זיך, איז דאך פארשטאנדיק די גרויסע טובה וואס יעדערער באקומט, דורך דערויף וואס ער טוט א טובה די א צווייטן אידן, און מ'טוט דאס אין אזא מין וועג, אז דער וואס באקומט די טובה פילט זיך ניט ענג, און פילט זיך ניט אלס איינער וואס האט דארפט אנקומען דוקא צו א צווייטן טובה, ווארום ער זעט, אז מ'טוט די טובה, אדער דער מוסד זעט, אז מ'טוט די טובה בשמחה ובטוב לבב.
¶4און דאס האט אויך א פראקטישן ווערט, בשעת מ'זעט אז מ'טוט דאס בשמחה ובטוב לבב, טוט מען אין א גרעסערע מאס, און מ'דארף ניט אנקומען אז א צווייטער זאל בעטן וועגן דערויף, אדער זאל באשטיין אויף דעם, אדער דארף מען בעטן צוויי מאל, אדרבא מ'איז זיך מתקדם, מ'הויבט אן אליין אנשלאגן זיך אויף טאן א טובה המוסד, א פרטיות'דיקן אידן, וויסנדיק אז דאס טוט מען א טובה אויך כלל ישראל, און וואס איז אויך גאר וויכטיק, אז דורך דערויף איז מען אויך מאכט מען לייכטער דעם גלות, און מ'איז מקרב די גאולה פון דעם גלות, ווי די גמרא זאגט און ווי תורה זאגט, אז דורך דערויף וואס אידן זיינען מרבה אין צדקה און צו טאן טובות ארום זיך איז מען מקצר, מאכט מען קירצער דעם גלות, מאכט מערנטער די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.
¶5וואס דאס איז אויך וואס מ'זעט און מ'לערנט אויך אפ פון דער פרשה פון היינטיקער וואך, ווי מ'איז דאך געוואוינט געווארן, אז יעדער וואך האט דאך איר פרשה, וואס האט ספעציעלע אנווייזונגען פארבונדן מיט די פאסירונגען וואס טרעפן אין דער וואך, עאכו כמה וכמה א פאסירונג אז ס'וועט ערפן זיך צוזאמען מיט מערערע אידן, און וואס יעדערער פון זיי האט א השפעה אויף א גרעסערע צאל אידן, במילא איז בשעת ער איז דא קומט דורך דערויף אויך אן דער מעסעדזש ווי מ'זאגט דאס, דאס וואס מ'לערנט אפ דערפון צו א מערערע צאל אידן, און טוט דאס אין אזא מין אופן ווי מ'לערנט דאס אפ פון דער סדרה פון היינטיקע וואך, וואס דארט ווערט דערציילט א פאסירונג וואס איז געווען מיט טויזנטער יארן צוריק, אבער אז מ'טראכט זיך אריין אין דעם זעט מען גלייך אין דעם די אנווייזונג און די תורה וואס מ'קען אפלערנען דערפון פארן טאג-טעגלעכן לעבן בכלל, ובמיוחד אט די מענטשן וואס האבן דעם זכות אז דורך זיי פירט דורך דער אויבערשטער א שליחות אין טובת הרבים, ווי אזוי זיי דארפן טאן, און ווי אזוי זיי דארפן זיך פילן גליקלאך, און האדעווען אזוי אויך זייערע קינדער און זייערע מושפעים, אז זיי זאלן גיין אין זייער וועג, און אויך וועט זיכער זיין די הצלחה פון די קינדער נאך מער ווי ס'איז געווען בא די עלטערן, וויבאלד אז די קינדער האבן שוין געהאט דעם ביישפיל פון די עלטערן און די הדרכה פון די עלטערן טוען זיי מיט מער הצלחה און מיט מערער זריזות און מיט נאכמער פריילעכקייט, במילא איז די אלע זאכן מיט מער הצלחה.
¶6און אט דא, ווי געזאגט, האט מען א וואונדערלעכע אפלערנונג פון דער התחלה פון דער סדרה פון דער וואך, געפינט זיך אין דער התחלה, אין אנהויבס פון דער וואך, און אין א סדרה טיילט זיך מיט זיבן חלקים, אף על פי וואס בכללות איז די סדרה געהערט צו דער גאנצער וואך, אבער אין דער סדרה עצמה אליין איז יעדער טייל פון דער סדרה איז פארבונדן מיט דעם טאג פון דער וואך, וואס דאס האט א ספעציעלע פארבינדונג, זייענדיק דער צווייטער טאג פון דער וואך, דער חלק אין דער סדרה דער צווייטער חלק אין דער סדרה, וואס דארט ווערט דערציילט, ווי געזאגט, א זאך פון וועלכע מ'קען אפלערנען גאר א סאך ביז אין טאג-טעגלעכן לעבן, און ספעציעל קענען דערפון אפלערנען אט די מענטשן וואס זיי האבן א טייל אין עסקנות ציבורית, אין געזעלשאפטלעכע ארבעט, און טוען די געזעלשאפטלעכע ארבעט מיט ליבשאפט און מיט איבערגעב� הייט, און דערפאר בענטשט זיי דער אויבערשטער מיט א הצלחה מיוחדה, מיט א ספעציעלע הצלחה. וואס דארט ווערט דערציילט אין דער סדרה, אז בשעת מ'איז געווען אין מדבר, וואס מדבר אין אלגעמיין איז דאך דאס א דוגמא ווי אידן געפינען זיך אין גלות, ווארום די אידן געהערן דאך על שולחן אביהם אט דארט וואו ס'איז געווען דער בית המקדש און וואו ס'איז דא דער כותל המערב מיט אלע ענינים פארבונדן דערמיט, און בשעת מ'געפינט זיך אין אן אנדער ארט, אפילו אז דאס איז מערניט אפגעטיילט בגשמיות ארטלעך איז דאס אבער אויך בשעת מעשה איז מען בגלות ניט אין דעם ארט וואו ס'געפינט זיך דער בית-המקדש, אין הר הבית, אפילו ניט ווי אין ביישפיל פון אונזער ביישפיל, אפילו ניט אין ארץ-ישראל בכלל.
¶7ציילט ער אין דער סדרה, אז בשעת מ'איז געווען אין בית-המקדש, האט דער אויבערשטער געהייסן אז אידן זאלן בויען א משכן, און דער משכן זאגט דער אויבערשטער ועשו לי מקדש ער רופט דאס אן אז דאס איז א הייליקע זאך, אף על פי וואס דאס ווערט געמאכט דורך מענטשן, און באקומט דאס די הייליקייט פון דעם אויבערשטן, ביז אין אזא מין אופן אז דער אויבערשטער זאגט ושכנתי אז ער וועט אנשטאט צו זיין פארבונדן מיט הימלן ווערט ער פארבונדן דוקא מיט אט דעם מקדש אדער משכן וואס אידן בויען אים, און בויען אים אין א מדבר, אין א גלות. וויבאלד אז זיי טוען דאס לשמי, מ'טוט דאס צוליב דעם אויבערשטן, כדי דער אויבערשטער זאל האבן דערפון די מעגלעכקייט דורך דעם קומט גוטות און פארשפרייטן צדקה וחסד, און במיוחד פארשפרייטן תורה יעדער אידן און אלע אידן באקומט דאס דעם אויבערשטנ'ס ברכה והצלחה, אז אדרבא דאס ווערט דער עיקר ארט וואו דער אויבערשטער געפינט זיך, ביז וואנענט אז מ'זאגט דאס אין א משל, אין א דוגמא, אז דער אויבערשטער, אנשטאט צו זיין אין די עמלין, געפינט ער זיך צווישן אידן, דא אין גלות אפילו ווען דאס איז אין חוץ-לארץ, און דוקא דארטן זאגט ער ושכנתי דאס ווערט זיין עיקר בית, זיין עיקר משכן, און דורך דערויף ווערט אויך ושכנתי בתוכם דאס איז דער עיקר, אז דורך דערויף זאגט דער אויבערשטער ווערט זיין משכן די נשמה פון יעדער אידן און די הארץ פון יעדער אידן, און דורך דעם אויך די הארץ פון אלע מיטגלידער פון זיין משפחה, ביז וואנענט אז דער אויבערשטער זאגט, אז דער גאנצער הויז, די גאנצע דירה, ווערט דאס א מקדש מעד פאר דעם אויבערשטן, אנשטאט צו זיין אין די הימלען געפינט ער זיך אין יעדער אידישער הויז, און געפינט זיך דארט בשמחה ובטוב לבב.
¶8דער אויבערשטער האט דאך געוואלט, ווי געזאגט, אז דאס זאלן בויט ווערן דוקא דורך בני אדם, דורך מענטשן, דורך אידן האט ער אויף דערויף באשטימט און געגעבן ספעציעלע כשרונות צו בצלאל און א עלי צו באשטימטע מענטשן אין יענער צייט, וואס זיי זאלן דאס קענען דורכפירן אין א שיינעם אופן און אין א גוטן אופן, און דער עיקר אין א שנעלן אופן, כדי דאס זאל זיך אנהויבן דעם אויבערשטן שכנתי בתוכן וואס פריער, און ווי ס'ווערט דערציילט אין חומש, האט זיך דאס אנגעהויבן אין א קביעות'דיקן אופן ראש-חודש ניסן, ביי חודש הראשון ובראש-חודש, ביום הראשון, וואס דאס איז דאך אויך דער ראש-חודש וואס מ'גייט בענטשן דעם שבת וואס קומט לאחרי זה, און גלייך נאך דערויף איז ראש-חודש, און ס'ווערט אויך שוין איצטער, זיבן טעג נאך פאר דעם איז שוין געווען די התחלה, דער חינוך, דער ציון דער צוגרייטונג פון די אלע ענינים, ווי דערציילט אין חומש אין דער סדרה.
¶9בטוב לבב, און ס'איז דורכגאנגען שוין די אלע זיבן טעג פון די ערשטע זיבן טעג כדי צוגעוואוינען זיך ווי אזוי צו לעבן מיט א משכן און ווי אזוי צו פירן זיך מיט א משכן איז אויפן אכטן טאג צוגעקומען א נייע זאך, איז וואס באשטייט די נייע זאך? אז כאטש אפילו דער משכן איז אויפגעבויט געווארן אין דעם בעסטן אופן און דעם שנעלסטן אופן, ווארום די בויער זיינען געווען משה ואהרן און בצלב ועלייו האט זיך דער אויבערשטער דערמיט ניט באדנוגנט, און בשעת ס'איז געקומען נאך די זיבן צוגרייטונגס טעג איז געקומען ויהי ביום השמיני די התחלה און די פרשה שני פון היינטיקער סדרה, איז אט דעמאלט האט משה רבינו צוזאמענגערופן אלע אידן, און האט זיי געזאגט אז ס'קומט גיין קלייבט זיך אלע צוזאמען לעבן דעם משכן, און דעמאלט וועט איר זען ווי אזוי דער אויבערשטער אליין באווייזט זיך דורך דעם כבוד ה כאטש אפילו דורך דעם משכן. אף על פי וואס אויך פריער איז דאך אויך געווען די הצלחה דעם אויבערשטן'ס, און ס'איז אלץ אויפגעטאן געווארן דורך דעם אויבערשטן'ס אנזאג, און לויט דעם אויבערשטן'ס אנזאגן, און מיט דעם אויבערשטנ'ס ברכות האט דער אויבערשטער געוואלט נאך מערער, אז מ'זאל אויך זען מיט עיני בשר, מיט פליישיקע אויגן, זאלן זען א פייער אדער א וואלקן, וואס דער אויבערשטער זאגט-אן, אז דארטן געפינט ער זיך און באווייזט זיך נאך מערער, ביז וואנענט פליישיקע אויגן זאלן זען, אפילו אז די נשמה, און אויך דער גוף, האט געוואוסט אויך פון פריער, אין די זיבן ט און זיכער אין דעם אנהויבס פון דעם אכטן טאג, אז דארט געפינט זיך דער אויבערשטער אליין. וויל אויך דער אויבערשטער, אז אויך די פליישע-קועגן זאלן זען די הצלחה וואס מ'האט דורך דערויף וואס מ'האט בויט און מ'טוט פאר דעם אויבערשטן דורך פארשפרייטן אידישקייט און פארשפרייטן זיין תורה און זיינע מצוות, אז דאס זאל גערפילט ווערן דורך מערער אידן
¶10נאכמערער אידן, ביז דורך אלע אידן, און דאס זאל באוויזן ווערן אין א זאך וואס אפילו דלא שוקגן זעען דאס, ביז וואנענט אז אפילו די ניט-אידן וואס זיינען ארום זעען אז דאס איז מענטשן, אידן, וואס זיי זיינען די אתה בחרתנו, וואס דער אויבערשטער האט זיי אויסגעקליבן, אז זיי זאלן מאכן פון דער גשמיות'דיקער וועלט א דירה לו יתברך, אויסגעקליבן אין אזא מין אופן, אז ער פארבינדט דאס מיט ברכות, אז זיי זאלן זיין גוט אויך בפשטות, אין פרנסה און אין געלט און אין כבוד און אין אלע גוטע זאכן, וואס בשעת א איד האט ניט קיין שוועריקייטן און האט א ברייטקייט, איז דאך א זיכערע זאך, אז סוף כל סוף גיט ער צו נאכמערער אין פארשפרייטן גוטע סדקה ארום זיך, און פארשפרייטן אידישקייט ארום זיך, און טאן דאס אלץ אין א וועג וואס ס'ווערט אלץ מערער און מערער.
¶11וואס איז צוגעקומען, ווי געזאגט, אין דער דערציילונג פון היינטיקער טייל פון דער סדרה, אז דער אויבערשטער באגנוגנט זיך ניט דערמיט וואס דער אויבערשטער איז ווייס דאך זיכער אז די זאך איז אזוי, יעדער איד פילט בא זיך אין הארצן אז די זאך איז זיכער אזוי, דער אויבערשטער וויל אבער, אז דער איד זאל דאס פירן אויך אין אן אנטפלעקטן אופן, ביז אז זיינע שכנים, אפ די ניט-אידישע שכינים זאל מען אויך זען, אז ער האט געטאן אין ממלא זיין אין דערפילן דעם אויבערשטן אנזאג, ניט נאר דורך דעם וואס ער פירט זיך אויף ווי א איד, נאר ער פירט זיך אויף אין אזא מין אופן, אז די גאנצע וועלט ארום אים זאל זיין נאך בעסער און נאך ליכטיקער, און נאך מערער דורכגענומען דורך קדושה פון דעם אויבערשטן און דורך צדקה פון דעם אויבערשטן, און אין אן אופן אז דאס זאל זיין אלץ מערער און מערער.
¶12און ווי געזאגט, דאס וואס ס'ווערט צוגעגעבן אין היינטיקער טייל פון דער סדרה איז, אז דער אויבערשטער גיט נאכמערער צו אין דער הצלחה, אז די הצלחה זאל זיין אין אן אנטפלעקטן אופן, ס'זאל זיין אויך אנטפלעקט ווי ס'איז געווען דעמאלט, אז אידן זיינען געווען בפשטות עשירים אויך רייך בגשמיות, און האבן נאכמערער געטאן מתוך הרחבה, אין אלע גוטע זאכן בכלל, און אין ממלא זיין דעם אויבערשטנ'ס רצון, ביז אין אזא אופן, אז דער אויבערשטער האט ער געזאגט און מכריז געווען, ווי דערציילט אין דעם חלק פון דער סדרה פון היינטיקן טאג, אז אף על פי וואס איר האט שוין געהאט עיקר פון אלע ענינים ווי דערציילט אין דער סדרה פאר דעם, ובפרט נאך אז דאס איז געטאן געווארן דורך עסקנים ציבורים, בבצלב לעליהו משה ואהרן, וואס זיי ווערן דאך אפגעשפיללט אין די עסקנים-ציבורים אין יעדער דור צווישן אידן, ובפרט נאך אז די עסקנים-ציבורים, ווי דער אויבערשטער האט איך מזכה געווען, טוען דאס מיט א אידישער הארץ און מיט א אידישער נשמה און מיט אן אידישער איבערגעגעבנקייט, צו דעם גאנצן אידישן פאלק, איז דער אויבערשטער נאכמער מוסיף, אז זיי זאלן אליין זען און פילן, אז זיי האבן דערביי אן עקסטרע ברכה פון דעם אויבערשטן, און די ברכה קומט אין אן אנטפלעקטן אופן, אז דער אויבערשטער וועט אויך ווייטער באגליקן, מיט נאכמער פרנסה און מיט נאכמער געזונט און מיט נאכמער הרחבה אין אלע זאכן אין ווא� זיי נויטיקן זיך, און ס'איז דאך א זיכערע זאך, ווי מ'האט געזען אין ביישפיל פון די אידן ווי ס'איז געווען פאראיארן און פאר צוויי יארן, און אין דעם יאר אליין מיט א חודש צוריק, אדער מיט צוויי חדשים צוריק און מיט א וואך צוריק, אז זיכער וועלן זיי אזוי אויך טאן אויך ווייטער און טאן אויך העכער.
¶13ובכללות, אז מתוך שמחה וטוב לבב, באווייזט זיי דער אויבערשטער אז זיי פילן, אפילו דער גשמיות'דיקער גוף, אז זיי האבן דעם אויבערשטן ברכה והצלחה. דאס קומט אויך ארויס אין ברכה והצלחה בפשטות, דורך הרחבה אין פרנסה און הרחבה אין געזונט. און עוד והוא העיקר, אז מ'האט אמת'ן אידישן נחת פון זיך אליין, ועוד ועיקר אמת'ן אידישן נחת פון קינדער און קינדס-קינדער, און מ'האדעוועט און מ'זעט אויך אין די קינדער, אז זיי גייען אויך אין די וועג פון די עלטערן, און וואס נאך מערער, זיי באגנוגענען זיך ניט מיט די דערגרייכונגען פון די עלטערן, נאר זיי זיינען זיך משתדל, אפשר וועלן זיי קענען טאן נאכמערער, און ווי מ'זעט דאך בטבע בני אדם, ווי תורה דערציילט, אז בקל אדם מתקנא חוץ מבנו ותלמידו, אז בשעת מ'זעט אז א קינד איז מצליח און האט אויפגעטאן נאכמערער אין עסקנות ציבורית, אדער נאכמערער אין פארשפרייטן אידישקייט און גוטסקייט ארום זיך, מער ווי דער טאטע האט געטאן, אדער דער מאמא האט געטאן, אדער די זיידע באבע טוען איז האט מען דערביי ניט קיין קנאה, נאר אדרבא דאס גיט נאכמערער צו אין דעם אמת'ן נחת וואס מ'האט פון קינדער און קינדס-קינדער, און דאס גיט נאכמערער צו אז מ'זאל אויך אין די קינדער פועל זיין, אז זיי זאלן מחנך זיין זייערע קינדער אין דעם וועג, און זיך אויך ניט באגנוגענען מיט די רייכיקן ביזיז, נאר טאן אלץ מערער און מערער.
¶14און ווי די אפלערונג פון דער סדרה, ווי געזאגט פריער, אז דער אויבערשטער איז מוסיף אין זיין ברכה, אז די ברכה זאל זיין אין אן אנטפלעקטן אופן, און אין אן אופן אז ס'ווערט אלץ מערער און מערער, און דאס דריקט זיך אויך אויס אין פרנסה גשמית און הצלחה אין געשעפטן, אז בפשטות זאלט ער נאכמער מצליח זיין אין איינערע געשעפטן קענען טאן נאכמערער אין אלע גוטע זאכן, און נאכמער מוסיף זיין אין געזונט און הצלחה און מזל-דיקייט אין די אלע זאכן, אין אן אופן אז ס'מעט אלץ מערער און מערער, ביז וואנענט אז דורך די השתדלות פון יעדערן פון אייך, ווי דערציילט אויך אין דער סדרה, ווערט דאס אנטפלעק צו דעם גאנצן אידישן פאלק ווי ס'איז געווען דעמאלט, און ס'ווערט אויך אנטפלעקט אין דעם איינפאכן זין, און אין דעם פשוט'טן זין, אין דעם עיקר'דיקן זין, אז בקרוב ממש, ותוקף ומיד ממש, אנטפלעקט זיך דער אויבערשטער צו יעדער אידן, אפילו צו א אידן וואס געפינט זיך ערדיקס אין א פארווארפענעם ווינקל פון דער רב קומט דער אויבערשטער אהינצו צוגיין בכבודו ובעצמו, און תלוקטו לאחד אחד נעמט פון דארט ארויס דעם אידן מיט זיין בני-בית, און לאזט אים מיטנעמען מיט זיך בגעלט, ניט ס'זאל בלייבן ליגן אין באנק, ער נעמט אויך מיט זיין אייגענטום מיט זיך, און גייט ארויס פון גלות, צו גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.
¶15און יהי רצון, אז ס'איז דאך א זיכערע זאך, אז יעדערער פון אייך וועט נאכמערער צוגעבן אין זיינע עסקנות ציבורית לטובת הכלל, און עסקנות ציבורית לטובת הפרט, וואס זיכער דארף מען דאך אייך ניט מסביר זיין, ניט ערקלערן ווי אזוי ס'איז וויכטיק טאן א טובה אויך א פרטיות'דיקן אידן, אפילו אז דאס האט ניט דעם שטורעם און דאס גיט ניט דעם כבוד, וואס מ'האט אז מ'טוט א טובה כלל ישראל, אדער א גאנצע קהילה פון אידן, אדער א גאנצן מוסד, בפרט נאך אז מ'טוט מתן בסתר, אבער דער אויבערשטער ווייס דאך, אז דאס האט ער געטאן דעם מתן בסתר גיט ער אים גלייך אלע ברכות והצלחות, און סוף כל סוף איז דער אויבערשטער אים מפרסם פונקט ווי ער איז מפרסם יעדערער פון אייך נאך מערער פון די זאכן וואס איר געטאן אין אן אפענעם אופן, איז סוף-כל-סוף וועט מען אויך מפרסם-זיין די זאכן וואס ס'טוט באהאלטענערהייט, און ס'איז דאך ניטא דערמיט וואס צו שעמען, בפרט נאך אז ס'בלייבט נאך גענוג אויף צו טאן באהאלטענערהייט, נאך דערויף וואס דער אויבערשטער וועט מפרסם-זיין גוטע עסקנות אויך פאר א פרט, נוסף אויף די עסקנות פארן כלל, און טאן אין די אלע ענינים אין אן אופן פון שמחה פון טוב לבב, און ווי דערציילט אין דער סדרה, אין דער חלק פון דער סדרה פון דעם מאנטיק, אז דער אויבערשטער האט געהייסן משה רבינו דעמאלט ער זאל צוזאמענקלייבן אלע אידן צום משכן, על דרך זה ווי יעדערער פון אונז האט זיך צוזאמענגעקליבן אויך אין א מקדש מעט, אין א בית הכנסת און א בית המקדש, וואס דארט האט געדאווענט און געלערנט און געטאן צדקה נשיא דורנו דער רבי דער שווער, וקדושה אינו זזה ממקומה דאס האט די הייליקייט עד היום הזה, און דאס איז נאכמער פארשטארק די אנטפלעקונג פון דער הייליקייט וואס יעדער איד האט, אז ער זאל זיין נאכמער אנטפלעקט און נאכמער
¶16דורכנעמען אפילו זיינע וואכעדיקע טעטיקייטן, ביז וואנענט אז אפילו ווען ער עסט און טרינגט, איז איידער ער טרינגט א טראפן וואסער מאכט ער די ברכה און זאגט שהכל מי'בדברי אז אט דער טראפן וואסער טרינגט האט אים דער אויבערשטער אליין באשאפן דורך דבר ה און האט אים געגעבן די מעגלעכקייט און דעם זכות, אז ער זאל דאס טרינקען, און דורך דערויף באפרידיקן זיין דושט, וואס דורך דעם וועט ער קענען נאכמערער טאן אין פארשפרייטן די אידישקייט, אין פארשפרייטן גוטע זאכן ארום זיך, ועל דרך זה אין אלע זאכן, ווארום יעדער זאך וואס א איד טוט מאכט ער דאך אויף דערויף א ברכה, כמדובר כמה פעמים, ווי דערציילט אין שולחן-ערוך.
¶17מען זאלן גאר אינגיכן מאכן די ברכה עיקרית אויף דעם אויבערשטנ'ס מתנה עיקרית, וואס דאס איז די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו. ובפשטות, אז ואתם תלוקטו לאחד אחד אז דער אויבערשטער זאגט דאס ווי דער לשון אין תנך, ואתם בלשון הוכח, ער ווענט זיך צו יעדער אידן אלס א פרט, און זאגט אים, אז איר און די אלע ארום אייך וועט צוזאמענגעקליבן ווערן דורך דעם אויבערשטן אליין, ארויסגענומען ווערן פון גלות, און געבראכט ווערן לארצנו הקדושה, און דארטן גופא אין ירושלים עיר הקודש, און דארטן אין בית המקדש, אין מקדש אדנ'כוננו ידיך, ובשמחה ובטוב לבב בבנינו ובבנותינו און אלע אידן, קטנם ועד גדולם, אנשים נשים וטף, ווארום יעדער איד און אלע אידן, אף על פי וואס מ'איז פאנאנדערגעשפרייט, ווי דערמאנט פריער, מפוזר ומפורד בין העמים, איז זייענדיק פאנאנדערגעשפרייט אין באזונדערע באשעפטיקונגען און באזונדערע טעטיקייטן איז בשעת מעשה איז מען אן עם אחד, אז מ'פילט די פארבונדנקייט פון יעדער אידן מיט אלע אידן, און ניט א פארבונדנקייט ווי ס'ווערט פארבונדן צוויי זאכן צוזאמען, נאר פארבונדנקייט אין אן אופן אז דאס ווערט עם אחד אן איין און איינציקער פאלק. ס'איז ניט באזונדערע טיילן, נאר ס'איז אן אחד, ס'איז אן אחדות אמיתית, וואס דאס אלץ היילט נאך מערער צו ובפרט ווי דערמאנט פריער, אז זיכער וועט אויך דער אונזער צוזאמענקלייבן מוסיף זיין בא יעדערן פון אייך און בא מיר און די אלע ארום אונז, און די אלע צו וועלכע ס'וועט דערגרייכן, אז מ'האט זיך דא צוזאמענגעקליבן און מ'האט מחליט געווען אויף צו טאן נאך מערער אין פארשפרייטן אידישקייט און גוטסקייט, וועט דאס מוסיף זיין בא יעדען אין די החלטות טובות,
¶18וועט דאס מוסיף-זיין נאכמערער אין אידישקייט, וועט דאס אויך מוסיף-זיין אין פארשפרייטן נאכמערער ליכטיקייט אין דער וועלט, וואס דעמאלט וועט דאס אויך ברענגען בקרוב ממש די אמת'ע ליכטיקייט פון דער גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, און מ'וועט פארענדיקן אויך דעם חודש אדר ביי וועלכן מ'האט דאך היינטיקן יאר צוויי אדר'ס, א שנה מעוברת, און מ'האלט שוין ביי דעם ענדע פון אדר שני, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט דעם נס פון פורים, וואס דעמאלט זיינען דאך אויך אידן געווען מפוזר ומפורד בין העמים, צוזאמען דערמיט האבן זיי זיך אלע צוזאמענגעקליגן ווי איין אחד, און זיי ווערן אלע גערופן יהודים דערפאר וואס זיי נעמען אויף זיך מקיים זיין אלע זאכן פארבונדן מיט אידישקייט, גלייך דער מסמך גאולה לגאולה דעם נס פון פורים צו דעם נס פון פסח וועגן וועלכן מ'הויבט אן טראכטן און גרייטן זיך דערצו דורך גרייטן אויך אין נייער טעטיקייט, אין דער טעטיקייט פון מאות-חיטים, וואס הויבט זיך אן דרייסיק טעג פאר פסח, גלייך אין פורים, און אויך הלוך ומוסיף אלץ מערער און מערער, און דער אויבערשטער זעט, אז מ'האט מחליט געווען און מ'האט שוין אנגעהויבן טאן אין דעם, היילט דאס נאכמערער צו, אז ער איז אויך מזרז זיין הבטחה, און בעיקר די הבטחה עיקרית, אז ער נעמט ארויס יעדערן פון אונז פון אלעמען צוזאמען, בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו, בגאולה האמיתית והשלימה, תיכף ומיד ממש, נאך אין סוף פון חודש אדער שני פון די שנה מעוברת, און מ'קומט דערנאך צו דעם שבת לאחרי זה, און מ'קומט דערנאך דער חודש ניסן שוין זייענדיק אדער אין ארץ הקודש. און ס'ווערט אויך ווי די גמרא זאגט אז ניסן דער ווארט און דער נאמען אליין איז מרמז, אז דער אויבערשטער באגנוגנט זיך ניט דערמיט וואס ער טוט ניסים אידן,
¶19צוויי נוני'ן אויף מרמז-זיין, אז דער אויבערשטער טוט ניסי ניסים, א גרויסע צאל ניסים יעדערן אין וואס ער נויטיקט זיך, סיי בגשמיות סיי ברוחניות, און די אלע ניסים קאנצעטרירן זיך אין דעם מת העיקרי, גאולה האמיתית והשלימה תיכף ומיד ממש, ובנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו מיט אמת'ן אחת און אידישן אחת פון זיך, פון קינדער און קינדס-קינדער, צוזאמען מיט די פרויען און מיט די מוטערס און מיט די באבעס און מיט די עלטער-באבעס, ואריכות ימים ושנים טובות. און דאס ווערט אלץ געטאן בשמחה ובטוב לבב, ועוד ועיקר די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנום.