Paragraph
Paragraph rh-xh31vy4q
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-3av7n7w7
- order
- nb
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס זיי זיינען ניט שנת הקחל, אפילו ניט ראש השנה נאר כל השנה כולה, וכמודגש, בפשטות הכתובים, אז דער ענין פון הקחל האט אויפגעטאן, אז ס'זאל אויפגעטאן ווערן אפילו אט די קינדער וואס וועלן נאך געבארן ווערן שפעטער, וואס דערפון איז דאך פארשטאנדיק בפשטות, אז דעם הקחל וואס מ'האט געמאכט בבית המקדש בזמן שבית מקדש הי'קיים מיט אלע פרטים שבו, האט אויפגעטאן אויף די אלע דורות שלאחרי זה, כולל אויך דורנו זה. ובפרט אז מ'געפינט זיך דאך בפשטות אין אן ארט וואס דאס איז מקדש מעט, ובמיוחד אויב מ'האט נאך געטאן במשך השנה אין דעם ענין פון ועשו לי מקדש בכל פרטי חיי האדם, סיי אין מקום און סיי אין זמן, עאכו כמה וכמה בנוגע לנפש, און די אלע ענינים וועלן זיכער נאכמערער צוהיילן דעם קיום מצוות הקהל בפשטות, און פארשטאנדיק, אז דער זמן הכי מסוגל לזה איז, בשעת די שנה איז א גאנצער יאר ווערט אנגערופן תסמך ביז וואנענט אז דאס ווערט איר נאמען, ביז וואנענט אז דאס ווערט איר נאמען און מנהג ישראל, וואס דאס וועט נאכמערער צוהיילן, כאמור, אז משיח צדקנו און די גאולה האמיתית והשלימה קומט תיכף ומיד, איז בדרך ממילא פראוועט מען ראש-השנה און עצרת ימי תשובה, און די ד'ימים שבו אין יום הקדוש, יום הכיפורים לסוכות, און די סוכות פון סוף שנת השביעית, וואס דעמאלט איז דאך די סוכות אין וועלכע מ'פראוועט דעם הקלול, פראוועט מען די אלע ענינים, אנהויבנדיק פון סיום ערב ראש-השמה, על אחת כמה וכמה די ימים שלאחרי זה, און דער גאנצער יאר, אז ס'ווערט א שמחה למעלה ממדידה והגבלה, תיכף ומיד איז ער פורץ כל הגדרים וכל ההתחלקות, אויך גדרי הזמן והמקום, כמוזכר לעיל.
- proofread
- 0