Paragraph
Paragraph rh-xc8wzyhd
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-xg7srbym
- order
- E
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און אזוי אויך איז בנוגע צו דעם טאג אין סוכות, איז דאך דארט דער זעלבער פערטער טאג אין סוכות, יעדער סוכות האט זיבן טעג במילא האט ער אויך א פערטן טאג, האט דאך אבער יעדער פערטער טאג פון סוכות אין יעדער יאר א באזונדער חלק אין תורה אין פרשת השבוע מיט וועלכע ער איז פארבונדן, און וואס תורה, ווי געזאגט פריער, אז דאס איז דער ארדער בו פון יעדער אידן, און פון אידישע סאלדזשעס, פון אידישע קינדער, וואס יעדערער פון זיי געהערט זיך צו צבאות השם במיוחד האט ער א ספעציעלע אנווייזונג אין תורה, אין די פסוקים אין וועלכע ס'זיינען פארבונדן מיט אט דעם ספעציעלן טאג, אזוי יעדערער פון זיי זאל וויסן, אז אין צוגאב צו די אלע לערנונגען און אנזאגונגען וואס מ'האט אין די בית פסוקים, און בכלל אין תורה, שבכתב ותורה שבעל פה, האט מען א ספעציעלע שליחות און א ספעציעלן פייט וואס מ'דארף ניט צולאזן דעם איסור הרע ער זאל אין דערויף זיך אריינמישן און אפקילן חס ושלום, ווער רעדט נאך פלענער מאכן א אידיש קינד פון נעמען אין דערויף איינטייל און מנצח זיין די מלחמה מיטן יצר, ביז וואנענט ער וועט אים אינגאנצן ארויסראפן פון זיין לעבן, און ער וועט בלייבן מיטן יצר טוב אליין, בלייבט דאס א ילד טוב אדער א ילדה טובה, ווי דערמאנט, אז דאס איז שנת הילד והילדה, א ספעציעלער יאר פארבונדן מיט ילד וילדה, און ווי שוין דערמאנט, אז ניט מ'זאגט אז דאס איז שנת הבן והבת, וואס דעמאלט פארבינדט מען דאס, אז ס'דארף האבן א יחוס פון א פאטער אדער א מוטער אדער אנדערע, בשעת מ'זאגט ילד און ילדה איז מען אונטערשטרייכט דאס, אז ס'איז גענוג
- proofread
- 0