Paragraph
Paragraph rh-xbte2q8y
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-6xey9469
- order
- G
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- צו יצחק'ן אתה אבינו וכמדובר כמה פעמים, אז דאס איז די גאולה האמיתית והשלימה וואס זי קומט תוקף ומיד ממש, איז בתכלית התוקף ובתכלית הגבורות לטובה, כמבואר אין די דרושים פון ראש השנה אין דעם סידור פון דעם אלטן רבי'ן, וואס איז איר געשריבן און ארויסגעגעבן געווארן על ידי פון דעם מיטעלן רבי'ן, פי הביאורים פון דעם צמח צדק בכמה מקומות אין די ענינים, ובשאר הענינים, השייכים לענין זה. וכמדובר לעיל, אז מידי שנה בשנה דארף אין דערויף זיין אן ענין מיוחד בשנה זו, אויף צוהעלפן אין די אלע ענינים נאך מער, ביתר שאת וביתר עוז. איז דאך דאס בשנה זו די קביעות פון חמישי במנחם אב איז דאס ביום השלישי שהוכפל בו כי טוב, וביום השלישי וואס דאס פארבינדט דאס גלייך מיט בית-המקדש השלישי, און מיט די גאולה השלישית, און מיט די פעולה פון יעדער אידן בכל עניניו אין אן אופן וואס לא ינשק מצד דערויף וואס אין דערויף איז דא דער תוקף פון חוט המשולש לא במהרה יו נסוק איז דאך פארשטאנדיק, אז פון לא במהרה יו נסוק ווערט דאס גלייך דער גאנצער תוקף, אז ס'ווערט ניט קיין ניתוק בכלל, ואדרבא ס'בלייבט נאר דער ענין הניתוק אין דעם ענין, אז ס'ווערט דער יתרון האור מתוך החושך פון דער חשש לניתוק, און מ'דארף דערצו געפינען די עצה, אז דאס ווערט דורך א וואס דער חוט המשולש ווערט אינגאנצן בטל דחשש, ביז וואנענט אז ס'בלייבט ניט קיין ענין של אפשריות, פון א חלישות צווישן אידן מיט תורה ומצוותי', און נאך מערער ס'ווערט דער ענין פון משולש, ישראל אורייתא וקוב'ה כולהו חד, וואס דאס איז דאך אויך דער ענין פון שלשה.
- proofread
- 0