פסקה
פסקה rh-xae1z8dq
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-rdbnevng
- order
- I
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- פון דער גאנצער וועלט, און אויך פון די ערוואקסענע אידן פון דער גאנצער וועלט, אלע צוזאמען אויף אויף ברענגען פון חוץ לארץ אין ארץ ישראל, און אין ארץ ישראל אין ירושלים עיר הקודש, און דארטן גופא אין דעם הר הקודש, אויף דעם הייליקן בארג וואו ס'איז געבויט געווארן דער בית המקדש, דער הייליקער מקדש, און אין אים אויך דער קודש קדשים, אין וועלכע ס'איז געלעגן די לוחות הברית, און דאס בלייבט דערנאך אן אייביקע דערמאנונג פאר יעדערן פון אונז, וואס געפינט זיך נאך דערוויילע אין גלות, ער זאל געדענקען, אז ס'איז דאך געווען א בית-המקדש, און אז ס'איז געווען א צוגרייטונג פאר דעם מקדש אדנ'כוננו ידיך פאר דעם בית-המקדש השלישי, וואס וועט בקרוב נתגלה ווערן און אראפנידערן אין ירושלים דא למטה, אין ירושלים בפשטות, אין ארץ ישראל, און צוזאמען דערמיט וועט יעדערער פון אונז ארויפגעבראכט ווערן עם ענני שמיא, דורך דעם אויבערשטנ'ס וואלקנ'ס, וועט דאס גיין גאר שנעל, און בקרוב ממש,
- proofread
- 0