עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-xabykx6f

kind
paragraph
order
5o
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ועד דרך זה אין דעם דריטן טאג דארף זיין אן ענין של חידוש, וויבאלד אז ס'דארף זיין אויך א יום של שמחה אדער א לילה של שמחה לגבי שני ימים שלפני זה, איז דאך ניט מספיק דער חידוש וואס איז געווען ביום השני, וויבאלד אז איצטער דארף מען דאס אויפטאן ביום השלישי, ועל דרך זה איז מוסיף מיום ליום. וואס לכאורה אין הושענא רבה, וואס די היינטיקע נאכט איז דאך די התחלה פון יום הושענא רבה, דארף מען ניט זוכן קיין טעמים חדשים אין וואס באשטייט דער חידוש הדבר, וואס מ'זעט דאס פון נוסח התפילה, איז דאך בכל יום ויום זאגט מען די הושענא על סדר האלה בית בכל יום ויום, אבער אעפ'כן איז דאך א שינוי אין וואס דער אלף איז בוי'ת און וואס דער ב'ת איז דער ראשי תיבות של הטובה וכיוצא בזה מיום ליום, און דער שינוי איז דאך בפשטות לויט תוכן הענינים וואס מ'דערמאנט אין יעדער הושענא.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions