transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1כמוזכר לעיל איז דאך פותחין בברכה, און אויב ס'איז אזוי די אלע טעג פון יום-טוב, ובפרט אין דעם יום-טוב פון זמן שמחתנו, איז דאך דאס נאך מערער ווי סתם ימים טובים, אף על פי וואס מועדים לשמחה שטייט דאך אויף אלע ימים טובים, איז דאך אין דערויף גופא דא די חלוקה כמוספל לעיל פון זמן פרטיות יותר, פון זמן חירותנו ון זמן מתן תורתנו ון זמן שמחתנו, און אין זמן שמחתנו עצמם איז דאך אויך דא די ימים ראשונים וואס זיי האבן דאך די מעלה פון זמן שמחתנו, וואס זיי האבן דאך די מעלה וואס דעמאלט איז דאס די פתיחת הדבר, וואס פתיחת הדבר איז דאך כידוע וואס מ'איז מבאר וואס דער לשון הרגיל אין זהר איז פון פתח ר'שמעון וכיוצא בזה, אז דאס איז אן ענין פון א פסח, אן ענין חדש, אדער אן אופן פון לימוד חדש, אדער אן אופן פון מדות שהתורה נדשת דעם חדשות, ועל דרך זה אויך אין די ענינים וואס ס'רעדט זיך וועגן בקשות
¶2ות ותפילות אויך אין אן אופן פון א פסח חדש, אן אופן חדש באופן התפילה. און אין דערויף גופא איז דאך אויך דא חלוקות, בשעת דער ענין איז אין פתיחת הענין ווי די ערשטע טעג פון זמן שמחתנו, אף על פי כן איז דאך דא די שמחה בכל יום ויום שלאחרי זה, וואס דאס גופא, אף על פי וואס דאס קומט ניט ארויס אין א הלכה בפועל ממשיות וגשמיות, איז דאך מובן בגן פשוט, אז שמחה איז פארבונדן מיט אן ענין חדש, וואס בלשון ההלכה מיט א פנים חדשות, במילא אז מ'זאגט אז ס'איז דא צוויי טעג נאך אן אנטשיל שמחה, אדער דריי טעג נאך אן אנטשיל שמחה, און דאס איז א דין אין תורת אמת איז דאך דאס גופא גיט צו פארשטיין אז מ'דארף זוכן מיטעלען ווי אזוי ס'זאל צוקומען א חידוש בכל יום לגבי יום שלפניו, און אויב דאס רעדט זיך וועגן דריי טעג אדער נאכמערער וכו דארף זיין א חידוש אין דעם צווייטן טאג לגבי דעם ענין השמחה פון דעם ערשטן טאג, אדער ענין היו-טוב פון דעם ערשטן טאג,
¶3ועד דרך זה אין דעם דריטן טאג דארף זיין אן ענין של חידוש, וויבאלד אז ס'דארף זיין אויך א יום של שמחה אדער א לילה של שמחה לגבי שני ימים שלפני זה, איז דאך ניט מספיק דער חידוש וואס איז געווען ביום השני, וויבאלד אז איצטער דארף מען דאס אויפטאן ביום השלישי, ועל דרך זה איז מוסיף מיום ליום. וואס לכאורה אין הושענא רבה, וואס די היינטיקע נאכט איז דאך די התחלה פון יום הושענא רבה, דארף מען ניט זוכן קיין טעמים חדשים אין וואס באשטייט דער חידוש הדבר, וואס מ'זעט דאס פון נוסח התפילה, איז דאך בכל יום ויום זאגט מען די הושענא על סדר האלה בית בכל יום ויום, אבער אעפ'כן איז דאך א שינוי אין וואס דער אלף איז בוי'ת און וואס דער ב'ת איז דער ראשי תיבות של הטובה וכיוצא בזה מיום ליום, און דער שינוי איז דאך בפשטות לויט תוכן הענינים וואס מ'דערמאנט אין יעדער הושענא.
¶4במילא איז דאך אויך פארשטאנדיק דער חידוש וואס איז דא אין הושענא רבה, וויבאלד אז דעמאלט איז דאך דער נוסח התפילה אין די הושענות, אז מ'זאל זאגן אלע הושענות פון די אלע ימים שלפני זה, נוסף על זה אויך א הושענא חדשה, א פיוט חדש, וואס אויך על סדר האב וואס איז פארבונדן מיט יום הושענא רבה, במילא איז דאך דאס גופא איז דאך א חידוש גדול, בשעת מ'איז מצרף כל הענינים פון שבעה ימים רצופים. וואס בשעת מ'האט נאך שבעה ימים רצופים, כמדובר בכמה ענינים, איז אט דעמאלט האט מען אויך די מעלה, אז דאס איז בדוגמא פון בריאת העולם איז דאס געווען שבעה ימים רצופים, במילא איז געווען יעדער טאג פון דער וואך במשך כל הזמן כולו, טיילט זיך דאך אויך אז ס'קומט א נייער יום ראשון בשבוע,
¶5ווערט ער אנגערופן ביום ראשון פרעגט מען דאך אויף דערויף די שאלה, היתכן אז מ'זאגט היום יום ראשון בשבוע, און דערנאך זאגט מען דעם שירה של יום, וואו ס'רעדט זיך וועגן יום ראשון של מעשה בראשית, איז דאך דאס פארשטאנדיק אז מ'מיינט דאס ניט סתם אז דאס איז א ראשון פון די ששת ימים לגבי ששת ימים שלאחרי זה, נאר דאס איז א ראשון לגבי כל הימים שלפני זה, כולל אויך, אז בשעת ס'רעדט זיך אין שנת תשנון אי פון שנת ה'אלפים תשנון אי איז דאס יום ראשון אין דעם יאר פון שנת ה'אלפים תשנון אי פון שבוע זה פון פרשה ברכה און חג הסוכות איז דאס א יום ראשון בדוגמא ווי ס'איז געווען דער יום ראשון, אדער יום אחד, ווי ער ווערט אנגערופן בכתוב, אז דאס איז א טאג וואס ער איז מיוחד און אויסגעטיילט פון כל הימים שלאחריו, ס'איז ניט שייך זאגן שלפני זה, ווארום פאר יום אחד איז דאך ווי די תורת המגיד הידוע איז דאך דעמאלט געווען דער בריאת הזמן, איז דער כל ענין הזמן התחדש געווארן בשעת ס'איז געווארן די בריאת
¶6זמן, צוזאמען מיט די בריאה פון שטר הענינים וואס זיי זיינען נברא ביום ראשון למעשה בראשית. און אף על פי כן איז תורה ווי תורת אמת זאגט, אז ס'איז בכח פון יעדער אידן, אז בשעת ער זאגט ביום ראשון בשבוע, היום יום ראשון זאל ער דאס זאגן ווייסנדיק אז דאס איז א תפילה לפני מי אתה עומד בפני מלך מלכי המלכים הקב,"ה. דארף מען דאך זיין במיוחד נזהר אז יעדער ווארט און יעדער ענין, וואס דאס איז דאך אן ענין שלום, בשעת מ'זאגט יום אחד אדער יום ראשון איז דאך דאס אן ענין שלום, דארף ער זיין מדוייך בתכלית האמת ביז אמת לאמיתו, במילא מוז ער אין דערויף אויפטאן, און וויבאלד אז מ'האט אים אנגעזאגט אז ער מוז דאס טאן, ער וועט אים געגעבן כוחות ער זאל דאס קענען אויפטאן, און די כוחות גיט מען אים ווי אלע השפעות, ובפרט אז ס'איז דאך בשביל התורה, אם בך כוחק תלכו איז אט דעמאלט האט מען די אלע ברכות צו וועלכע מ'דארף אנקומען, עאכו כמה וכמה א ברכה אז די תפילה זאל זיין א תפילה כדרוש, און א תפילה מדוייקת ווי א תפילה דארף זיין מדויירן.
¶7וואס על דרך זה איז אויך בנוגע צו הושענא רבה האט דאך אין זיך אויך, אז בכל שנה ושנה ווערט זיי אנגערופן הושענא רבה, וואס בפשטות איז דער פירוש בזה, אז לגבי די ימי היו-טוב והכל המאות שלפני זה, שי דאס האט אין זיך דעם ענין פון רבה, גדלות, לגבי אפילו יום ראשון, וואס דאס איז יום ראשון של יום טוב, סיי אין חוץ-לארץ און סיי אין ארץ-הקודש און אין מרת המכפלה, וואס דאס איז דאך דער רך דורך וועלכע אלע תפילות זיינען עולה למעלה, ל אחת כמה וכמה א תפילה וואס זי איז כולל אין זיך אלע אותיות פון אלף-בי'אלס ראשי-תיבות, איז דאך פארשטאנדיק אויף וויפל זי דארף זיין מדוייק, און מדוייק בכל הפרטים ופרטי פרטים. כאמור, אז דערנאך דארף דאס דורכגיין, איז ער זאגט אין הלכות תפילה, אז בשעת התפילה בכל מקום שהוא, איז אפילו דער פניו הגשמיים, ס'איז ניט מספיק אט דאס וואס ער טראכט דעמאלט וועגן ירושלים אדער וועגן ארץ הקודש, נאר ער דארף פונה זיין, ווי במדינות אלה לצעד מזרח, און די כוונה בזה איז, אז ער איז פונה אז די תפילתו זאל גיין
¶8דורך ארץ הקודש, און דער וואס ער איז מתפלל אין ארץ הקודש דארף דאך זיין, ווי ער האט גע'פתק'ט אין שולחן ערוך, אז פני הגשמי מצד ירושלים, ועל דרך זה המתפלל בירושלים, און דארטן גופא אין הר הקודש וכיוצא בזה דארף אלץ זיין פני הגשמי מופניים, ניט מספיק וואס די מחשבה שלו איז באופן כך, נאר ס'איז אויך ארויסקומען בגלוי, און יש לומר דתם בזה, אז א תפילה דארף דאך אויפטאן אויך אין דעם גשמיות פון עולם הזה, אין עולם הזה התחתון שאין תחתון למטה הימנו, דארף דאך דאס אויך אויסדרוקן אויך בכל השייך אל המתפלל אויך אין זיינע גשמיות, במילא דארף זיין בניו וואס דארט געפינען זיך די ה'מוצאות הפה, ער דארף דאך מתפלל זיין, און ווי דער רמב",ם פסק'נט אפ אז תפילה בפה איז דאס א מצות עשה מן התורה, וכמדובר כמה פעמים דארף אויך זיין פניו הגשמי, כולל במיוחד די ה'מוצאות הפה מופנים לגבי ירושלים, לגבי ארץ הקודש, אדער ארץ-הקודש עצמה, לגבי ירושלים און דארטן לגבי הר הבית,
¶9ובהר הקודש און הר הבית לגבי המקדש וקודש הקדשים. און אט דא זאגט מען, אז דאס איז נאך כולל בהושענא רבה איז מען מתפלל, כולל אלע הושענות מיט אלע אותיות אלף-בי ת פון די אלע טעג שלפני זה, און מ'זאגט דאס בהמשך אחד, וואס דאס באווייזט דאך, אז דאס איז ניט נאר מ'האט דעם ערשטן אלף-בי ת און דערנאך איז מען מוסיף אויף אים, און אין אים ווערט ניט קיין שינוי, נאר בשעת מ'זאגט דעם ערשטן אל'ף בייז ווייס מען שוין, אז דאס טאקע ער זאגט דאס דער ערשטער, ובפרט אז על פי דין קען דאך ניט זיין שתי מחשבות בבת אחת, על אחת כמה וכמה שני דיבורים בבת אחת, איז דאס מערניט ווי בכחו של הקב,"ה, וואס אחת דיברי אלקים ושתיים זו שמיתי, משא'כבהנוגע צו א בן-אדם, על דרך זה אויך בהנוגע צו די אלף בי'ת, וואס יעדער הושענא איז דאך אויסגעשטעלט אין א סדר פון אלף-בי'ת, נאר ווי דער אלף שטייט בפירוש וועגן וואס ס'רעדט זיך, זאגט מען ארויס, אז דאס דארף זיין אט דער און דער ענין פרטי וואס הויבט זיך אן מיט אן אלף, ועל דרך זה ביום שני, ועל דרך זה ביז
¶10די הושענא וואס איז פארבונדן מיט הושענא מיט דעם זיבערן טאג סוכות, על דרך זה אויך פארשטאנדיק, אז בשעת מ'זאגט די ערשטע הושענא נאכאמאל בהושענא רבה, איז ווערט דאס ווייטער א דבר חדש, אפילו לגבי די הושענא וואס ער האט געזאגט ביום הראשון פון ימי הסוכות, ועד דז. אויך ווי ביתר שאת וביתר עוז, וויבאלד אז דאס איז א טאג וואס ווערט אנגערופן הושענא רבה, איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'דארף זיין א ישועה רבה בכל עניני היום, וואס זיי זיינען מיוחד מיט אט דעם טאג, עאכו כמה וכמה וואס זיי זיינען מיוחד מיט די תפילה פון דעם טאג, וואס די הושענא איז דאך אויך פון די לשונות של תפילה, ובפרט נאך אויך בפשטות, איז דאך בפשטות דער בקשה הושענא איז דאס אן ענין של תפילה, וכמדובר כמה פעמים בארוכה אין די התוועדות בשנים שעברו.
¶11די נוגע רא אליינו, וויבאלד אז הושענא רבה איז דאך דא רבה'ס ענינים וואס מ'דארף אויפטאן אין דעם טאג, ובהתחלה בזה אויך פון לילה של יום זה, אנהויבנדיק פון דעם ענין פון שמחת בית השואבה, וואס אויב ס'דארף זיין שמחת בית השואבה בכל יום פון ימות פון זמן שמחתינו, עאכו כמה וכמה אז ס'קומט אין די טעג, א טאג וואס ווערט אנגערופן בשם רבה, איז דאך פארשטאנדיק אז ס'דארף זיין א הושענא רבה אויך אין דעם ענין השמחה, פון שמחת בית השואבה, פון הושענא רבה, אף על פי וואס בפשטות האט מען דאך דעמאלט ווייניקער כמות אין צייט אויף פארברענגען בשמחת בית השואבה, וויבאלד אז מ'האט כמה ענינים זאגן כמה תפילות, און אויף דערנאך איז דאך אויך מנהג ישראל זאגן גאנץ ספר תהלים, נוסף אויף זאגן גאנץ משנה תורה וכמפורסם מנהג ישראל וואס ס'איז שוין געווארן א תורה כמה וכמה דורות, ווערט דאך דאס אויך, ניט קוקנדיק אויף די אלע ענינים, איז אין די צייט וואס
¶12משטעלט לרשותו של אדם, ולאחרי אז מ'ווייס, אז ער באשטימט שוין הזמן מסויים אויף שמחת בית השואבה, און הזמן מסויים אויף די תפילות נוספות, און אויף זמן מסויים אויף מסבב זיין די בימה שבע פעמים, וואס די אלע ענינים זיינען דאך דורש זמן בכמות, עאכו כמה אז זיי זיינען דורך זמן באיכות בנוגע צו שימת לב, און באופן של תפילה, וואס ענינו פון תפילה איז דאך, אז דער מתפלל ווערט צוגעבונדן ביז וואנענט ער ווערט בטל א טפל און ווערט בטל צו דעם צו וועמען ער איז מתפלל, ובפרט אז דאך אם בכל יום ויום דארף זיין דא לפני מי אתה עומד ומתפלל, עאחו כמה וכמה ביום הושענא רבה, וואס אויך אין פשטות הכתובים, וואס אפילו נשים וטף און נאך פאר בן עשר שנים למשנה, עאכו כמה וכמה בג'שנים לגמרא, און זיי זיינען נאך ניט געקומען צו דעם גיול, ווייס ער אבער אויך אז דאס איז א טאג וואס דאס איז הושענא רבה, און אדר ווייס שוין אליין דעם אפטייטש, אז ניט איז דאס איז
¶13דער מלמד מסביר, אז דאס הייסט, אז דער טאג איז א יום גדול, וואס בלשון תרגום ווערט דאס אנגערופן רבה מיט אן א', אדער אויך בלשון קודש רבה מיט א ה', וכמדובר כמה פעמים בנוגע צו קידושה רבה, ועל דרך זה הושענא רבה, ועל דרך זה בא כמה ענינים אויף וועלכע ס'שטייט דער פועל, אז דאס איז רבה מיט אן א', אדער רבא מיט א ה', ווי ס'איז דא סידורים וואס ס'ווערט געדרוקט מיט א מלאך אדער מיט א ה', און וואס ביידע נוסחאות זיינען געדרוקט געווארן בהסכמת פון גדולי ישראל, וכמובן בגן פשוט ומדובר בארוכה אין די תריידות שלפני אין זה. ס'קומט צו אין הושענא רבה אויך בשנה זו, אז דאס איז א שנה וואס האט זיך אנגעהויבן מיט אן ענין של חזקה, שני ימים טובים של ראש השנה, און דערנאך גלייך נאך דערויף א יום השבת, וואס מ'מאכט ניט קיין הבדלה בין יום טוב לשבת, קומט דאס אן קיין הפסק, עאכו כמה וכמה ניט קיין הבדלה בפשטות,
¶14אויך פארשטאנדיק, אז מ'האט נאך אויך אין די אלע ענינים דער גאנצער יאר ווערט דאך דאס דער ראש פון כל השנה כולה, על אחת כמה בכמה פון א יום גדול בשנה זו, וואס דאס איז דער יום הושענא רבה, איז דאך פארשטאנדיק, אז דארטן שטייט דאס ביתר שאת וביתר עוז, וביחד עם זה איז דאך א איד למעלה ממדות הגבלה, וואס אף על פי וואס אינו מבקש אלא לפי כוחם, וויבאלד אבער אז דער מבקש איז דאס דער אויבערשטער אליין, במילא באווארנט ער, אז אין לפי כוחם זאל קענען דאס אויספירן, אז דאס זאל זיין לפי כוחם און אפגעטאן בתכלית השלימות, במילא איז דאך אויך פארשטאנדיק בפשטות, אז בשעת דער אויבערשטער זעט אויף על הבשר ודם איז דאס לא לפי כחו גיט ער אים און שיינקט אים הקב'ה מסייע, הבא לטהר מסייע נושא, איז הקב'ה אים מסייע בפשטות א סיוע פון הקב'ה כחות, אז ער זאל קענען אויספירן אין דעם כמה זמן וואס ס'בלייבט אים אויף די ענינים האמורים, נוסף אויף דעם זמן וואס ער דארף האבן אויף שאר הענינים, ווי דערמאנט פריער,
¶15די שמחת בית השואבה, און מזכן זיין אידן מיט דעם מבצע פון ד'מינים, וואס אויב ס'דארף זיין די השתדלות בזה בכל ימי החג, על אחת כמה וכמה אין דעם טאג פון חג, וואס דעמאלט איז כלשון העולם, וואס אפילו אט די וואס געפינען זיך אין עולם מלשון העלם והסתר, ווייסן זיי אויך, אז הושענא רבה איז פארבונדן מיט דעם ענין פון א פסקא באקומען א גוטן קוויטל אויף כל השנה כולה, און דאס הענגט אפ אן דעם טאג, ה'יומא דקגרים, און דערפאר זיינען זיי זיך משתדל, ניט קוקנדיק אויף די הנהגה אין די ימי הסוכה שלפני זה, אדער אפילו די הנהגה אין ימי ראש השנה, תחילת השנה און תחילת החודש שלפני זה, און ניט קוקנדיק אויף די הנהגה פון כל השנה כולה, ער דערוויסט זיך פון א לוח אדער כיוצא בזה, אז דאס איז א טאג פון הושענא רבי איז ער זיך משתדל בכל התלוי בו, אז ער זאל קענען אויספירן די אלע הוראות, במילא דארף ער פראווען די שמחת בית השואבה, און דארף מזכה זיין אידן במשך היום, לאחרי נץ החמה, אדער על כל פנים לאחרי עלות השחר,
¶16בי דעם מבצע פון ד' מינים, ובפרט נאך אז די ד'מינים איז דאך זמנם כל היום כולו דארף מען דאך זיך היטן וואס ס'איז דאך בטבע האדם אז ער ווייס אז ער האט נאך א סך שעות טראכט ער ניט וועגן דעם, און במילא איז ער דעמאלט עלול, לייכטער פארגעסן אויף דעם, משא'כ דער שאר ענין התפילה איז דאך א מוגבל אין זמן, צי שלוש שעות צי ארבע שעות עדער עד חצות היום, משא'כן דער ענין פון ד'מינים איז דאך פון עלות השחר וכל היום זמנו הוא ביז בין השמשות וכמדובר כמה פעמים. ויהי רצון, אז פון דעם דיבור אין די אלע ענינים זאל זלייך יעדערער מחליט זיין, ובפרט נאך אז מ'געפינט זיך אין א מקום וואס האט אין זיך די אלע ג'ענינים פון תורה עבודה וגמילות חסדים, דאס איז א בית הכנסת וואס דאס איז דאך עניני המקום התפילה, און ס'איז אויך א בית המדרש, א ארט וואו מ'האט שיעורים כבויים בתורה בכל יום, על אחת כמה וכמה אין טעג וואס דעמאלט איז מען מערער פריי פון עניני מלאכות של חול, על דרך פון חול המועד, כולל אויך הושענא רבה איז דאך א טאג פון חול המועד,
¶17איז דאך דא אזוינע וואס נוצן דאס אויס אויפן היתר אויפן מלאכה עבודה אויף דבר העביד, אף על פי כן איז ווייס ער, אז דאס איז רבא, און דאס ווערט אנגערופן רבא אפילו לגבי דעם יום טוב ראשון של חג הסוכות, על אחת כמה וכמה לגבי יום טוב שני של חג הסוכות, ועל דרך זה, וויבאלד אז ס'איז א יום של שמחה און ס'דארף זיין פנים חדשות דארף ער אין זיך אויפטאן, אז ער זאל ווערן א פנים חדשות לגבי זיין מעמד ומסב, ווי ער איז געווען אין די אלע ששת הימים שלפני יום הושענא רבה, און אט דעמאלט ווערט דאס א שמחה אמיתית, און בשעת א איד איז שמח בתכלית השלימות איז אט דעמאלט פירט ער לייכטער אויס, אז ס'זאל זיין די שמחה אמיתית בפשטות, וואס דאס איז דאך די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס דעמאלט וועט דאך זיין דער אזי ימלאת חוק פינו א שמחה אמיתית, ובפרט נאך אויך, אז הושענא רבה האט דאך אויך די אושפיזין על דרך ווי די ששה ימים שלפני זה, און דער אושפיז פון הושענא רבה איז דאס דוד מלכא משיחא. וואס דאס איז דאך נאכמער מקשיא הושענא רבה מיט דער ישועה רבה, וואס די ישועה רבה באמיתית ופנימית
¶18ועיקריות איז דאך דאס פארבונדן מיט דוד מלכא משיחא. און יהי רצון, אז פון דעם דיבור בזה, ובפרט נאך ווי ס'שטייט און ווי דער רמב איז מכריע, אז יעדער מעשה טוב של האדם פון א אידן, אדער א דיבור טוב אדער אפילו א מחשבה טובה, ובפרט נאך אז בנוגע הענינים פון הושענא רבה האט מען דאך די אלע דריי ענינים פון מעשה דיבור ומחשבה, תפילה אליין איז דאך אויך דא דער הקימת חתה והוה מעשה און דערנאך איז דאך אויך דא דער דיבור פון דעם דיבור על ידי השחתים, און דערנאך איז דאך דא אן ענין נקרא, איזו עבודה שבלב זו תפילה על אחת כמה וכמה הושענא רבה, אז דער ענין המחשבה האט מען אויך דעם שילוש פון די אלע דריי כחות האדם הראשון לבושי האדם העיקרין, וואס דאס איז מחשבה דיבור ומעשה. און דאס היילט נאך מערער צו, אז אף על פי וואס מ'זאגט דאך יעדער טאג, אזעלכע וואס זאגן בדיבור, וואס אחכה לו בכל יום שיבוא, אפילו אט די וואס דער נוסח שלהם זאגן דאס ניט בדיבור, על דרך ווי מנהג חב ד וכיוצא בזה, האט מען דאך אבער דעם חיוב, בפרט נאך לדעת
¶19רמב",ם ווי ער איז מאריך בארוכה בסיום ספרו, אז דער ענין פון ימות המשיח איז תורה שבכתר, די חמשה חומשי תורה אין דערמיט תפוא, און ברענגט גלייך אראפ באריכות, אז אף על פי וואס דער רמב",ם איז דאך אויסגערעכנט בחיבורו מיט יעדער ווארט, אז ס'זאל זיין ניט נאר לא חסר, ס'זאל אויך זיין לא יתר ברענגט ער אראפ באריכות כמה פסוקים אויף ענין פון ביאת המשיח, און ווי ער הויבט אן, אז ס'איז לא בדיבור חזל און בדיבור הנביאים בלבד, נאר אין תורה-שבכתב, און ברענגט אראפ כמה פסוקים פון פרשה ונבואת בלום ובליו, נאך אויך א פלא הכי גרדול, אז וואו דארף מען אריינשטעלן דעם ביאת משיח צדקנו, און מאכן דערפון אן ענין עיקרי, און איינער פון די דרייצן אני מאנין וכו שטעלט מען דאס אריין אין די נבואת בלעם. ולא די בכך, נאר דאס ווערט אזוי אויך אנגערופן אין תורה בכמה וכמה פוסקים ובכמה וכמה מדרשות, ביז אויך אין נגלה דתורה, ווערט דאס מודגש, אז דאס איז אן ענין וואס שטייט אין נבואת בלעק ובלעם. און מ'איז אויך מצרב לזה דעם בלעק אף על פי וואס דער נביא איז דאך געווען בלעם און ערשט דערנאך לערנט
¶20לערנט ער אפ אין מדרשים, אז בל א קטור איז אויך געווען א נביאון, ולא די נאך גאר א דיעה אז ער האט נאך געהאט אין זיין מבואה, וואס בא ביהלמאן איז דאס ניט געווען. ואין המבואר בזה בכמה וכמה ספרים, וכמדובר לעיל דארף מען דאך גרייטן צו שמחת בית השואבה, און דערנאך זיך אויך גרייטן צו אמירת פון משנה תורה, און דערנאך דאך אויך גרויטן צו סעודת יום-טאש, און די אלע ענינים בסוכה, א חוץ דעם ענין פון לימוד התורה כדי ס'זאל זיין די מחשבה און דער עיון כדרוש, וואס דאס איז דאך אויך א דבר הכי נפלא, אז אף על פי וואס מ'גיט אויף דערויף א טעם בפשטות, אז דאס איז נוגע צו הבנת הענינים, במילא מוז זיין דער לימוד התורה אין אזא מין אופן, אז הבנת הענינים איז ווי ס'זאל זיין בשלימות, במילא וועט אויך זיין דער פסק-דין להלכה במעשה אויך כדרוש איז דאך דאס מי מעכב בידי הקב,"ה. וויבאלד אז ער איז דער וואס האט געגעבן תורה, און ער איז דער וואס האט באשאפן די וועלט, און ער האט אויך באשאפן תכונת האדם און תכונת המאורא, שני המאורות הגדולים וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט היינטיקן טאג, יום רביעי בשבוע, וואס דעמאלט
¶21דאך נתלו המאורות מיט א תי,"' און דאס ווערט אויך די הכנה קרובה, אז אויך דער מאור הקטן, אז לכאורה מ יקום יעקב כי קטן הוא ווערט ער אויך אנגערופן אין תורת אמת שני המאורות הגדולים וואס דאס איז דאך מדגיש, אז ניט נאר אז דאס איז גדול סתם, נאר ס'איז אין דעם זעלבן תואר זאגט מען, אז דאס איז מ�ורות הגדולים דער זעלבער אידולים און די זעלבע מ�ורות סיי די ביידע מאירות, סיי דער מאיר הקטן און מאיר הגדול. והא ראי'אט דעם דיוק בזה, אז בשעת כוכבים, וואס אזוי שטייט דאך ניט דער ענין אז מ'קדשוין את הלבנה, און אויך ווען מ'גדלין את הלבנה, ביז וואנענט די שיערה באשלמותא בפרט נאך ווי דער ערשטער טאג פון חג הסוכות, משא-כן כוכבים איז דאך פארקערט, בלייבן זיי קטני ווי זיי זיינען געווען פריער, און דאס איז גאר א מעלה בהם, ס'איז אבער ניט די מעלה פון מוראות הגדולים א באזונדערע מעלה, און אן עיקרדיקע מעלה, עד צדקך, אז ווי דער רמבם ברענגט אראפ בספרו, יד החזקה וואס דאס איז ווי ער האט דאס אנגערופן משנה תורה, איז בקום הכוכבים איז למעלה מכל השבעה רקיעים, וואס דארט געפינען זיך די שבעה כח פיללכת,
¶22משא'כן די כוכבים געפינען זיך דוקא אין רקיע השמיני, וואס שמיני איז דאך ווערט ער דאך אנגערופן בשם שמיני דערפאר וואס מ'קומט צו אים צו בפשטות לאחרי ווי מ'גייט דורך די מהלך תאג תק'שמלך שנה פון ארץ און דערנאך בין ארץ לשמים און בין ארץ לרקיעו און בין רקיע לרקיע מה שביניהם, און דערנאך קומט מען ערשט צו צו רקיע השמיני, וואס שמיני האט דאך אויך א קשר מיוחד מיט דעם ענין פון הושענא רבה, און מיט דעם עוד ועיקר מיט דעם ענין הגאולה, וואס גאולה איז דאך ווי ער זאגט אין מגילה, איז וואס דאס איז ברכת שמינית דערפאר וואס זי איז פארבונדן מיט שמיני פון לשון למרבה המסרל ולשלום אין קץ וואס דארטן שטייט אויך א שלאס-נעם, א מימס-טומש שטייט זי ביי אים צי התורה, וואס דאס איז דאך אויך בדוגמא ווי די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט דאך נתגלה ווערן דער ששון, דער קץ הששון, וועט ער נתגלה ווערן בגלוי, באמצע התיבה, און מ'וועט זוכה זיין והוא העיקר התחלת פון הושענא רבה זה פון שנת ה'אלפים, שנת תשנון אלף,
¶23ווי אידן האבן דאס אויך געגעבן א ראשי-תיבות, אז דאס איז הי'טה'שנף אראנו נפלאות זאל דאס זיין בפשטות די נפלאות ווי ער זאגט אין פסוק ימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות אז אפילו יציאת מצרים איז אויך אן ענין של גאולה, וואס זי איז טפל לגבי די נפלאות פון ביאת משיח צדקנו, יבוא ויגאלנו ווי לכנו קוממיות לארצנו, וואס היום איז דאך ערשט דער איז דאך דאס זיין אושפיז, ואמו ווי מ'זאגט דעם נוסח בזה, קומען אלע אושפיזין, נאך דערויף ווי מ'זאגט וועגן דוד'ן, קומען אלע אושפיזין פון אברהם יצחק יעקב נשי ואהרן ויוסף, און דוד שטייט דוקא בראשיתו. וואס על דרך זה אויך אין די חסיד'ישע אושפיזין ווי נשיא דורנו האט מגלה געווען, איז דאך אויך דא דער אושפיז פון יום זה, וואס דאס איז דאך דער רבי נשמתו עדן, דער פאטער פון נשיא דורנו, וואס ער איז געווען בן יחיד שלו, איז דאך פארשטאנדיק אויף וויפל ער איז יורש הבן איז דאך יורש את אביו, על אחת כמה וכמה ווען דאס איז א בן יחיד, און ניט נאר יחיד בין הבנים, אבער ס'איז דא בנות, איז דאך אויך דעמאלט דא דער ענין ו
¶24אויך בנות נעמען זיך א חלק אין נכסי האב, אדרבא בכמה אופנים גיט מען זיי גאר אפ ריער די בנות, אט דאס וואס זיי דארפן האבן זיי זאלן קענען טאן א גוטן שידוך און ס'זאל זיין א חתונה בשעתו ומוצלחת, משא נכן דאס איז א בן יחיד, אז דאס איז איין און איינציקער, סיי בנוגע לבנות אויך בנוגע לבנים. און יהי רצון, אז ס'זאל זיין כשמו אשר יקראו לו בלשון הקודש, וואס דאס איז יוסף און מ'פארבינדט דאס מיטן פסוק יוסף הוי'ידו וואס דארט רעדט זיך וועגן די גאולה על ידי משיח צדקנו, און אויך אין אן אופן דוקא של שמחה, וויבאלד אז דער גלות האט זיך פארטויגן אזוי לאנג, איז דאך א זיכערע זאך, אז אויב אלעמאל האט מען גערעכנט, אז די גאולה דארף זיין ווי אידן פארלאנגען דוקא מתוך שמחה וטוב לבב, אבער אף על פי כן, על דרך ווי מ'זאגט בנוגע צו גאולת מצרים, אז אידן האבן גע'טענה'ט, אז זיי זיינען מבטל אויף דעם ענין אז אלו יצאו ברכוש גדול אז מ'זאל שוין זיין די גאולה, און דער אויבערשטער האט געזאגט אויף ניין, ער וויל האבן ביידע ענינים זאלן אידן האבן, על דרך זה אויך בנוגע לעניננו, אז אף על פי וואס מזמן
¶25רב לאחרי רגע החורבן, איז דאך גלייך געווען דער רגע של גאולה, ובלשון המדרש גתה פרתו פון אן ערבי, און זי איז געווען א פרה, און געווען א פרה וואס האט געהערט צו ניט קיין אידן, איז גתה פרתו של ערבי בפעם הראשונה איז פארשטאנדיק וואס דאס איז געווען פארבונדן מיט אן ענין של חורבן, וואס דאס איז דאך דער ענין פון אומות העולם, משא נכן דערנאך איז מען גלייך ממשיך, אז תיכף ומיד גתר פרתיך לאחרי זה, און דער וואס האט פותר חלום געווען, דעם ערשטן פותר-געווען, די ערשטע גיית הפרה האט גלייך פותר חלום געווען, אז דאס איז נולד משיען של ישראל. און וויבאלד מ'זאגט, אז נולד איז דאך פארשטאנדיק, אז ער איז שוין געווען מוכן אויף ניט צו ווארטן אויב אותי תשובה איז דאך מיד הן נגאלין, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז אויב מ'וואלט געמאכט די תשובה גלייך נאך דערויף ווי דער ערבי האט פותר געווען, אז די גיית הפרה באווייזט אז נולד נשיען של ישראל איז דאך געווען א מציאות, אז א איד האט דאס געהערט, והא ראי'דער ס'איז אריינגעשטעלט אין מדרש, וואס דאס איז דאך א חיבור פון תנאים ואמוראים, תלמידין ותלמידות על מדין, האבן זיי דאך אויך געהערט גיית גיית
¶26של ערבי האט מען אויך דער היתר געווען עלו אז וויבאלד אז לב ישראל אור הוא אז אפילו שכינתא בגלותא און נאכמערער אני ישנה בגלותא איז דאך ווי לבי עור ווי ער טייטשט אפ אין מדרש, אז לבם של ישראל איז אור הוא יעדער מאל און אלע מאל, אפילו ווען אני ישנה אז מ'קוקט אויף אים בחיצוניות, קוקט אויף זיך בחיצוניות, איז וואס זעט ער אז אני ישנה ווייס ער אבער, אז ולבי וואס אין דער לב איז דאך פליג לכולי שייפין ואדרבא נאך מערער, ס'איז דאך דא דער ג'שליטין בגוף, וואס זיי טיילן פאנאנדער חיות בכל הגוף כולו, וואס דאס איז דאך דאס שתיבות שלהם מלך, מוח לב און כבוד, איז דער חילוק בזה, אז דאס וואס אברים באקומען ומוח, און וואס אברים באקומען פון כבוד קומט דאס ניט צו דעם חיות, ואדרבא חיות בגלוי באקומט מען דוקא פון דעם לב. וואס דערפאר איז דאך אויך עבודה שבלב, וואס עבודה תפילה שבלב דארף דאך זיין בתכלית השלימות, זאגט מען, אז דאס איז ניט עבודה שבמוח, און ניט עבודה שבכבוד, על אחת כמה וכמה נאר דאס איז עבודה שבלב, און אז דאס איז דער בכל לבבך און
¶27והי רצון, אז מ'זאל משלים זיין דעם טרעפן זיך צוזאמען, וואס בשעת אידן טרעפן זיך צוזאמען איז דאך ידוע דער פתגם פון אן אדמו ר הזקן נתגלה געווארן על ידי נשיא דורינו, וואס זיין אושפיזא איז ניט שייך זאגן השמיני עצרת, דאס איז דאך יום השמיני איז מען דאך שוין דעמאלט בבית, און אלע ענינים זיינען אין אן אופן פון קביעות, וואס דאס איז דאך דער ענין פון שמיני עצרת, עצרת מלשון קליטה וקביעות, ביז אויך פון דעם לשון הקביעות פון א מלך, וואס דאס איז דאך אויך דער אפטייטש אוצר בעמי, אז דאס איז דער ענין פון שמיני עצרת איז דאס דער מלך אויף כל הענינים שלפני זה, ובתוכף ומיד ממש האט מען די מלכא משיחא נאך אין דעם המשך פון לילה פון הושענא רבה. און ער קומט גלייך מיט דער בשורה טובה, על דרך ווי מ'זאגט כולל מבשר מבשר ואומר און מ'זאגט דאס ג'פעמים ווערט דאך דאס אן ענין של חזקה, נוסף אויף די חזקה פון ראש השנה שני ימים טובים די שבת שלפני זה, ועל דרך זה אין חוץ-לארץ די חזקה פון ימים ראשונים של סוכות, ובאים חס ושלום, אז ס'וועט זיך פארהאלטן נאך עטלעכע שעה, וועט מען אויך האבן
¶28חזקה פון ב'ימים אחרונים של סוכות, צוזאמען מיט יום השבת, וואס אויך דער שבת בראשית אויף כל השנה כולה. ועוד והוא העיקר, אז מ'זאל תיכף ומיד האבן נאך בלילה זה, ובית זה, וואס מגדמן בו תורה ותפילה ומעשים טובים, כמוזכר לעיל, האט מען דאך דעם ענין השלשה וואס עליהם העולם עומד זאל זיין די אמת'ע עמידה בכל העולם כולו, דורך דערויף וואס ס'קומט צוגיין תיכף ומיד משיח צדקנו, און נעמט יעדער אידן און אלע אידן, דורך דערויף וואס הקב",ה איז זיי מלקט לאחד אחד בית ישראל, און דעמאלט איז דער הקב",ה מלקט, און גייט צוזאמען מיט משיח צדקנו, מיט נשיא דורנו והוא בראשנו, תיכף ומיד ממש, נני שמיא בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו לארצנו הקדושה, און דארטן אין ירושלים עיר הקודש ובהר הקודש ובהר הבית און בית המקדש, ביז אין דער עזרה, און מ'איז דארטן ממשיך אין דער התוועדות פון בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו אז אף על פי וואס אויך דעמאלט איז דאך געווען דער
¶29חילוק משום צניעות, וואס דאס איז דאך אויך דער אויפטו פון דוקא פון ראשון צדקניות שבדורנו זה ובשנה זו וואס מ'האט אויפגעטאן דעם ענין של צניעות, כמוזכר לעיל, אין די התוועדות שלפני זה, און ס'איז אויך נתקבל געווארן יש שומרים אפילו בא ניט-אידן אויך, וניט בקע אין זייערע הנהגה, מסתמא וועט מען זיך פאנאנדערפרעגן, ווי אזוי האט מען מ'האט געזאגט, במילא איז דאך דארט אויך נתפשט געווארן אין שבעים אומות העולם, ועוד והוא העיקר, אז מ'זאל ניט דארפן זיך פאנאנדערפרעגן וואס טוט זיך מיט גאולה האמיתית והשלימה, ווארום מראה באצבעו ואומר זה אין א רגע לאחרי רגע זה, ווי ס'איז גלייך די רגע פון גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,
¶30תיכף ומיד ממש, לארצנו הקדושה ובירושלים עיר הקודש ובהר הקודש ובעזרה. און בפרט נאך אז מ'איז דאך מסיים כרגיל וכגן זה דורך געבן יעדערן מאכן יעדערן פאר א שליח נתינת הצדקה, וואס ענין הצדקה איז דאך המזררת את הגאולה ומקדימו את הגאולה און נאך מערער אז זי ברענגט דאס תיכף ומיד ממש, ווי דער דין איז אין צדקה, אז מ'טאר דאס ניט אפלייגן אפילו אויף איין רגע, ווי דער פסק דין אין שולחן ערוך, הלכות צדקה, און מ'ברענגט אויף דערויף א ראי'אזוי איז דאך דא כמה עיניים וואס מ'פרעגט זיך פאנאנדער צי דער דין בלייבט אזוי אדער דער דין בלייבט ווי אן אנדער דיעה במקום אחר, בשעת אבער מ'ברענגט א הלכה און מ'ברענגט אויך המעשה רב איז דאך וו א פסק-דין ברור להלכה במעשה, און ס'ווערט אזוי נתקיים בפועל. וואס דערפאר איז אויך ווערט די צדקה געגעבן על מנת אז מ'זאל דאס פאנאנדערטיילן אויף צדקה בהוספה מדילי במילא ווערט דאס אויך בהוספה מדילי אז יעדער איד איז מוסיף מדילי ווערט גלייך בטל אין דעם זעלבן ענין אדער אין דעם זעלבן טאג ווערט גלייך בטל די סיבת הגלות
¶31ווערט גלייך די גאולה האמיתית והשלימה עיידי משיח צדקנו ממש, ותיכף ומיד ממש.