עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-x8ssynrd

kind
paragraph
order
jv
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ועל דרך זה אויך, ווי ס'פירט זיך ביי אידן, אז אין חינוך וואס אידישע פרויען גיבן צו קינדער, איז בשעת ס'רעדט זיך וועגן א מיידעלע, איז מען זיך משתדל צוגעוואוינען די מיידעלע, אז זי זאל זיין אריינגעטאן אין ענינים פון כשרות, אין א כשר'ן אופן און אין א גוטן אופן, און אויך געבן איר א געלעגנהייט, אז זי זאל צוהעלפן איר מאמען אין די ענינים פון די כשרות פון דער הויז, אין די ענינים פון דער ליכטיקייט פון דער הויז, אנהויבנדיק פון אליין אויך אנצינדן א אייגענע ליכטעלע, ועל דרך זה אין די ענינים, אז ס'זאל צוקומען אין דער טהר און אין דער קדושה, און צוקומען דורך דערויף אויך אין די ברכות פון דעם אויבערשטן וואס ער גיט אין דער גאנצער אויבית. וואס דאס האט אויך א ספעציעלע פארבינדונג מיט שמו אשר יקראו לו בלשון הקודש, ווי דער אלטער רבי זאגט אין תניא, אז א נאמען וואס על-פי תורה ווערט דאס א נאמען פון א מענטשן אדער א נאמען פון א זאך, וועלכע זאך ס'זאל ניט זיין, אפילו ווען דאס איז מערניט מצד המנהג, דאס איז דאך אבער מער ווי דריי מאל
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions