עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-x71sb9rv

kind
paragraph
order
v
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און ס'ווערט גלייך, מ'טאנצט פון דעם ענין, בפרט נאך אז מ'איז זיך מסיים דעם טאג פונקט אזוי ווי ס'איז געווען די התחלה מיט תמיד של שחר, דער ענין פון נתינת אויף צדקה און שליחות אויף צדקה, בתחילת היום, אזוי אויך אין סוף היום, נגד דעם תמיד של בין הארבעים, וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט תפילת ערבית, וואס זי איז דאך פארבונדן מיט די חלבים מיט דעם שומן פון דעם תמיד של בין הארבעים, איז אויך די התחלתו וסיומו אין דעם ענין של צדקה וואס א איד גיט דא למטה, און גענוג ער איז מחליט בזה, איז טוט דער אויבערשטער גלייך, און גיט גלייך דעם שכר, און דעם שכר שלא בערך, אז תיכף ומיד יהינו זה בא צמח דוד מלכא משיחא בפשטות, כמוזכר לעיל, און נעמט ארויס בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו מירו, און יעדערן פון די מסובים דא בתוך כלל ישראל, כולל אין זיך אויך די אלע דורות וואס וועלן קומען, כמה וכמה ד'דלעות וואס זיינען שוין געווען, והקיצו ורננו שוכני עפר ובפרט נאך אז מ'האט דעם זכות פון נשים צדקניות שביתו הדור יצאו מארץ מצרים, זאגט ער אין כתבי האריז ל, אזוי איז אויך אין דעם לעצטן דור פון גלות, וואס דאס איז דער ערשטער דור פון גאולה, איז בזכות נשים צדקניות שביתו הדור גייט מען ארויס פון דאסניי פון אלע ד'גליות, אויך פון דעם גלות פון מצרים, ביז אין אן אופן אז דאס ווערט אנגערופן נפלאות בערך אפילו פון גבולת מצרים, און אין די אלע ענינים בפשטות ממש גאולה האמיתית והשלימה תיכף ומיד ממש.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions