Paragraph
Paragraph rh-x45xz4bk
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-0xwp5ytq
- order
- aL
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ניט אז דער ווארט שנת הקהל שטייט אין תורה שבכתב אדער אין משנה וכיוצא בזה נאכמערער די זאך פון הקהל איז געווען מערניט ווי בזמן שבית המקדש הי'קיים, ווי גערעדט מערערן מאל, אפילו א זכר להקהל האט מען אויך ניט געמאכט שפעטער. מ'זאגט שנת הקהל ווארום מ'רעדט כדבר איש לרעו ווי מענטשן רעדן צווישן זיך, איז מנהג העולם, ווי מענטשן פירן זיך, אז א יאר וואס האט אין זיך אן אויסנאםליכע זאך, רופט ער אן דעם גאנצן יאר, אפילו דער אויסנאם-זאך איז געווען מערניט ווי אין איין טאג פון דעם יאר, אדער מערניט ווי אין תחילת השנה, אדער מערניט ווי דער יאר האט אים דערמאנט אין תחילת השנה אין די טעג פון סוכות, אז בזמן שבית המקדש הי'קיים איז דעמאלט איז געווען הקהל את העם האנשים והטף. ער האט דאך דאס אבער דערמאנט סוכות אין דעם יאר, דערמאנט דאס מיט א באנייטע פרישקייט און לעבעדיקייט, און מיט א באנייטע שטארקייט, אז דאס זאל ביי אים פועל זיין, ער זאל צוזאמענקלייבן האנשים והנשים והטף פון זיין משפחה, צוזאמענקלייבן האנשים והנשים והטף פון זיין סביבה, וואו נאר ער קען דערגרייכן, ווי גערעדט מערערע מאל במשך השנה, וואס דעמאלט דערמאנט מען אויך, אז דאס איז פארבונדן מיט הקריל בזמן שבית המקדש הי'קיים, איז דערפאר דארף ער טאן, אז דער יאר זאל ביי אים אויך ווערן אין אן אופן, אז ער טוט בדוגמא פון יענעם ענין פון הקריל וואס ס'איז געווען, אז אידן פלערן זיך צוזאמענקלייבן אין בית-המקדש כדי צו הערן ענינים אין תורה, און הערן אין אזא אופן, אז דאס זאל ווירקן אויף זיי במשך כל הימים כולם, ניט נאר אויף דעם יאר, נאר אויף אלע טעג און אויף אלע יארן. ליראה את הוי אויף פאלגן דעם אויבערשטן און מקיים-זיין זיינע מצוות, און וואס איינער פון זיי איז אויך
- proofread
- 0