עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

28 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1שון גלייך. ס'איז כרגיל, ווי איינגעפירט פאר די לעצטע יארן, אז וויבאלד אז ס'איז געווען אלע צוזאמען א לענגערע צייט, און בפרט א צייט וואס איז פארבונדן מיט ימים-טובים ומועדים לשמחה וכיוצא בזה, איז אט דעמאלט, איידער מ'פארט זיך פאנאנדער יעדערער, תחת גפנו ותחת תאנתו, אויף מקיים-זיין דארטן דעם אויבערשט שליחות, קלייבט מען זיך צוזאמען דוקא אלע צוזאמען, כדי נאכמערער פארשטארקן די הכירות מיט די ידידות וואס האט זיך אנטוויקלט פאר דער צייט, און דאס זאל נאכמערער צוגעבן, בשעת יעדערער וועט קומען אין זיין שטאט אדער אין זיין שטעטל און ס'וועט זיין פרנסה ועבודתו, וועט ער האבן מיט זיך דעם שטארקן זכרון פון די אידן מיט וועלכע ער האט זיך געטראפן, דורך דערויף אויך מיט דער ארבעט פון אט די אידן, וואס זיכער האט מען אויך גערעדט וועגן דעם, און בפרט נאך זייער ארבעט אין אידישקייט, על מנת וואס דורך דעם וועט נאכמערער צוקומען אין פארשטארקן אידישקייט און פארשפרייטן אידישקייט, הלוך וגדול, וואס דאס וועט נאכמערער צוהיילן די תקוהו הגמורה והפנימיות, און דער תכלית פון כל הענינים פון מעשינו ועבודתינו, אויף צוהיילן די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס דעמאלט וועט מען זיך צוזאמענקלייבן אין אן אופן פון אתם תלוקטו אחד אחד צוזאמענקלייבן זיך אין אן אופן פון גאולה שאין אחרי'גלות, אויף אן אייביקן קהל גדול וישוב

2הנה, ומתוך שמחה וטוב לבב, ו שמחת עולם על ראשם. וואס דאס איז דאך פארבונדן, כאמור, מיט מעשינו ועבודתינו, דורך דערויף וואס יעדערער טוט האנשים והנשים והטף, יעדערער אין זיין אופן אויף פארשטארקן אידישקייט און פארשפרייטן אידישקייט בא זיך און ארום זיך. וועט דאס נאכמערער צוהיילן כל הענינים האמורים, וכמדובר כמה פעמים.

3אידישקייט יעדערער במקומו, און דערנאך האט זיך אויך כמה וכמה וואס האבן צוגעשיקט דערנאך די דוכן די באריכטן וואס זיי האבן געטאן און ווי אזוי זיי האבן געטאן און ווי אזוי דאס איז נתקבל געווארן, איז אויך כאן הזמן וכאן המקום אויף באשטעטיקן אז די אלע דוכן זיינען אנגעקומען, און ס'דערמאנט יעדערן לפי ענ�ו אויפן ציון פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער, וגדול זכות הרבים, אויף מסייע זיין זיי אויף נאכמער מצליח זיין בעתיד, און אויך מוסיף זיין אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אלעמען אין וואס זיי נויטיקן זיך די אלע וואס זיי האבן שוין געטאן, סיי בגשמיות וסיי ברוחניות, אנהויבנדיק פון אמת'ן נחת, תורה נחת און חסיד'ישע נחת, פון קינדער און קינדס-קינדער און פון זיך אליין, ובאופן דמוסיף והולך ואור, ובפרט נאך אז לויט די דוכים וואס זיינען אנגעקומען, זעט מען, אז דאס וואס מ'האט געטאן איז געווען בהצלחה רבה ומופלגה, אין די ערטער וואס ס'איז ניט געווען קיין הצלחה איז דאס די ערטער וואס מצד סיבות שונות ומשונות האט מען ניט געטאן! אז מ'האט ניט געטאן איז פארשטאנדיק, אז ס'איז ניטא אויף וואס די הצלחה זאל חל זיין, אבער דארט וואס מ'האט אנגעהויבן טאן, אפילו אז בתחילת פון טאן איז מען ניט געווען אויף אזויפיל זיכער, און מ'האט געמאכט ניט ניט אזא שטורעם, האט מען גלייך געזען, אז דער אויבערשטער גיט א ברכה והצלחה מופלגה, במילא האט דאס צוגעגעבן נאכמער לעבעדיקייט און שטארקייט אויף ממשיך זיין אין דעם טאן, מ'איז געווען הלוך ומוסיף ואור. און דערפאר איז, כאמור, נוסף אויף די ברכה והצלחה וואס זיי האבן פון דעם אויבערשטן, מקור כל הברכות פאר דעם טאן אין ממלא זיין זיין שליחות פארשפרייטן אידישקייט וואו נאר מכן, האבן זיי אויך די ברכה והצלחה פון אלע אידן וואס הערן וועגן זייער טאן, אפילו אז זיי ווייסן ניט גענוגע די נעמען

4און די ערטער וכו,' אבער מ'בענטשט זיי, אז יעדערער וואס האט געטאן, אף על פי וואס ער ווייס אים ניט און קען אים ניט און מ'האט אים זיך ניט דורכגעשריבן, ער ווייס אבער אז ער איז א איד, און האט געטאן אין אידישקייט, און האט נאמעלה געווען דעם אויבערשטנ'ס רצון איז יעדער איד האנשים ואנשים וטף מצרף לייגן זיי צו אויך זייער ברכה און זייערע וואונטשן, אז ס'זאלן נאכמער האבן ברכת ה', וואס ברכת ה' איז דאך זיכער אויך כולל, אז זיי זאלן מכאן ולהבא טאן נאכמערער, אף על פי וואס ביז איצטער האט מען אויך געטאן א סך, זאלן זיי טאן נאכמערער, וויבאלד אז צו קדושה און צו גוטסקייט איז דאך ניטא קיין סוף, און כאמור די אלע ענינים זאלן נאכמערער צוהיילן דעם טאן און מיט זריזות און מיט לעבעדיקייט, ובדרך ממילא אדער אנא ממילא בדרך הכרח נאכמערער צוהיילן די גאולה האמיתית והשלימה. וואס דאס איז, כאמור, די נקודה משותפת וואס ס'איז דא אין די אלע צוזאמענקומען זיך פון אונז, אדער די וואס זיינען פריער דא געווען, און זיינען איצטער דא ניט אן מאיזו סיבה שתיעורית, און אויך אין די פריערדיקע יארן, ניט קוקנדיק צי אין צוזאמענהיינג מיט וועלכן יום-טוב דאס איז געווען פארבונדן, און מיט וועלכע צייט דאס איז געווען פארבונדן, און זיי אלע האבן דאך א נקודה משותפת, אז און דער צוזאמענקומען דאך קומט דאך פאר אין א מקום גדול אין א בית-הכנסת און א בית-המדרש, אן ארט וואו מ'דאוונט און מ'בעט בא דעם אויבערשטן אויס אלע ברכות, און ווי מ'לערנט דעם אויבערשטנ'ס תורה און מחליט ההחלטות בנוגע צו מקיים-זיין דעם אויבערשטנ'ס מצוות בכלל און מצוות הצדקה במיוחד, און דאס אלץ איז דאך אין דעם בית הכנסת ובית המדרש פון נשיא דורנו. אט דאס וואס ס'קומט-צו אן ענין מיוחד, בשעת מ'קומט זיך צוזאמען נאך פסח, על אחת כמה וכמה בשנה זו,

5איז דאס איז דער ענין וואס איז פארבונדן מיט ספירת העומר. וכמדובר כמה פעמים וואס דער רמב'ם זאגט, אז אלע הלכות און אלע מצוות, אין צוגאב צו דער עיקר זאך, אז די מצוה מיינט אז מ'זאל וועל מקיים זיין בפשטות ווי ס'שטייט אין שולחן-ערוך מיט אלע פרטים און פרטי-פרטים האט זי אויך אין זיך א לימוד אין תיקון המדות, און אין הנהגה אין דער אלגעמיינער אויפפירונג פון א אידן. בשעת מ'קלייבט זיך צוזאמען בסמיכות צו פסח און נאך פסח, איז דאך דאס אלעמאל אין דער צייט פון ספירת העומר. ספירת העומר, אין צוגאב, כאמור, צו דעם עיקר, אז דאס דארף מען ציילן דעם אומר בכל יום לויט דעם טאג, און מיט א ברכה און דער תפילה שלאחרי זה האט אין זיך אן אלגעמיינע אפלערנונג אויפן גאנצן יאר, און יעדער יאר ווערט ס'אפגעפרישט נאך דעם ספירת העומר פון דעם יאר, און דאס איז אויך פארשטאנדיק אין אן אופן, אז דאס קען מען געבן צו פארשטיין, און דאס צו פארשטיין, אנשים ואנשים, ביז א טף פון קטני קטנים.

6אין וואס באשטייט דער ענין פון ספירת העומר? איז דאס בעצם איין און איינציקע מצוה, ניט ס'שטייט א ריבו פעמים אין תורה, אין תורה שטייט וספרתם לכם ממחרת השבת אז מ'דארף מקיים-זיין אין ציילן ספירה איין און איינציקן מאל. דערנאך זאגט תורה, אז דער ציילן ווערט פאנאנדערגעטיילט אויף שבע שבתות, אז מ'ציילט יעדער טאג באזונדער, פון די זיבן וואכן ווערט דאס ניין און פערציג טעג. וואס האט מען אין דערויף דעם לימוד? אז מ'נעמט ניין און פערציק טעג באזונדערע, ווארום אין דעם זעלבן טאג מאכן צוויי מאל א ברכה איז ניט נאר מ'דארף ניט, נאר מ'טאר ניט, וויבאלד אז מ'מאכט ניין און פערציק מאל די ברכה, איז דאס דערפאר וואס דאס איז ניין און פערציק באזונדערע טעג. וואס א טאג איז פארבונדן מיט מהלך השמש ומהלך הלבנה, דער אויבערשטער האט באשאפן דער וועלט אין אזא אופן, אז ס'זאל זיין יום ולילה ולא ישבותו ס'זאל אויסגעשטעלט ווערן אין באזונדערע טעג, וואס יעדער טאג האט זיך אין זיך דעם טאג און די נאכט, און אס איז לא ישבותו אזוי גייט דאס אן, זינט בריאת העולם, אין אן אופן וואס ס'ווערט ניט קיין שינוי.

7ס'גייט אזוי אן טויזנטער יארן, נאכן טויזנטער יארן אויך פאר מתן תורה. און דאס איז א זאך וואס דאס איז פארבונדן גאר ניט מיט אידן. כאמור, דאס איז פאר מתן תורה, און ס'איז די זעלבע לבנה און דער זעלבער שמש, די זון און לבנה, וואס זעען כל ברועה עולם, אלע באשעפענישן פון דער וועלט, אידן און ניט-אידן, און אויך חי און צומח, און אפילו דומה ווערט דאך אויך באאיינפלוסט פון דער ווארעמקייט אדער דער היץ פון דעם שמש, און אויך פון דעם אור הלבנה, וכמדובר כמה פעמים, אז ווי ס'שטייט בכמה ספרים איז דא דער נגד ירחים, אז ס'איז דא אזוינע צמחים וואס זיי ווערן באאיינפלוסט פון דער השפעה פון דעם אור הלבנה, פון דעם ליכט פון דער לבנה, און ביז וואנענט אז מ'זאגט, אז דאס וואס ס'איז דא אן ענדערונג איז ווי אזוי די חוואלות די גלים פון דעם ים אדער פון א טייך באוועגן זיך הענגט דאס אפ אן דער לבנה און איר השפעה וואס זי האט אויף די מים, דא מתחת אונטן, פונקט ווי זי האט א השפעה ממגד ירחים וכו ווי דערמאנט פריער. און דאס איז אזוי ווי געזאגט איז דאס פאנאנדערגעשפרייט איבער אלע צייטן, פאנאנדערגעשפרייט איבער אלע שטחים-טיילן פון דער וועלט, און פאנאנדערגעטיילט אין אן אופן וואס אנשים ונשים וטף און חי און צומח און דומם, זען דאס און ווערן בא איינפלוסט פון די אלע זאכן. זאגט מען א אידן, אז בשעת ס'איז קומען די צייט פון ספירת העומר, און אט דעמאלט איז האט ער א ציווי און א שליחות פון דעם אויבערשטן ער זאל ציילן אט די טעג, איז אט דעמאלט, דורך אויף דערויף אפ פאראייניקט

8ער ניין און פערציק טעג, און מאכט פון זיי איין ציווי אין תורה איין זאך אין תורה, און דורך דערויף ווי מ'זאגט דערנאך נאך דער ברכה פון ספירת העומר, און דערנאך ציילן דעם עומר, אז על ידי זה ישפע שפע הרב בכל העולמות, אז דורך דערויף וואס א איד, האנשים והטף, א קליין קינד, אן אינגעלע אדער א מיידעלע, האט דערציילט דעם מומר, זאגט אים תורת אמת, אז דורך דערויף טוט ער אויף, אז ס'זאל צוקומען א שעפע אין די אלע וועלטן, און ניט סתם א שעפע נאר א שעפע רב, א סך השפעה, וואס דא זעט מען דעם כח וואס מ'האט געגעבן א אידן, ניט נאר בשעת ער טוט א זאך וואס איז פארבונדן מערניט מיט ווי ער שטייט אין זיינע ד'אמות אין א שול, אין א בית-הכנסת אדער אין א בית-המדרש, אדער ווי ער שטייט אין זיינע ד'אמות בא זיך אין הויז, וואס ער האט געמאכט פון דער הויז, ווי גערעדט מערערע מאל ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם ער מאכט פון זיין אייגענע פריוואטע הויז לכאורה מאכט ער דערפון א מקום קדוש, א זאך וואס הייליק, דורך דערויף וואס ער לערנט דארט תורה און מקיים דארט מצוות, און ער ציט דארטן זיינע קינדער לתורה ולחופה ולמעשים טובים אין דעם אידישן וועג, לויט די אנווייזונגען פון דער תורה, נאר מ'זאגט אים, אז בכל העולמות כולם, און דורך דערויף וואס ער מאכט אן איין און איינציקע ברכה, און ס'איז גאר קיין אונטערשייד ניט על פי דין, מאכן די ברכה אפילו אז מ'דאוונט בא זיך אין הויז, אפילו אז מ'דאוונט אין א פעלד, אפילו אז מ'דאוונט אין א מדבר, וואס דאס איז גאר ניטא קיין מענטשן, אבער דאס שטייט א איד און דערמאנט דעם אויבערשטן, און זאגט דעם אויבערשטן אז ער גייט מקיים-זיין זיין א מצוה, איז ניט קוקנדיק וואס דאס איז א מדבר און ארום אים איז לכאורה קיינער אין די תרבה זאל

9אים הערן הערט דאס אבער דער אויבערשטער בורא כל העולמות ומנהיגה וואס פירט אן מיט אלע וועלטן בכל רגע ובכל מקום, און וואס נאך מערער, ווי תורת הבעל שם טוב, וואו דער אלטער רבי ברענגט דאס, וואס דער אויבערשטער באשאפט יעדער ארט און יעדער זמן בכל רגע ורגע, מים ואפס המוחלט פון דאסניי יעדער רגע און יעדער מאל. הערט אים דעם אויבערשטן וואו ער זאל דאס זאגן, כאמור, אפילו ווען ער געפינט זיך אין א מדבר, א זיכערע זאך האט דאס נאך א גרעסערע השפעה ווען ער טוט דאס, און דערביי זיינען דא נאך אידן, ווער רעדט נאך אנשים ונשים וטף, ביז אז קהל גדול ברוב עם הדרת מלך, במילא ווערן זיי דאך אויך באאיינפלוסט פון זיין אויפפירונג, אפילו פון אן אויפפירונג פון א קלייניקע מיידעלע, אדער א קלייניקע נינגעלע, זעט מען גאר פארקערט, אז בשעת אן ערוואקסענער, א איד מיט א ווייסער בארד, זעט אז ס'שטייט א קלייניקע מיידעלע, און בציל במומר, אדער טוט אן אנדער מצוה-מאכט דאס אויף אים א סאך מאל א סאך א טיפערן איינדרוק, און ווירט מערער אויף זיין פרומקייט און אויף זיין אויפפירן זיך, מערער ווי ער זעט דאס פון אן איינעם וואס ער איז שוין נאך בר-מצוה אדער אויך מיט א ווייסע בארד ווי ער האט, וואס דעמאלט איז ביי אים ניט אזא פלא, און מאכט דאס ניט אזא משטארקן רושם, אז ער גיט א קוק א מיידעלע וואס האט זיך ערשט דאך געשפילט מיט קינדישע זאכן, און דערנאך האט זי זיך געכאפט און דערמאנט זיך, אז ס'איז ספירי צייט, און ס'איז געקומען די צייט אויף טיילן ספירה כאפסי גלייך איר אייגענעם סידורל און זאגט די ברכה, און זאגט דאס מיט התפעלות ווי ס'איז דא ביי א קינד, א מיידעלע אדער אן אינגעלע, און ס'שטייט דערביי אן אלטער רב מיט א ווייסער בארד און אן אלטער משפיע וכו'וכו זעט מען במציאות, און מ'דארף אויף דערויף ניט האבן קיין ראיות, מ'זעט דאס, כאמור, מיט עיני בשר, די השפעה וואס דאס קען האבן,

10און וואס דאס האט בפועל, ביז א השפעה אין אזא אופן אז דאס גיט נאכמערער צו אין זיין דינים דעם אויבערשטן פאר זיך, און זיכער גיט דאס נאכמערער צו אין זיין דינים דעם אויבערשטן דורך משפיע זיין אויף די אלע ארום זיך, בשעת ער זעט ווי אזוי די השפעה העלפט אויף אזויפיל, ביז וואנענט אפילו טף און קטני קטנים זיינען אויך מוסיף אין זייער טאן אין אידישקייט, ביז אין א מצוה בפועל, און מוסיף אין אזא אופן, אז דארט ווערט ביי זיי אויך א טייל פון מעשינו ועבודתינו, וואס ס'איז נאכמער מקרא די גאולה פון יעדער אידן און פון אלע אידן, און דורך דערויף וואס ס'קומט נאכמערער צו אין מעשינו ועבודתינו. וואס דאס איז, כאמור, שטייט בהדגשה דוקא אין די טעג פון ספירת העומר, וואס מ'זעט א דבר פלא, אז מ'זאגט א אידן, אז דאס וויסן זיין אז שמש וירח און יום ולילה זיינען באשאפן געווארן פאר דעם אויבערשטן, און ווי דערמאנט פריער, פאר דער גאנצער וועלט און פאר אלע זאכן אין וועלט, און טויזנטער יארן איידער אידן זיינען געווארן א פאלק, און טויזנטער יארן איידער אידן האבן מקבל געווען די תורה, ווי דערמאנט פריער. צוזאמען דערמיט, אז ס'איז געקומען אט די צייט וואס דער אויבערשטער האט געגעבן תורה, און אין דער תורה האט ער אויך געגעבן די מצוה פון נוספרתם לכם האט ער דערמיט געגעבן א אידן דעם כח, אז ס'וועט קומען אט די צייט במי און ער וועט מקיים זיין דעם אויבערשטנ'ס שליחות אין ספירת העומר באקומט ער דעמאלט דעם כח, און ווי דערמאנט פריער, אנשים ונשים, ביז א קלייניקער אינגעלע און א קלייניקער מיידעלע, אז זיי זאלן משפיע זיין שף הרב ניט נאר אין דער גאנצער מציאות ווי דאס איז אין אונזער וועלט, אין וועלכע זיי לעבן און מיר לעבן, נאר שף הרב בכל העולות,

11ביז די העכסטע עולמות וואס דער אויבערשטער האט באשאפן ווערן באיינדרוקט, און ניט נאר באיינדרוקט אין זיי קומט צו פון דעם אויבערשטנ'ס שפע, דורך דערויף וואס אט דער איין און איינציקער איד איז מדבר, אדער אט דער קלייניקער אינגעלע און קלייניקע מיידעלע האט געטאן אין דעם ענין, אין אידישקייט בכלל, און אין דעם ענין פון ספירת אומר במיוחד,

12דורך דערויף אשעפ רב בכל העולמות. און ווי דערמאנט פריער, בשעת אידן קלייבן זיך צוזאמען, און קלייבן זיך צוזאמען על מנת, כדי אז דורך דערויף פארשטארקן נאכמער פארבונד דעם פארבונד צווישן זיך, און דאס וואס מ'פארט זיך פאנאנדער זיך נאכמערער אויפטאן אין דעם פארבונד צווישן זיך, דורך דערויף וואס ס'וועט צוקומען אין די בענקעניש פון איינעם צו אנדערע, ווי מ'זעט דאס בפועל, א גוטע פריינט ווען זיי פארן זיך פאנאנדער, ערשט אט דעמאלט איז דא די בענקעניש בגלוי, בשעת מ'איז צוזאמען און מ'טרעפט זיך צוזאמען יעדער טאג, און מ'עסט צוזאמען, אדער מ'גייט שפאצירן צוזאמען, על אחת כמה וכמה אז מ'לערנט תורה צוזאמען איז אט דעמאלט פילט זיך ניט די בענקעניש, ווארום מ'געפינט זיך זיך צוזאמען. בשעת מ'פארט זיך פאנאנדער און מ'פארט זיך פאנאנדער פון אזא מעמד ומצב וואס מ'האט זיך צוזאמענגעטראפן במיוחד כדי צו פארשטארקן דעם פארבונד, און מ'האט זיך צוזאמענגעטראפן אין א בית הכנסת, און א בית וואס דער אפטייטש אין דערויף איז דאס אזא הויז וואס דארטן קלייבן זיך אידן צוזאמען, וואס דאס איז דאך דער אפטייטש פון דעם ווארט כנסת און צוזאמענקלייבן זיך צוליב אן אייביק זאך, וואס בית הכנסת איז דאך דארטן מקיים מצות תפילה צום אויבערשטן, צו דעם כל עולם אין תפילת וואס איז געגעבן געווארן אין תורת עולם, און במיוחד נאך, ווי דערמאנט פריער, אז דאס איז אויך א בית-המדרש, וואו מ'לערנט דארט תורה בפשטות, און מחליט החלטות טובות בהנוגע צו מצוות און בהנוגע צו צדקה, און בהנוגע צו דער מצוה וואס זי איז א כלל גדול בתורה ואהבת לרעך כמוך אויף פארשטארקן נאך מערער די אהבה וואס ס'איז דא בלב כל אחד ואחת מישראל, צו יעדער איד און אלע אידן, וואס דאס איז דאך דא באמת בטבע, ווי דער אלטער רבי איז מבאר אין ספר תניא קדישא אין פרק לב, אז די נשמות איז אב אחד לכולנו

13וכולהו מתאימות, איז דאך פארשטאנדיק, אז אין טבע פון א אידישע נשמה איז, אז ער פילט דאך אז ער איז איין און איינציקע זאך מיט יעדער איד און מיט אלע אידן, וואו נאר זיי געפינען זיך, עד כדי כך, אז וויבאלד אז די דורות וואס פאר אונז איז זיי האבן אויך געהאט דעם חלק אלוקה ממעל ממש פון דעם זעלבן אויבערשטן, פארבינדט דאס אים אויך מיט די אלע דורות שלפני זה, און דאס פארשטארקט אויך זיין פארבונד מיט אלע דורות שלאחרי זה. וואס אף על פי וואס מ'האפט דאך און מ'איז זיכער, אז באלד תוקף ממש קומט משיח צדקנו, במילא וועט דאך זיין והקיצו ורננו שוכני יפה על אחת כמה וכמה ומחה הוי'דמעו מעל כל פנים וועט אויך זיין דער חיים נצחית, ביחד עם זה וועט דאך אבער צוקומען דער הקיצו ורננו די אלע דורות שלפני זה פארבינדן זיך אויך בגלוי מיט הקיצו ורננו מיט אט די אלע דורות, און זעלבסט-פארשטענדלעך, אז דער פארבונד איז אויך אין אן אופן פון ורננו מתוך שמחה וטוב לבב.

14וואס דערפאר קומט נאך א תוספת יישר כח פאר די וואס האבן געטאן אין די האמורים, און האבן גענומען דערביי אויך החלטות אויף טאן נאך מערער מכאן ולהבא, וויבאלד אז זיי האבן געזען די הצלחה גדולה וואס ס'איז בא זיי געווען, און אויף וויפל דאס האט געווירט ארום זיי, און וואס ניט ווייניקער וויכטיק אויף וויפל ס'האט געווירקט אויף זיי אליין איז מ'זעט דאך ביי א אידן, ביז ביי א מענטשן בכלל, אז ער טוט א גוטע זאך, און זעט נאך, אז ער האט דערביי מצליח געווען איז דעמאלט ליגט מען דעמאלט אין טבע פון א מענטשן אפילו פון ניט-א אידן, על אחת כמה וכמה פון א אידן, אז דאס גיט אים צו נאכמערער חושק און שטארקייט און לעבעדיקייט אויף מכאן ולהבא טאן נאכמערער, ובלשון הידוע, אז מי שיש לו מנה רוצה מאתים, און מי שיש לו מאתים רוצה ד'מות, אז מ'האט שוין געטאן צוויי מאל אזויפיל, מ'וויל ניט טאן פיר מאל אזויפיל, און ווי גערעדט מערערע מאל.

15וכאמור, די אלע ענינים שטייען מיט נאך א גרעסערן שטארקייט אין די טעג פון ספירת העומר, ווי דערמאנט פריער, וואס דאס גיט נאך א גרעסערע מוד און א גרעסער לעבעדיקייט אין די החלטה, און ס'זאל אראפקומען בפועל אויף צו טאן נאך מערער אויף מכאן ולהבא. און ווי גערעדט מערערע מאל, איינע פון די אפלערנונגען פון ספירת העומר איז, אז בשעת מ'ציילט ספירת העומר דעם צווייטן טאג, וואס לכאורה האט מען דאך געדארפט זאגן אויף דעם טאג ציילט ער דעם צווייטן טאג פון ספירת העומר, איז דער נוסח איז אבער פון דער ברכה, ניט אז מ'זאגט אז דאס איז דער צווייטער טאג, נאר דאס איז צוויי טעג פון ספירת העומר, און אזוי דעם דריטן טאג זאגט מען, אז ס'איז דריי טעג פון ספירת העומר, וואס דא האט א איד א לימוד, און אויך ווי געזאגט, האנשים והנשים והטף אז בשעת ער טוט א גוטע זאך, וואס ער האט דאס געטאן מיט יארן צוריק, האט ער דאס עד היום הזה, ווארום א דבר טוב איז ווי ער זאגט אין תניא, נצחי לעולם ועד למעלה, איז דער עיקר מקור הברכות, על אחת כמה וכמה א זאך וואס ער האט געטאן אט ערשט, אדער געטאן ערשט נעכטן, אדער על כל פנים אין דער זעלבער וואך איז דאך פילט ער נאך דעם רושם פון דער זאך וואס ער האט געטאן, צוזאמען מיט דער הבטחה פון תורת אמת, אז די זאך וואס ער האט געטאן, און געציילט פירות דעם ערשטן טאג, דערנאך אז ס'קומט די צווייטן טאג בלייבט דאס ביי אים מיטן גאנצן שטורעם, ביז וואנענט אז דער צווייטן טאג זאגט ער היום שני ימים לאמר, און אזוי בשעת ס'גייט-דורך די ערשטע וואך זאגט ער שבוע אחד, און דאס בלייבט ביי אים אין די אלע שבעה שבועות גאנצערהייט, ביז ער פארענטיקט שבעה שבועות תמימות תהיינה, און דאס איז נאכמער פארבונדן מיט מהלך

16עולם אין די קביעות פון היינטיקן יאר, ווי דערמאנט פריער, אז ער זאגט אין מדרש, אז שבעה שבועות תמימות, איז תמימות בשלימות איז אין אזא קביעות, אז ספירת העמה, די ערשטע ספירה, הויבט זיך אן דער ערשטער טאג אין וואך, על דרך זה די ספירות שלאחרי זה, אז די ערשטע ספירה פון דער צווייטער וואך הויבט זיך אן אויך אין אן ערשטן טאג פון וואך, וואס דאס פארבינדט נאך מערער די תמימות און די שטארקייט און די גאנצקייט פון דעם אידישן ספירת העומר, אז בשעת ער טוט א זאך בלייבט דאס ביי אים בשלימות, און דאס ווערט אריינגעשטעלט אין דער אויפפירונג פון וועלט, וואס אין וועלט איז דאך יעדער וואך א זאך פאר זיך, און וואס הויבט זיך אן מיטן ערשטן טאג אין וואך, ענדיקט זיך דערנאך ביז וואנענט די וואך ענדיקט זיך מיטן זיבענטן טאג פון וואך, און ווי דערמאנט פריער, אז דאס ווערט אין אזא אופן, אז ענדיקט זיך מערניט ווי די וואך ווי זי שטייט אין לוח, אין קאלינדאר, רייסט ער אפ דעם בלעטל פון וועלכע ס'האט זיך גערעדט וועגן די פאריקע וואך, ביי אים אבער, אין זיינע איבערלעבונגען, און דאס פועל'ט אויך אין די איב� לעבונגען פון דעם גאנצן אידישן פאלק, און דאס פועל'ט אויך, ווי דערמאנט פריער, בכל העולמות כולם בלייבט דאס אן אייביקע זאך און אן אייביקער הישג, אן אייביקער פארמעגן וואס ער האט בא זיך, און דאס פועל'ט ביי אים על כל השנה כולה, און ס'פועל'ט אויך אויף די שנים שלאחרי זה, ואדרבא דעמאלט ווערט דאס נאכמערער פארשטארקט, וויבאלד אז ס'קומט אויך צו די ספירת העומר פון שנה הבאה, וואס די אלע ענינים שטייען נאך אין א פארשטארקטן אופן, וואס נוסף דערצו וואס מ'געפינט זיך אין די טעג פון ספירת העומר, וואס האט אין זיך די אלע תכונות, די אלע לימודים, ווי דערמאנט פריער שטייט אויך דער גאנצער יאר, ווערט אנגערופן שנת הקהל, און ווי דערמאנט מערערע מאל, ס'איז

17ניט אז דער ווארט שנת הקהל שטייט אין תורה שבכתב אדער אין משנה וכיוצא בזה נאכמערער די זאך פון הקהל איז געווען מערניט ווי בזמן שבית המקדש הי'קיים, ווי גערעדט מערערן מאל, אפילו א זכר להקהל האט מען אויך ניט געמאכט שפעטער. מ'זאגט שנת הקהל ווארום מ'רעדט כדבר איש לרעו ווי מענטשן רעדן צווישן זיך, איז מנהג העולם, ווי מענטשן פירן זיך, אז א יאר וואס האט אין זיך אן אויסנאםליכע זאך, רופט ער אן דעם גאנצן יאר, אפילו דער אויסנאם-זאך איז געווען מערניט ווי אין איין טאג פון דעם יאר, אדער מערניט ווי אין תחילת השנה, אדער מערניט ווי דער יאר האט אים דערמאנט אין תחילת השנה אין די טעג פון סוכות, אז בזמן שבית המקדש הי'קיים איז דעמאלט איז געווען הקהל את העם האנשים והטף. ער האט דאך דאס אבער דערמאנט סוכות אין דעם יאר, דערמאנט דאס מיט א באנייטע פרישקייט און לעבעדיקייט, און מיט א באנייטע שטארקייט, אז דאס זאל ביי אים פועל זיין, ער זאל צוזאמענקלייבן האנשים והנשים והטף פון זיין משפחה, צוזאמענקלייבן האנשים והנשים והטף פון זיין סביבה, וואו נאר ער קען דערגרייכן, ווי גערעדט מערערע מאל במשך השנה, וואס דעמאלט דערמאנט מען אויך, אז דאס איז פארבונדן מיט הקריל בזמן שבית המקדש הי'קיים, איז דערפאר דארף ער טאן, אז דער יאר זאל ביי אים אויך ווערן אין אן אופן, אז ער טוט בדוגמא פון יענעם ענין פון הקריל וואס ס'איז געווען, אז אידן פלערן זיך צוזאמענקלייבן אין בית-המקדש כדי צו הערן ענינים אין תורה, און הערן אין אזא אופן, אז דאס זאל ווירקן אויף זיי במשך כל הימים כולם, ניט נאר אויף דעם יאר, נאר אויף אלע טעג און אויף אלע יארן. ליראה את הוי אויף פאלגן דעם אויבערשטן און מקיים-זיין זיינע מצוות, און וואס איינער פון זיי איז אויך

18ואהבת לרעך כמוך פועל זיין אויף יעדער אידן און אלע אידן ארום זיך, אז אויך זיי זאלן אזוי טאן, און פועל'ן דאס בדרכי נועם ובדרכי שלום, ווי דער לשון איז ואהבת דאס דארף אויפגעטאן ווערן דורך אהבה, און ווי מ'זעט דאס אויך בפועל, אז דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב ופועלים פעולתם ביז וואנענט אז דאס פועל'ט אויך זייער פעולות אין ארום זיך, איז אט דער וואס האט גערעדט אט די רייט, און דער וואס האט געטאן אט די פעולות פועל'ט דאס אויך אין אים, אז מכאן ולהבא זאל זיך נאכמער פארגרעסערן. וואס דאס איז אויך ווי גערעדט מערערע מאל דער פארבינדונג מיט דעם פון היינטיקן יאר, נוסף וואס דאס איז א שנת הקהל, אט דאס וואס דער מספר פון דעם יאר איז תשמח און תשמח, וואס דאס איז אויך, ווי דערמאנט פריער, ניט ס'שטייט אין חומש אדער אין משנה אדער אין גמרא, אז בשעת ס'איז געווען תסמך אין אלף השני אדער אלף השלישי אדער אלף הרביעי, מיט טויזנט יאר צוריק, איז דעמאלט רופט דאס אן די משנה אדער די גמרא שנת תסמך אדער די ברייתא נאר דא זאגט מען א אידן, אז וויבאלד ער האט א זאך וואס ער קען דערפון לערנען, און די משנה זאגט, אז כל מה שברא הקבוש ברוך בעולמו לא בראו אלא לכבודו יעדער זאך וואס איז דא אין וועלט איז דאס דארף מען דאס אויסנוצן ווי דער אויבערשטער וויל, אז דורך דערויף זאל צוקומען נאכמערער אין דעם אויבערשטנ'ס כבוד, אף על פי וואס ביז דעמאלט האט ער אויך געטאן אן עולם ומלואו, על אחת כמה וכמה לויט די תורה פון בעל שם טוב, איבערגעגעבן דורך נשיא דורנו, דורךן רבי'ן דעם שווער, אז יעדער זאך וואס א איד הערט אדער זעט, איז דאס א הוראה אן אנווייזונג פון וועלכע ער קען אפלערנען, במילא דארף ער אפלערנען, ווי אזוי נאך בעסער דינען דעם אויבערשטן, וואס דורך דערויף וועט אויך נאכמערער צוקומען אין די ברכות וואס דער אויבערשטער גיט אים, אויף האבן נחת פון זיך,

19און האבן נחת פון כל בני המשפחה, עאכו'כמה וכמה עלטערן פון קינדער און זיידעס און באבעס פון אייניקלעך אדער אור-אייניקלעך וכיוצא בזה, עאכו'כמה אז דאס גיט-צו אויך אין דער ברכה, אז מ'זאל נאכמערער מצליח זיין מכאן ולהבא. ווי דערמאנט פריער, אז מ'זעט אז מ'האט געטאן און מ'האט מצליח געווען איז אט דעמאלט באקומט מען חושק בטבע האדם אפילו ניט ביי א אידן, על אחת כמה וכמה ביי א אידן, ס'איז אבער אויך נוגע צו ניט-אידן, בנוגע צו פארשפרייטן דעם ענין פון שבע מצוות בני נח צווישן די ניט-אידן מיט וועלכע ס'בקומט בלאו הכי אין פארבינדונג מצד עניני מסחר וכיוצא בזה, אז זיי אויך דערציילן וועגן שבע מצוות בני נח, און זאגן זיי, אז דאס איז אן אנזאג פון דעם אויבערשטן, דורך משה רבינו, אז זיי דארפן דאס מקיים-זיין, און אז דאס איז פארבונדן מיטן אויבערשטנ'ס רצון אז ס'זאל זיין לשבת יצרה אז די וועלט זאל זיין א באזעצטע זאך און א מיושב'דיקע זאך, און א רואיקע וועלט, און א שלום'דיקע וועלט, דורך דערויף וואס יעדערער טוט זיין שליחות בנוגע צו דעם מעמד ומצב פון וועלט, און ווי מ'זעט דאך בפשטות, אז ליידער מצד חושך הגלות אדער מאיזה סיבה שתהי'איז די בלבולים און די מלחמות און די רייסניש אין וועלט ווערט אלץ מערער און מערער, און ואין לנו שיעור אלא התורה אזוי די עצה דערצו איז אויף נאכמער פארשטארקן זיך אין פארשפרייטן אידישקייט, וואו נאר מ'קען דערגרייכן, וואס אידישקייט ברענגט מיט זיך דעם אויבערשטנ'ס ברכות, ביז השלום הוא הכל דער עיקר ברכה איז שלום בעולם, ביז ונתתי שלום בארץ, אין ארץ הקודש וסביבה אותי,' על אחת כמה וכמה אז דאס ווערט אזוי אויפגעטאן בשעת מ'רעדט מיט ניט-אידן, וואס באמת האבן זיי דאך ניט קיין בחירה

20עצמיות ובאמיתיות, במילא איז בשעת מ'רעדט מיט זיי, איז מצד ענינם מוזן זיי דאס אננעמען א סך שנעלער ווי בשעת מ'רעדט מיט א אידן וואס ער איז א בעל בחירה חפשית, און מ'זאגט אים ובחרת בחיים, און ווי גערעדט שוין מערערע מאל ואין כאן המקום להאריך בזה. ובפרט נאך אז ווי מ'פירט זיך ביי אזא מין צוזאמענקומען, און מ'פארבינדט דאס אויך נוסף וואס מ'חזר'ט ענינים פון תורה-שבכתב און תורה שבעל-פה, צוזאמען מיט אן ענין של תפילה, וואס דאס איז דאך די ברכות וואס יעדער איד ווינטשט א צווייטן אידן, איז דאך דאס א ברכה צוזאמען מיט א תפילה וואס ער איז מתפלל להקב'ה, ער בעט דעם אויבערשטן אז דער אויבערשטער זאל מקיים זיין זיין תפילה, אויך די ברכות וואס ס'בענטשן קליינע קינדער איינע דעם צווייטן, אדער קליינע קינדער זייערע עלטערן, אדער קליינע קינדער יעדער אידן, אדער דער וועלט בכלל איז דאך הבל תינוקות של בית רבן האט דאך דאס דעם גוואלדיקן שטורעם און דער גוואלדיקער עובד וכו,' און ווי גערעדט מערערע מאל. וואס דאס איז אויך דער ענין, ווי דערמאנט פריער, אז ס'קומט נאך צו נאך אן אפלערנונג דערפון וואס מ'האט געווארט טויזנט יאר ביז וואנענט ס'איז געקומען נאכאמאל א שנה, וואס איר מספר איז תסמך תשמ ח תסמך און תסמך גיט דאס נאך א הוראה און מיט נאך א לימוד, אף על פי וואס ביז איצטער האט מען ביי סוד דערצו ניט געדארפט אנקומען צו דער הוראה, אבער איצטער, וויבאלד אז מ'האט די הוראה איז שוין דא, איז א זיכערע זאך, אז יעדערער דארף דאס אויסנוצן אין דער פולסטער מאס. און אז מ'וועט דאס ארקלערן, אז תינוק ותינוקות, וואס דער אפטייטש איז פון תשמח און תשמח, און אז דאס איז פארבונדן מיט א גאנצן יאר, וואס צוזאמען דערמיט איז דאס אויך השנת הקהל, כמוזכר לעיל, וואס דאס האט אויך די אנווייזונג און די הוראלה

21דער נתינת-כח, אז יעדערער האנשים והנשים וטף האט א הוראה מיט א נתינת-כח במיוחד, אויף צוזאמענקלייבן אנשים והנשים וטף, אפילו טף זעט מען דאך בפשטות, אז זיי האבן בכח צוזאמענקלייבן און איינווירקן אויף טף וואס ארום זיך, און ווי דערמאנט פריער האבן זיי בכח צו איינווירקן אויף זייערע פאטער און אויף זייערע מוטער, זיי זאלן נאכמערער צוגעבן אין ענינים פון אידישקייט בכלל, און אין ענינים פון הכל בפרט. און נאך מערער, זיי האבן אויך כח, ווי מ'זעט דאס בפועל, אז בשעת אן אייניקל, אן אינגעלע אדער א מיידעלע, רעדט מיט זיין אדער מיט איר זיידן און באבען, אז מ'דארף טאן נאך מערער אין אלע גוטע זאכן, און זיי פרעגן בא דעם זיידן און באבען ער זאל זיי אדער איר ארויסהעלפן אין זייער טאן אין אידישקייט, ווערט דער זיידע און באבע בא זיי דער גרעסטער נחת וואס ס'קען זיין בא זיידן און באבען? בשעת ער זעט, אז דער אייניקל, כאטש דאס איז א קליין קינד וכיוצא, פירט זיך אין אזא מין וועג און איז מעורר און בעט בא דעם זיידן און באבן, ניט בעט מערניט אויף געבן א צוקערקע וכיוצא בזה, נאר אין וואס קאכט ער זיך און אין וואס בעט ער און בעט מערער אי מאל?

22ער זאל אים ארויסהעלפן דעם אייניקל, דעם קליין אייניקל און קליין מיידעלע אדער אינגעלע אדער מיידעלע זיי זאלן נאכמערער קענען אויפטאן אין אידישקייט. וואס דערפאר איז דאך אויך אין דעם ענין וואס דערמאנט פריער, אז מ'טיילט שליחות אויף צדקה מאכט מען ניט קיין אונטערשיד צי דאס רעדט זיך וועגן אנשים אדער נשים וטף. און ווי מ'זעט בפשטות, אז בשעת מ'מאכט א קליין קינד פאר א שליח, און מ'זאגט אים, אז מ'גיט אים א מטבע אדער א דאלער וכיוצא בזה, און דערנאך אז ער וועט טרעפן אן ארעמאן, אדער טרעפן א צדקה פושקע גיט אים דער אויבערשטער די שליחות, ער זאל דאס געבן דעם ארעמאן וואס דער אויבערשטער דארף אים שפייזן, גיט אים דער אויבערשטער די שליחות, אז ער ווערט א שליח פון דעם אויבערשטן ער זאל ארויספעלפן ד הרעמאן בהנוגע צו זיין פרנסה אין וועלכע ער איז מפרנס די בני-ביתו.

23ועל דרך זה, אז ער טרעפט ניט קיין ארעמאן, לייגט ער דאס אריין אין א צדקה פושקע, און מ'ערקלערט אים, אז דערנאך קומט די צייט ווען די פושקע ווערט אנגעפילט, קומט צוגיין א איד א גבאי צדקה, און טויגט דאס דערנאך פאנאנדער צו עניים, צי דאס איז מענטשן אדער מוסדות וכיוצא בזה, און טוט די אלע ענינים בשמחה וטוב לבב. און דאס איז אויך בשעת א קינד קוויטשעט, איז ערשט-א געווען איז כמדובר כמה פעמים, אז דער קינד קוויטשעט וואס אים ווייזט זיך אויס, אז דאס איז דערפאר וואס האט אים א קוועטש געטאן, אדער ער וויל א טעי, אדער ער וויל א צוקערקע, וויבאלד אבער אז דער כח אויף דעם קוויטשען גיט אים זיין נשמה, וואס זי האט אין זיך דעם חלק אלוקה ממעל ממש פארשטייט דאך אפילו א קליין קינד, אז די נשמה שבתוכו איז ניט זי קויטשעט צוליב דעם טעה, צוליב דער צוקערקער, זי קויטשעט צוליב אזא מין זאך וואס דאס איז פארבונדן מיט חלק אלוקה ממעל ממש, כדי צו קענען נאך בעסער אויפטאן אין זאכן פון אידישקייט בכלל, און אין זאכן פון אידישקייט וואס זיי זיינען צדקה, וואס זיי האבן אויך א השפעה אויפן ארום אויף אט די וואס זיי זיינען עניים בדעת, ואלו העלפט דער קינד זיי ארויס און דערציילט איז א זאך וואס אזוי איז דאס ניי, בנוגע צו אידישקייט אדער חסידישקייט וכיוצא בזה, כולל אויך וועגן אט דעם צוזאמענטרעפן זיך, וואס זיכער וועט יעדערער איבערגעבן, קומענדיק דערנאך אין זיין שטאט און אין זיין ארט און אין זיין עסקנות און אין זיין פרנסת ווי דאס איז אין א קלויט אדער אין א מתרד, אין אן אפיס, וכיוצא בזה, צו די וואס געפינען זיך דארטן, אז ס'איז געווען מיט עטלעכע טעג צוריק האט ער זיך געטראפן מיט אן אידן, וואס דארט איז געווען אנשים ונשים בטף, און האט זיך מיט זיי געטראפן אין א בית שמגדלין בו תורה און בית שמגדלין בו תפילה, וואס דאס איז געווען פארבונדן אויך מיט נשיא דורנו, מיטן רבי'ן דעם שווער,

24און דארט האט ער זיך נאכמערער אנגעווארימט, כאטש פון פריער איז אויך געווען ווארער, ער האט זיך אבער נאכמערער אנגעווארימט מצד דער קדושת המקום און מצד דערויף וואס דאס איז געווען ברוב עם הדרת מלך מלכו של עולם, וואס דאס איז געווען דער רבי'האט ער געזען ווי אזוי ס'שטייען קליינע קינדער און הערן זיך צו און ווילן מ'זאל זיך געבן צו פארשטיין נאכמערע כדי דערנאך זאל בא זיי דאס ארויסקומען ביז אין מעשה בפועל, זעט מען, אז דערנאך הויבט ער אן רעדן ווי ס'זאל זיין דער אנהויבס, אבער דערנאך איז ער ממשיך אין אן אופן פון דברים היוצאים מן הלב טוט דאס אויף נאך מערער, ביז אין אן אופן, כאמור, אז ער ווירקט-איין אויפן גאנצן ארום אט די וואס זיינען ניט-געווען בא דעם צוזאמענטרעפן זיך, כאילו ווי זיי זיינען אויך דערביי געווען, און אויך געהאט די גאנצע השפעה און די גאנצע איינווירקונג. און דאס היילט-צו נאכמערער דעם קיום היעוד פון דעם צוזאג, אז בקרוב ממש איז קהל גדול ישובו הנה וואס דאס ווערט נאכמערער פארשטארק דורך די אלע פעולות פון הכל את העם אנשים והנשים ועטף, ביז וואנענט אז בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו קערט מען זיך אלע צוריק, ארוי אין ענני שמיא גאר שנעל, פונקט ווי מ'פליט, און מ'פליט אין ענני שמיא, און מ'גיט א קוק, שטייט מנלה, בארצנו הקדושה, ארץ אשר תמיד עיני הוי'אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה, און זי שטייט אין אזא אופן, ווי דערמאנט פריער, ונתתי שלום בארץ וואס דעמאלט איז שלום כאן, איז כל כאן, און דער שלום איז פארבונדן מיט מלך השלום שלו, מיט דעם אויבערשטן, ווארום דארט זעט מען עיני הוי'אלקיך בה דורך דערויף וואס ס'ווערט אלץ מערער און מערער אידן, אנשים ונשים וטף, וואס הויבן אן לערנען תורה און מקיים זיין מצוות אלץ מערער און מערער, און די וואס מצד סיבות שונות ומשונות, און דער עיקר וואס זיי פילן ניט

25זיך אידישקייט, במילא ווייזט זיך זיי אויס, אז ככל הגויים עם הארץ הרחמנא ליצלן אז ס'איז ניטא קיין אונטערשייד צווישן א אידן מיט ניט א אידן, אף על פי וואס ששתה ווייס מען ווי תורה זאגט, און ווי מ'האט אויך געזאגט אין דער הבדלה מיט א פאר טעג צוריק, אז המבדיל בין ישראל לעמים און מיט אלע פרטים בזה וכו,' און ס'וועט סיי-ווי סיי ניט העלפן, ווארום דער אויבערשטער האט באשאפן אידן אין אזא אופן, אז ווען פילן זיי זיך רואיק, און האבן ניט קיין צובראכענ און צושפליטערטן לעבן, ווען בא זיי איז ניטא קיין צובראכנקייט און צושפליטערונג אין זייער נשמה בפנימיות, אז אף על פי וואס זיי האבן א נפש הבהמית, באזונדער, און האבן א נפש השנית בישראל, לכאורה א צווייטער נפש, א נפש אלקית, חלק אלוקה ממעל ממש ווערט אבער פון די בורא נפשות אן איין און איינציקער פועל, איין און איינציקע ווירקונג, ניט חס ושלום רחמנא ליצלן, אז זיי קריגן זיך צווישן זיך, נאר דער נפש הבהמית גיט נאך ס'קען דאך ניט זיין אנדערש א חלק אלוקה ממעל ממש מוז אנפירן מיט דער זאך, אפילו א בהמה פארשטייט אויך, אז בשעת ס'קומט אן אדם, על אחת כמה וכמה אדם העליון, על אחת כמה וכמה חלק אלוקה ממעל ממש, זעט מען ווי א בהמה פירט זיך אויף, אז זי פאלגט דעם פסתו וואס פירט-אן מיט זיך, אף על פי וואס די בהמה זיינען א גאנצער שרדה, א גאנצער עדר, און ונער קטן נוהג בהם, און דער פתוח איז א קליין אינגעלע וואס פירט מיט זיי אן, און זיי גייען אין דעם וועג אין וועלכע ער פירט זיי, און דוקא דורך אט דעם וועג ווערן זיי אויסגעהיט פון דעם גאנצן ארום, אז ס'זאל ניט קענען קומען צוגיין א חייו וואס קען זיי, רחמנא ליצלן, מזיק זיין, ווי דער חייו זאל ניט אויסזען, אפילו ווען די חייו טוט זיך אן אין די עצורה פון דעם

26יצר הרע, וואס טענה'ט, אז ער איז א מענטש מיט אלע מענטשן גלייך, און ער רעדט, אז מ'זאל וויסן זיין, אז ס'דארף זיין שבי און ס'דארף זיין גלייכקייט, און מ'טאר ניט מאכן קיין חילוק צווישן א אידן מיט א ניט-אידן, און מ'טאר ניט מאכן קיין חילוק צווישן שבת און א וואכעדיקן טאג, דערפאר וואס אלע טעג זיינען באשאפן געווארן דורך דעם אויבערשטן אין דעם זעלבן אופן, דע קענט ער גלייך, אז דאס וועט זיין אט דער רעה וואס ברענגט אים א צושפליטערונג און א מלחמה אינעווייניק צווישן דעם נפש הבהמית און דעם נפש אלקית, און ווען ער פילט ניט אז ס'איז א מלחמה דאס באווייזט, אז ער איז נאכמער רחמנא ליצלן צושפליטער, עד כדי כך, אז די בהמה וואס אין אים האט זיך אזויפיל פארשטארק, אז זי פילט גאר ניט אז זי איז א בהמה און האט די מעגלעכקייט פון פאלגן א חלק אלוקה ממעל ממש, וואס געפינט זיך דאסאמען מיט אט דעם נפש הבהמית אין דער זעלבער הארץ פון דעם זעלבן אידן, אין דעם זעלבן ארט און אין דער זעלבער צייט, אן קיין אונטערשיא, צי דאס איז בית הכנסת ובית המדרש ביום הכיפורים און יום הקדוש אדער דאס איז אין א וואכעדיקן טאג, וכאמור לעיל בחוץ, ניט אין הכנסת ובית המדרש, וכאמור לעיל, אפילו ווי מ'געפינט זיך אין מדבר, און ויהי רצון, בשעת מ'רעדט אים מיט א בעל-שכל, און מ'איז אים מסביר, אז סיי-ווי סיי וועט דער אויבערשטער אויספירן לבר אלי קינו יקום לעד איז וואס דארף ער מאטערן זיך, און מאטערן די אידן וואס געפינען זיך ארום זיך, און מאכן די ניט-אידן, מאטערן די אידן וואס ניט-אידן ארום זיך, און מאטערן די גאנצע וועלט, דורך דערויף וואס ער שפארט זיך, און וויל ניט דורכפירן דעם אויבערשטן, שליחות בדרכי נועם ובדרכי שלום, פארשפרייטן אידישקייט, וואו אונער ער קען דערגרייכן, און פארשפרייטן שבע מצוות בני-נח בא ניט-אידים, וואס דאס איז אין זיך אויך כולל פארשפרייטן טוב אמיתי,

27און ווי גערעדט כמה פעמים, אז בשעת מ'טוט א זאך אין שבת וואס מ'טאר ניט טאן, אפילו ווען מ'פארדינט דערביי געלט, איז דאס רחמנא ליצלן געלט וואס ניט דאס העפט א אידן, דאס איז געלט וואס רחמנא ליצלן דאס איז מזיק די געלט וואס דער איד האט פארדינט אויף א כשר'ן אופן, אין א כשר'ן טאג, קומט צי ער נסתרף לזה א פרוטה אדער א קאפקע, לעפט זיך צו צו אט די געלט, איז אים ווייזט זיך אויס, אדער די בהמה וואס ביי אים ווייזט זיך אויס, אז ער איז דערביי פארדינט, ער האט דערביי רחמנא ליצלן אריינגעבראכט א מזיק אין זיין פארמעגן וואס ער האט געהאט פון פריערדיקן טאג אדער פון פריערדיקע רגע אין א כשר'ן אופן, במילא אין א אידישן אופן, במילא אין א גוטן אופן, און במילא אין אן אופן וואס די מנא ברענגט מסיים, און די מסיים ברענגען ד'מת.

28ווערט ביי אים אויך די שמחה מער אמיתית און מערער שטארקער, און די אלע שמחות צוזאמען קלייבן זיך צוזאמען אויף נאכמערער צוהיילן די שמחת עולם על ראשם, ווי דערמאנט פריער, אז קהל גדול ישובו הנה אין דעם ארץ, אשר תמיד עיני הוי'אלקיך בו אין אן אופן וואס ס'וועט זיין דארטן ונתתי שלום בארץ, דורך דערויף וואס דארט איז דא אין הוי'אלקיך בה ובמהרה בית זבאי ואומר זה ביז וואנענט אז די ארץ ווערט ירחיב הוי'את גבולך ארץ פון עשר אומין. ובפרט נאך ווי, כאמור, אז מ'פארבינדט דאס אויך מיט א שליחות אויף צו געבן א צדקה, יעדערער בעיוו ובמקומו, ואנשים ואנשים וטף א שליחות אין דער מצות צדקה וואס מ'קרבת את הגאולה און מ'זרזת את הגאולה, זאל דאס זיין דער זירוז און דער קירוב אין אזא אופן, ובפרט נאך אז מ'איז זיך משתעלבן בזירוז תיכף ומיד פאנאנדערטיילן די שליחות הצדקה, זאל דאס זיין א זירוז אין אן אופן ווי כאמור לעיל, לא עיקרום אפילו כהרף עין און תיכף ומיד ממש קומט די גאולה האמיתית והשלימה, וכאמור אמן כן יהי רצון תיכף ומיד ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions