עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-x11bezw6

kind
paragraph
order
6t
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אויך אין דערויף גופא, אז בתוך כל ענינות שבחיי האדם זאגט דער בעל שם טוב א קלארע זאך, אז א איד דארף זיך אין דערויף מתבונן זיין וואס ער דארף דערפון אפלערנען, על אחת כמה וכמה אז אין דעם ענין גופא איז דאס אן ענין אויף וועלכן מ'איז מדגיש אז דאס איז יתנו לבו, און דאס איז דאך א ציווי גלייך פון דער ערשטער רגע, ווי דער רמב'ם ברענגט דאס אויך אראפ אין די הלכות וואס רעדן וועגן אזא מעמד ומצב, און דערנאך איז דאך דאס א ציווי תמידי, ס'איז דאך ניט וואס בשעת מ'טוט דאס איין רגע אדער איין טאג איז ווערט בטל די הוראה, נאר התורה היא נצחית האט דאך אויך דעם אפטייטש אין דעם, אז אן ענין וואס איז פארבונדן מיט א המשך אין זמן, איז ניט דער פירוש, אז ס'איז מערניט וואס די ערשטע רגע אין זמן איז ער אין דערויף יוצא, עד כדי כך, אז אפילו ווען ס'רעדט דאס וועגן ברכת שהחיינו, וואס מ'מאכט דאך דאס און מ'מעג דאס מאכן מערניט ווי איין מאל אויף א משך זמן פון שבעת ימי המשתה וכיוצא בזה אין ימי הסוכות וכיוצא בזה אין שמינת ימי הסוכות וכיוצא בזה, איז דאך ניט דער פירוש, אז וויבאלד ער האט געמאכט שהחיינו דעם ערשטן מאל, האט ער שוין אפגעטאן כל המוטל עליו, נאר ווי מפרשים זיינען מפרש, אז דאס איז א פעולה נמשכת אט דאס וואס ער האט געמאכט דעם ערשטן מאל ווערט דאס דערנאך נמשך בכל רגע ורגע שלאחרי זה, עד כדי כך, אז ער דארף דאס ניט ארויסברענגען נאכאמאל בדיבור, וואס ער האט געזאגט בפעם הראשונה ציט זיך ביי אים די אלע שבעת ימים אדער שמונת ימים וכיוצא בזה.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions