transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1כמדובר כמה פעמים, בשעת ס'הויבט זיך אן א שינוי אין זמן וואס האט א שינוי אין תוכן, איז דאך פארשטאנדיק ווי יעדער ענין, אז כל מה שברא הקב",ה בעולמו איז דאס פארבונדן מיט כבודו, דארף מען זיך אין דערויף מתבונן זיין, ובפרט לויט תורת הבעל שם טוב, אין וואס באשטייט אין דערויף די הוראה בהנוגע אליו? און וויבאלד נאך אז יעדער איד איז דאך א חלק פון די אידן ארום זיך, ביז אויך א חלק פון כלל ישראל, איז דאך דערפון אויך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז בא איין אידן, אפילו כאמור לעיל, אין דעם נעכטיקן רעדן א קטן שבישראל, בכמות באיכות אדער אין ביידע זאכן איז דאס פארבונדן מיט יעדער אידן און מיט אלע אידן, מיט כלל ישראל, ביז מיט כלל ישראל פון כל הדורות, און ווי זיי זיינען אלע נכלל אויך און זיי שטייען בשרשם אין נשמת ישראל סבא פון יעקב'ן, כמבואר אין אגרת הקודש, ווי דערמאנט אויך נעכטן. וואס דאס איז דאך פארבונדן, כאמור, די הדגשה פון בעל שם טוב, אז דאס איז אין יעדער ענין וואס ס'קומט לידיעת פון די אידן אדער דורך ראי'שלו, אדער אפילו דורך שמיעה שלו איז אזוי, על אחת כמה וכמה אז ס'שטייט נאך בהדגשה, אז דאס איז אן ענין וואס איז פארבונדן מיט החי יתן אלא לבן איז דאך דער פסוק אליין מדגיש, און אין פסוק גופא דורך א חכם מכל האדם וואס דאס איז דאך פון שלמה המלך, וואס דאס שטייט דאך אין חלק התורה, וואס נקראת על שמו איז שוין שטייט דארט בהדגשה, אז דאס איז צווישן אלע זאכן דארף דאך זיין יתן אל לבו, איז דער בעל שם טוב האט דאס מגלה-געווען בזמנים, וואס ס'שטייט שוין אויך פריער אויך, כמדובר כמה פעמים, אז אין דערויף גופא איז דאך דא כמה דרגות אין יתן אל לבו, אין די התבוננות אויף וויפל דאס איז אים נוגע, על דרך זה
¶2אויך אין דערויף גופא, אז בתוך כל ענינות שבחיי האדם זאגט דער בעל שם טוב א קלארע זאך, אז א איד דארף זיך אין דערויף מתבונן זיין וואס ער דארף דערפון אפלערנען, על אחת כמה וכמה אז אין דעם ענין גופא איז דאס אן ענין אויף וועלכן מ'איז מדגיש אז דאס איז יתנו לבו, און דאס איז דאך א ציווי גלייך פון דער ערשטער רגע, ווי דער רמב'ם ברענגט דאס אויך אראפ אין די הלכות וואס רעדן וועגן אזא מעמד ומצב, און דערנאך איז דאך דאס א ציווי תמידי, ס'איז דאך ניט וואס בשעת מ'טוט דאס איין רגע אדער איין טאג איז ווערט בטל די הוראה, נאר התורה היא נצחית האט דאך אויך דעם אפטייטש אין דעם, אז אן ענין וואס איז פארבונדן מיט א המשך אין זמן, איז ניט דער פירוש, אז ס'איז מערניט וואס די ערשטע רגע אין זמן איז ער אין דערויף יוצא, עד כדי כך, אז אפילו ווען ס'רעדט דאס וועגן ברכת שהחיינו, וואס מ'מאכט דאך דאס און מ'מעג דאס מאכן מערניט ווי איין מאל אויף א משך זמן פון שבעת ימי המשתה וכיוצא בזה אין ימי הסוכות וכיוצא בזה אין שמינת ימי הסוכות וכיוצא בזה, איז דאך ניט דער פירוש, אז וויבאלד ער האט געמאכט שהחיינו דעם ערשטן מאל, האט ער שוין אפגעטאן כל המוטל עליו, נאר ווי מפרשים זיינען מפרש, אז דאס איז א פעולה נמשכת אט דאס וואס ער האט געמאכט דעם ערשטן מאל ווערט דאס דערנאך נמשך בכל רגע ורגע שלאחרי זה, עד כדי כך, אז ער דארף דאס ניט ארויסברענגען נאכאמאל בדיבור, וואס ער האט געזאגט בפעם הראשונה ציט זיך ביי אים די אלע שבעת ימים אדער שמונת ימים וכיוצא בזה.
¶3על דרך זה איז אויך פארשטאנדיק, בנוגע לעניננו, וכמדובר לעיל, אז בא יעדער אידן זאל דאס זיין דוקא פארבונדן מיט תורה הנראה והנגלה, און הנראה והנגלה לעיני בשר, בשעת אבער מאיזו סיבה שתהי'טרעפט דאס ביי איינעם פון ששים ריבוא מישראל איז לעתו וואס דאס דארף פועל זיין אויף אים, אויך, און בפשטות, אז דאס דארף פועל זיין אין יתן לבו הנמצאים סביבו, על אחת כמה וכמה אט די וואס זיי זיינען קרובים אליו און קרובים אליו המשך זמן, וכמדובר כמה פעמים וגם פשוט. אף על פי כן איז דאך תורת חיים אליין מחלק אין וואס ס'באשטייט דער יתן לבו, אז ס'איז ניט דער זעלבער יתן לבו נאר ס'איז דא אין דערויף גופא חלוקות, ובלשון ההלכה, אז דער יתענער לבו פון די ערשטע דריי טעג איז דאס פארבונדן אז דאס דארף דערברענגען לבחי, און דערנאך קומט די שבעת ימים להבילות, און דערנאך קומט דער שלשים יום, און דערנאך ביז א יאר, כמדובר בהלכה, וואס ס'איז דאך א חילוק, און א חילוק עיקר על פי הלכה, צי דאס איז א יתונה לבי וואס ברענגט, עד כדי כך, ביז צו בכי, אדער מערניט ווי צו עביל. וואס אט דעמאלט איז זאגט ער דאך אויך הלכה, אז אויב דאס ברענגט אים דעמאלט אויך לבכי דארף ער וויסן זיין, אז דאס איז היפך הנהגת התורה, פונקט אזוי ווי בשלשה ימים הראשונים דארף ער דאס ברענגען דערצו, איז לאחרי זה טאר דאס ניט ברענגען דערצו, על אחת כמה וכמה אין דעם חילוק אז ס'גייען דורך די שבעה ימים און ס'הויבט זיך אן די שלשים, על אחת כמה וכמה אז ס'איז דער סיום פון שלשים. וויבאלד אבער אז ס'איז אויך פארבונדן מיט אמירת קדיש, און אויך לימוד משניות און מעשים טובים לזוכר הנשמה וכו וואס ציט זיך א משך שנה, איז דאך פארשטאנדיק, אז דעמאלט דארף אויך נמשך
¶4ווערן דער ענין פון ליתן אל לבו נאר אין די ביידע קצוות דאס טאר ניט זיין אזא מין ליתן אל לבו וואס זאל ברענגען צו די ענינים וואס זיי ווערן געענדיקט מיט שלשים, ס'מוז אבער זיין, און ס'איז א נתינת-כח אויף דעם, אז ס'זאל דערנאך אויך זיין, צוזאמען מיט דער איינהאלטעניש פון דעם ענין פון שלשים יום, זאל דער אנהאלטן דער יתון אלא לבו וואס איז פארבונדן מיט דעם זמן, דעם תקופת הזמן שלאחרי זה. און דערנאך איז כמדובר כמה פעמים, אז יעדער ענין אין תורה, איז בשעת ס'איז דא אן ענין וואס איז ניט בטוב הנראה והנגלה, איז דאס מערניט ווי לפי רגע, דערנאך מוז זיין א צורך עלי ביז אין אופן פון טוב הנראה והנגלה, ווי פארשטאנדיק אויך פון ירידת הנשאה נשמה בגוף, און נאך מערער פון ירידת פון ישראל בגלות, וואס דערנאך מוז דאך אראפקומען די גאולה דוקא אין די נשמות בגופים און אין עניני הגוף פון ביטול שיעבוד מלכיות גלייך אין דער ערשטער רגע פון דער גאולה, כמוזכר אויך לעיל. אף על פי כן, איז דאך, כמדובר, דארף זיין דער יתונער לבו, נאר וואס דען מיט אט דער הגבלה, ו. וואס אט דא איז דאך דא א דבר פלא, און דא איז אויך די שייכות, כמדובר כמה פעמים, ווי נשיא דורנו האט מדגיש געווען, מיוסד אויפן פתגם פון דעם אלטן רבי'ן פון לעבן מיט דער צייט פון דעם חלק אין תורה וואס איז פארבונדן מיט דער צייט, און אט דאס במיוחד פארבונדן מיט דער פרשת השבוע, איז דאס דער פרשת השבוע וואס זי ווערט דאך געלייענט, בעיקר, השבת, תקנת משה האט אויפגעטאן, אז ס'זאל זיין אויך ביום שני וביום חמישי, ובמנחת שבת, וואס זאל נאך זיין קיין שלשה ימים בלי מים, בלי תורה, אבער עיקר הקריאה איז דאך ביום השבת, איז דער עיקר הקריאה פון שבת הבא, וואס יום החמישי איז דאס שוין אין מעלי שבתא, ווי מכל-שכן וקל-וחומר פון יום הרביעי,
¶5איז דער עיקר הקריאה וואס די שבת ווערט אנגערופן על שם זה, ווערט דאס אנגערופן אז דאס איז שבת פרשה פרה. וואס דער ענין פון פרשה פרה האט א שייכות מיוחדה צו דעם יתן אל לבו, כאמור לעיל בכלל. וואס אין וואס באשטייט דער אויפטו פון פרשה פרה? דערציילט ער אין מדרש, אז משה רבינו איז ביי אים אויך געווען א תמיעה און א קשיא, און ער האט ניט געוואוסט במה תהי טהרתו, און דערנאך האט מען אים געזאגט די פרשה פרש זאת חוקת התורה, וואס אט דעמאלט האט ער דאס באגריפטן און האט דאס אויפגענומען און האט דאס איבערגעגעבן, אז דאס איז דער ענין וואס פארענטפערט במה תהי טהרתו. וואס ס'איז דאך פארשטאנדיק, אז די ענינים פון פון פני טהרתו אף על פי וואס דאס איז דאך אן ענין פארבונדן מיט קידושה, מיט אכילת קדשים וכיוצא בזה, צום כניסו לבית המקדש וכיוצא בזה, איז דאך דאס א זיכערע זאך, אז דאס פועל'ט אויך א שינוי אין ענינים גופניים, וויבאלד אז גופא דלהנהנה צ קדישא ואדרבא, מחודש מ'זאגט אין זהר, אז נפשי דלהנהנה קדישא רוחה דלהן קדישא און נשמתא דלהן קודש קדשים זאגט מען גלייך בהתחלה, אז גופא דלהן קדישא. איז דאך פארשטאנדיק, אז דארטן ווערט אן ענין וואס איז בערך המצב והקודם איז דאס אן ענין פון טהרה. ווערט דאס אנגערופן בשם טהרה דערפאר וואס דאס איז אן ענין פון טהרה. און פונקט אזוי ווי דער ענין פון טהרה בפשטות טאטשט אפ, ביז וואנענט אז דאס איז מבטל אינגאנצן, און ס'בלייבט קיין שיריים ניט, דורך טהרת הפרה, בלייבט ניט קיין שיריים פון דעם ענין אויף וואס פרה איז מטהר, וואס משה האט זיך אויף דערויף געשטורעמט און זיך געוואונדערט וכו איז דאך פארשטאנדיק, אז מעין זה, אף על פי שחרב בית המקדש, און מ'ווארט מיט הקרבת קרבן פרה, אויף די פרה העשירית, על כדי משיח צדקנו, בגאולה האמיתית
¶6והשלימה במהרה בימינו ממש, כמובן ומדובר כמה פעמים, איז דאך אבער פארשטאנדיק אויך, אז ברוחניות דארף דאס פועל זיין דעם שינוי, ביז וואנענט אז ס'זאל זיך משתדל זיין אז ס'זאל ניט בלייבן קיין שיריים מזה. וואס אט דא קומט-אן דער פירוש, כמדובר כמה פעמים, אז ס'איז דא קלאץ-קשיות וואס מ'איז ניט מושים לב לזה. בשעת מ'דערציילט די הפלאה פון פרשה פרף, ביז וואנענט אז שלמה המלך און אפילו משה רבינו האבן געדארפט האבן א גילוי מיוחד און א דיבור מיוחד, וואס זיי האט דאס מסביר געווען דעם ענין איז לכאורה ווי מ'לערנט דאס בפשטות, אז לאחר ווי מ'האט דאס מגלה געווען משה רבינו, און נאכמער מגלה געווען אויך בחכמתו של שלמה וכיוצא בזה, געווארן לכאורה א דבר הכי פשוט, עד כדי כך, אז א קטן שבקטנים פארשטייט אויך דעם גאנצן ענין, פונקט אזוי ווי טאקע באותיות שלו בזור אנפים, אבער ער נעמט דעם גאנצן ענין מיט זיין גאנצע תפיסה און השגה, ביז וואנענט אז ס'ווערט א יחוד נפלא מיט זיין שכל, אף על פי וואס דאס איז א שכלו של קטן. וואס דאס איז דאך א פלא הכי גדול, אויב דאס איז אזא מין דבר נעלכא אז משה רבינו און שלמה און אפילו משה רבינו האבן דאס ניט געקענט נעמען, און מ'האט געדארפט האבן א גילוי של הקדש א דיבור מיוחד של הקב,"ה ניט אפגעלערנט פון שלשה עשרה מדות שהתורה נדרשת ביי אים פון די אנדערע ענינים, ווארום פון די אנדערע ענינים קען מען דאס ניט פארענטשערן, און דערנאך זאגט מען, אז דורך דערויף וואס משה רבינו האט דאס איבערגעגעבן און דאס ווערט דערנאך געלערנט על ידי קטן שבישראל, על אחת כמה וכמה אויב ער לערנט דאס נאך מיטן ביאור על פי תורת חסידות חב אד, וואס דעמאלט איז יתפרנסון מיני ווערט דאס פארשטאנדיק אין זיין דעת און אין זיין בינה, על אחת כמה וכמה אין זיין חכמה, איז דאס די גרעסטע פלא, אז מ'זאל זאגן אז דעמאלט ווערט ביי אים אינגאנצן אראפגענומען די שאלה,
¶7דערפאר וואס ער האט געהערט פון משה רבינו, וואס קיבל תורה נתינא ומסרה לישועה והעמידה ותלמידים הרבה, ביז וואנענט ס'איז דערגאנגען צו א קטן שבישראל, אין דורות הכי אחרונים. מוז מען דאך זאגן, אז דעמאלט מוז אויך בלייבן די הפלאה שבדבר. אין וואס ריקט זיך דאס אויס? מ'האט דאך דעם ביאור, און לכאורה א ביאור וואס לייגט זיך אין חכמה בינה דעת, אפילו פון דעם שכל פון נפש הבהמית, כמובן בגן פשוט, איז דער ביאור בזה, על כל פנים בדרך אפשר, דער עיקר ענין פון תורה איז, איז ניט נאר ער זאל פארשטיין מיטן שכל און דערביי זאל דאס בלייבן, נאר דער שכל דארף דערנאך דאס דורכן נעמען זיין גאנצע מציאות, ביז וואנענט אז דאס קומט אזוי אראפ אין זיין הרגש. און אט דעם הרגש, אויף אראפנעמען די שאלה וואס מ'האט בזה, במה את הרתו וואס קאל אראפנעמען אט דעם ענין וואס העדר החיים פועל'ט אויף, עד כדי כך אז ס'זאל ניט בלייבן קיין ספק ברגש פונקט ווי ס'איז ניטא קיין ספק אויף טוב הנראה והנגלה, איז, וויבאלד אז דער אויבערשטער איז עצם הטוב איז פארשטאנדיק, אז ער גיט טוב און גיט דאס מידו המלאה הפתוחה הקדושה ברחבה. בשעת מ'האט דאס געזאגט משה רבינו דעם טעם, ועל דרך זה בא שלמה המלך און בא זיי איז דאס געווארן, אז דעמאלט האבן זיי געזאגט, אז פריער איז געווען אז היא רחוקה ממנו און דערנאך איז ביי אים געווארן אן ענין ביז מקראת על שמו האט דאס זיי דורכגענומען ווי שכל התורה דארף דורכנעמען א אידן, עד כדי כך אז דאס איז געווארן א יחוד נפלא מיט זיין רגש פונקט ווי די זאך וואלט געווען א טוב הנראה והנגלה, אן קיין חילוק בדבר. וואס אט דעם ענין זאל מען דערגרייכן איז דאס אן ענין און אן עבודה הכי גדולה והכי נפלאה. פארוואס דערמאנט מען דאס, אז ס'איז דאך דא אזוינע וואס קענען זיין בא זיך,
¶8אז אפילו בדעתו, היתכן, אז ס'איז דורכגעגאנגען שלשה, און אף על פי כן דארף ער האבן א השתדלות, אז ס'זאל בלייבן מערניט ווי עבילת און דורכגעזיין שבעה, דארף ער האבן א השתדלות ס'זאל זיין מערניט ווי אן ענין פון שלשים, און אז ס'איז דורכגעגאנגען שלשים דארף ער זיך ערשט משתדל זיין, אף על פי וואס תורה איז אים מסביר דעם חילוק שבדבר, אז ביי אים זאל דאס פרעגן ברגש שלב, ברגש של האט מען טאקע אויף דערויף דעם מאמר הידוע פון דעם אלטן רבי'ן, וואס ער האט געענטפערט, אז דאס וועט זיין לעתיד-לבוא, וועט דעמאלט וועט זיין הסירותו את לב האבן מקבלם ווארום איצטער קען מען דאס פארשטיין אין שכל, און דעם לב דערגרייכט דאס ניט, ועל על-הבית א פרעגיש איז א עבודה הכי נעלית, משא-כן לעתיד-לבוא וועט זיין אסיר וועט דער אויבערשטער העלפן יעדער אידן, אז ס'וועט ביי אים ווערן אויך דער לב, פונקט אזוי ווי דער מוח און דער שכל פון נפש אלקית איז זיי מסביר דעם ענין.
¶9וויבאלד אבער אז ער ווייס אז די זאך איז אזוי איז דאך פארשטאנדיק אז ס'טאר ניט אנרירן די מעשה והנהגה שלו, בפרט אין אן ענין וואס פארבינדט אים מיט א צווייטן וואס איז א צווייטער שולדיק וואס ער האט בא זיך ניט אויפגעטאן אז ס'זאל זיין דער יחוד נפלא מיטן שכל פון נפש אלקית, במילא דארף זיין אויף דערויף א זהירת מיוחדה, דאס איז אבער אן ענין וואס מ'קען מ'טאר זיך ניט אפנארן אז מ'האלט ניט דערביי איז קיין עצה ניט אז מ'זאל זיך אפנארן און זאגן אז מ'האלט יא דערביי, נאר וואס דען מ'מאנט ביי א אידן, און מ'גיט אים כח, ער זאל אויפטאן ביידע ענינים, אז אף על פי וואס ער האלט נאך ניט דערביי ער טוט אבער אין דעם מה שתלו בו, איז אט דעמאלט איז דאס אויך אן עבודה אמיתית, אף על פי וואס דאס איז ניט קיין אמת לאמיתתו, כמובן דער חילוק אויך ווי דער ענין ווערט נתבאר אין תניא, דער חילוק פון אמת און אמת לאמיתתו, אף על פי וואס אויך אמת איז דאס אויך אן ענין וואס דאס איז היפך השקר והקזה וכו'וכו כמבואר אין די דרושים.
¶10וואס אזוי איז אויך בהנוגע לעניננו במיוחד, אז ס'קומט די הדגשה פון פרשה פרה, איז פארענטפערט אט די שאלה היתכן, אזא זאך וואס אפילו משה רבינו, בכל שכן שלמה המלך, האט געדארפט האבן א גילוי און א דיבור מיוחד פון דעם אויבערשטן, און דערנאך נעמט דאס א קטן שבישראל, און ס'ווערט ביי אים אינגאנצן פארשטאנדיק פארשטאנדיק ביי א אידן ניט דאס איז דער תכלית, און ניט דאס איז דער אמת'ער פארשטאנד, דער אמת'ער פארשטאנד איז, אז דאס נעמט-דורך זיין רגש, ביז וואנענט אז ער א אז דאס איז די מציאות אמיתית אויך ווי דאס איז פארבונדן מיט רגש, ואדרבא דאס איז די מציאות אמיתית ווי דאס איז פארבונדן מיט רגש. ובדרך ממילא איז אויך פארשטאנדיק, אז דאס האט א הסברה אין שכל, ס'איז אבער ניט אויף אזויפיל דעמאלט נוגע די הסברה בשכל, וויבאלד אז ער האט שוין זיין רגש במקום המתאים ובאופן המתאים וכו'וכו.' וואס דאס איז אויך דער לימוד האמור פון פרשה פרה, אז בשעת מ'קומט צוגיין לייענען פרשה פרה, איז אט דעמאלט ווייס מען דאך וואס ער זאגט אין דערויף אין תורה שבעל פה וואס דאס איז פירושה פון פרשה פרה, ווי אזוי ס'איז געווען עלמה מעין כל חי אפילו פון שלמה המלך און אפילו פון משה רבינו וואס קיבל כל התורה כולה מסיני ביז וואנענט ער האט געהאט דעם גילוי מיוחד, משא'כן אז ס'קומט דערנאך דער שבת עצמו, און מ'האט דעם כח פון שבת מקדשא וקיימא, נוסף אויף דעם כח וואס א איד טוט אויף אין שבת המנהיג את השבת, גיט אים דער שבת דאס גופא דעם כח, אז ס'זאל זיין אויפגעטאן ביי אים אט דאס בעין ובדוגמא וואס ס'האט אויפגעטאן אמירת פרשה פרה בפעם הראשונה צו משה רבינו,
¶11מהמלך וכו.' דערנאך זאגט תורת חיים א הוראה בחיים, וואס זי ווערט באלעבאס אויף מציאות, אז תורה האט געגעבן א כח, אז אין די דריי טעג שלפני זה, על אחת כמה אין ערב שבת, וואס דאס איז דאך איצטער שוין ערב שבת, אויך אין דעם יום החמישי וואס ס'איז געענדיק די שלשים, אין מקצת היום, אז על אחת ביז אפילו אויך אין יום הרביעי איז שוין מעלה שבתא, און אין דערויף גופא איז א חי יתונה לבו אין די ענינים המסמחים, ווי אזוי מ'וועט זען בעיני בשר דער הקיצו ורננו שוכני עפרה וועט מען דארפן אנקומען צו הסברות און ס'וועט מען דארפן זיין קיין חילוקים, צי ער איז א ישן בנוגע צו שכל שלו, אדער ער איז אן ער וואכעדיק בנוגע צו שכל שלו און רגש שלו, נאר ס'וועט זיין אין אן אופן וואס הפיצו ורננו ווערט דאס אן ענין שבקול רננה ובקול גלוי, ווערט דאך דאס א דבר הנשמע צו יעדערן וואס האט אן אוזן בפשטות, וואס דורך דעם כח השמיעה וואס ער האט פון דעם אויבערשטן דער פועל'ט דאס אויף אים, עד כדי כך, וואס אף על פי וואס די כלל איז דאך אינו דומה שמיה לראי וראי'לשמיה איז אבער דא אן אויפטו אין דעם ענין דוקא פון שמיה, כמבואר בכמה מקומות דעם דין וואס חרשו נותן לו דמי כולו, חרשי פון לשון חרש, ער האט ביי אים צוגענומען דעם חוש השמיה, נעמט דאס אים צו זיין גאנצע מציאות, משא'כן אז מ'נעמט ביי אים צו דעם חוש הראי איז נותן לו דעם היזק וואס ביי אים איז געווארן דורך דערויף וואס ס'פעלט דער חוש הראי און ווי דער ביאור בזה איז בכמה ספרים. וואס דאס איז אויך בהנוגע לעניננו, אז וויבאלד אז מ'שטייט ערב שבת פרשה פרעה איז אויך אין דעם יתעונע ליבא דער דבר המשמח, אז מ'איז געקומען נאך נעענטער צו דער פרעה העשיתית
¶12העשירית, וואס אין איר איז זיך אריינגעמישט דער אפר פון פרה הראשונה, ווי ער זאגט אין משנה, אז פון דעם אפר גיט מען אין אלע פרות, על אחת כמה וכמה אין דער פרה וואס ס'קומט בשלימות די פרה העשירית, וואס וועגן אט דער פרה רעדט זיך אין דער פרשה וואס מ'גייט לייענען אט דעם שבת, און לייענען מיטן גאנצן שטורעם, ביז וואנענט אז די גאנצע פרשה איז נקראת על שמו. דערנאך קומט נאך אויך צו אין דעם ענין וואס די קביעות שנה זו איז דאס אויך דער ענין פון מברכים פון ראש-חודש ניסן, האט דאך דאס אויך דער ענין און די הדגשה, אז דער שבת האט אין זיך דעם כח בענטשן כל עניני חודש ניסן, און נאך מערער, ווי די ענינים שטייען אין ראש-חודש ניסן, וואס דארטן שטייען זיי דאך אין א מעמד ומצב ווי עניני הגוף, שטייען אין עניני האברים, שטייען אין דעם ראש, און אף על פי כן ווערט דאס געבענטשט פון אט דער שבת פרשה פרעה, וואס איז צוזאמען דערמיט אויך דער ענין פון שבת מברכים פון חודש ניסן, וואס ער איז כולל בכלל ניסן ניסן מצבים לו, וואס מ'זאגט דאך אין נוסח פון ברכת החודש דעם נאמען ניסא, ניט דעם נאמען וירוש חדשים הוא לכם, דער חודש הראשון, נאר דוקא ווי מות החדשים וואס עלה ימהם מבבל, כמדובר ומבואר ומדובר כמה פעמים בארוכה.
¶13זאגט מען שוין דעם ענין פון ניסי ניסים און די אלע ניסי ניסים ווערן געבענטשט פון אט דעם שבת, וואס האט אין זיך כמה וכמה מעלות וואס כללותם איז, ווי דער שבת וואס ער ווערט דאך אנגערופן דעם ענין פארבונדן מיטן ענין ההפרה, און דער שבת וואס ס'איז אויך שבת מברכה אין חודש ניסן. און יהי רצון, כמדובר כמה פעמים, אז פון דעם רעדן אין די אלע ענינים זאל דאס אראפקומען, ובפרט אז א איד איז זיך משתדל צו רעדן ניט אייגענע זאכן, נאר זאכן וואס איז גענומען געווארן פון דברי תורה, נאר ער גיט דאס איבער בלשון עם ועם, אדער בפשטות, אדער בלשון עם ועם בהסברה, לפי ערך שלו וואס דערצו דארף ער אנקומען צו פירוש רש'און פירוש סיפותי חכמים און פירוש איברי טייטש וכו'וכו,' נוסף אויף די פירושים וואס ס'שטייט אין תורה שבעל-פה בפשטות, בדרשי חזל און שעתן גמרא וכיוצא בזה.
¶14על אחת כמה וכמה, אז זיכער האט מען דאך שוין אנגעהויבן צו טאן אין ענינים ניסן, וואס דאס הויבט זיך דאך אן פון נאך שלשים יום לפני החז הויבט מען שוין אן שטורעווען בהנוגע צו ענינים פון מאות חטים, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט דעם ענין פון די ג'מצות, וואס אין זיי איז בשעה שמצב, מנחת לפני', וואס דאס איז דאך מן התורה אפילו בזמן הגלות אויך, וואס אין מצב גאר בעצם איז דא מותר זאל זיין פון די אלע חמשה מינים שנקיאת דגן אף על פי כן זאגט מען ניט מאות דגן נאר מ'זאגט מאות חטים. וכמדובר לעיל, אז פסח איז פארבונדן מיט חירות, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז אויב אפילו בנוגע צו זיך פראוועט ער קרששאפט מאיזה ענין שיהי'בהנוגע אז ס'רעדט זיך וועגן א צווייטן אידן, ובפרט נאך וועגן ענני שבישראל, וואס את מי אשכון את דכא ושפל רוח כי קרוב אלי כמדובר כמה פעמים אין דער אויפטו פון ענני איז דאך פארשטאנדיק, אז בשעת ס'רעדט זיך וועגן זיינע צרכים דארף מען גלייך גרייטן די מאות, אז ס'זאל זיין מאות ער זאל האבן חטים, און דערפון אויך פארשטאנדיק, אז כל צרכי הסעודה דארף אויך זיין אין דעם מעמד ומצב פון חטים לגבי שעורין און שער מיני דגן, על דרך זה אויך בהנוגע לכל צרכי החג. וואס דאס איז דאך אויך בפשטות, בשעת מ'זאגט מאות חטים איז מען דאך אין דערויף כולל, כל און מ'מיינט דערביי מ'גיט דערנאך בפשטות די געלט אויף כל צרכי החג, אף על פי וואס עיקר ענינם איז דער ענין פון אכילת מצה א חיוב מן התורה, ס'איז דאך אבער פארשטאנדיק, אז ס'מוז זיין כל שאר צרכי הענינים, און ניט נאר די ד'קוסס יאיד וואס זיי זיינען א חיוב מיט דער רבנן, מיט דברי סופרים, נאר אויך דער סמכן בלבושים נאים,
¶15און אויך ביז הגזים וכלעות וכו דארף ער דאס אויך צושטעלן די פיצלעך קינדער, אז זיי זאלן זיך פריען לפי מעמד שכלל, ניט ער זאל זיך בוזר'ן אויף זיי א היתכן, אז מ'רעדט וועגן יציאת מצרים, דארף ער האבן כלעות והגזים, אז ניט איז ער ניט פריילעך פסק'נט ער אפ אין שולחן-ערוך, אז ניט איצטער איז די צייט זאל זיך בוזרן אויף די תינוקות, צום אלעם ערשטן דארפסטו משמח-זיין אין זייער מעמד ומצב, במילא דארפסטו איין צושטעלן די הגוזים און די כלאות וואס וועלן זיי משמח-זיין, און דערנאך וועסטו טראכטן וועגן אנדערע ענינים, כולל אויך דעם ענין פון זייער חינוך אין אנדערע ענינים, וואס דאס איז דאך אויך ווי כלאות וגוזים וואס ער שטעלט זיי צו, איז דאך דאס אויך אן ענין של חינוך.
¶16ויש להאריך בכל זה אויף רחמנות אויפן עולם, ביז ווארט נאך אז מ'וויל זיך אויך מצרף זיין און מאחד זיין מיט דער שליחות-מצוה אויף געבן א שליחות-מצוה של צדקה, און דער וואס וויל וועט דאס אפגעבן אויך אויף מאות חטים, בהוספה מדילי, און דער וואס וויל דאס אפגעבן אויף אן אנדער צדקה און געבן מאות חטים מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה לפי נדתו שלו, וכמבואר וגם פשוט, וואס מ'דארף ניט אנקומען צו קיין אריכות בזה, און קומען גלייך, כמדובר לעיל, פון דער פרשה פרעה, זאל מען קומען צו שלימות אין דעם ענין הפרה, וואס דאס איז די פרה העשירית, וכמדובר לעיל אויך קומען צו די שלימות אין ויקריל פקודו אז דער ויקריל זאל זיין קהל גדול באו הנה און פקודו זאל זיין דער מנין העשירי, ווי ער זאל אין מדרש, וואס דאס וועט אויך זיין כצאן על ידי הרועה, דורך מעצמות ומהות אליין, כמדובר כמה פעמים דעם ענין העשירי, און די אלע ענינים הויבן זיך שוין אן בשעת א איד רעדט וועגן דערויף, און רעדט וועגן דערויף און ווייזט גלייך אן, אז דאס שטייט אין תורה שבעל-פה דער לשון צחה וברורה, אז מ'קען דאס געבן צו פארשטיין אפילו א פיצל קינד, סיי אן אינגעלע סיי א מיידעלעס, הענגט נאר אפ אן די מחנכים זייערע, אבער זיי זיינען מוכן, אז בא זיי זאל דאס אויפגענומען ווערן מיטן גאנצע פריילעכקייט, כמוזכר לעיל. וואס דעמאלט וועט ער אויך די אלע ענינים צוהיילן דעם ענין האמר, אז ויקריל וועט ווערן דער קהל גדול באו הנה ביז הקריל את העם האנשים והנשים והטף און אויך פקודו דער מנין העשירי, און פון דער פקודו איז פארשטאנדיק אויך די מעלה וואס קומט דורך דערויף צו אין דעם קהל גדול, כמוזכר לעיל, אין דעם דיבור שלפני זה, ביום פון ערב פון היינטיקן טאג. און ויהי רצון והוא העיקר אויף גדולת גדקה שמקרבת את הגאולה און זרעזת את הגאולה, אז ס'זאל גלייך זיין דער לעיקבם אפילו
¶17כהרף עין און דורך דער הוספה אין מצות הצדקה זאל זיין דער לעיקרם כהרף עין, און ס'קומט גלייך די גאולה העשירית, און צוזאמען דערמיט דער וואס מ'וועט מאכן און צוגערייטן די פרעה העשירית, און צוזאמען דערמיט אויך די כהנים וואס וועלן מקריב זיין די פרעה העשירית, ומשה ואהרן עמהם, כמדובר כמה פעמים. און דאס זאל דאך זיין נאך פאר שבת, במילא וועט מען האבן א שבת הגדול, נאך פאר דעם שבת הגדול וועגן וועלכע ס'רעדט זיך אין לוח, וועט שוין זיין דער שבת הגדול, ווארום ס'איז גיור פארבונדן מיטן קהל גדול און מיט גדלות אין תורה, און גדלות אין תפילה, און גדלות אין צדקה, בית שמגדלין בו תורה ותפילה וצדקה וועט יעדער איד מאכן פון זיין בית אז דארט ווערט דער מגדלין בו תורה און תפילה און צדקה, כמדובר בארוכה במשך השנה, ועוד והוא העיקר, לא יקפל מאפילו כהרף עין און ס'קומט גלייך די גאולה האמיתית והשלימה כפשוטה, למטה מעשרה טפחים, נשמות בגופים, לכל אחד ואחת מישראל, צוזאמען אויך מיט הקיצו ורעמנו שוכני עפר כולל די אלע שוכני הפה פון כל הדורות, און כולל אויך די אלע נשמות העתידים לא יוובד, טיילט זיך אין זיי אויך אויף דער שינוי המצב פון גאולה האמיתית והשלימה, אז אין זיי ווערט אויך א שינוי. און ועוד והוא העיקר, אז דאס קומט בפשטות למטה מעשרה טפחים, אין א גאולה בפשטות, נשמות בגופים, האנשים והנשים הטף, ולא ייכבם אפילו כהרף עין.