פסקה
פסקה rh-wza3yqsp
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-cee8sx0d
- order
- c9
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און כדי דאס זאל זיין אין א גוטן אופן, אין א צוגעגרייטן אופן? איז אט דאס דערציילט אויך דער פסוק, לויט די ערקלערונג בנוגע צו אנשים, ווי ערקלערט אין ספרים, וואס דערפון פארשטייט מען אויך די ערקלערונג בנוגע צו אידישע פרויען, אז אידישע פרויען, און אזוי אויך אידישע טעכטער, נאך פאר דער חתונה, וואס זיי גרייטן זיך דאס מיט דער ריכטיקער צוגרייטונג, צו בויען א בנ עד יד, אז לסודי התורה ומצוותי ביז וואנענט נאך גאר קליינע מיידעלעך, האדם דאך זיי אויך אנהויבנדיק אז זיי הויבן אן אנצינדן נרות שבת מיט אן אייגענעם לייכטעלע און מיט אן אייגענע ליכטעלע, און מאכט אליין די ברכה, און אז ס'קומט דער שבועות אין עטלעכע טעג ארום, מאכט זי אויך די ברכה שהחיינה פונקט ווי ס'מאכט איר מוטער און איר באבע און די עלטער באבע, און זיי פרייען זיך אלע צוזאמען, וואס זיי אלע צוזאמען מאכן זיי ליכטיק די זעלבע הויז, און יעדערער פון זיי האט אן איינטעל אין דער ליכטיקייט, און אין יעדערנס ליכטיקייט און אין יעדערע ליכטעלע גיט דער אויבערשטער די ספעציעלע ברכה וואס זי איז פארבונדן דוקא מיט אט דער ליכטעלע, וואס דאס איז דער זכות דוקא פון אט דער קליינער מיידעלע, און איז זיכער אז דאס גיט נאכמערער צו אין דעם זכות פון די עלטערע מיטגלידער פון דער משפחה, וואס זיי האבן געהאלפן און העלפן אויך לאחרי זה, אז די מיידעלע זאלן זיך ערציען אין דעם וועג, און אזוי אויך די קינדער, אידישע אינגעלעך, זאלן זיך אויך ערציען זיך אין דעם ליכטיקן תורה אידישן וועג, איז דאס נאכמערער מוסיף אין זייער הצלחה, אז אויך בא זיי ווערט אויך, אין דעם טייל פון דער הויז וואס הענגט-אפ אן זיי, ווערט אויך גלייך די גאנצע ברייטקייט און די גאנצע לעבעדיקייט און די אלע ברכות, אז גלייך כי תבואו אל הארץ, בשעת זיי גייען אריין אין דער טייל וואס געהערט צו זייער ווירקונג און צו זייער השפעה, האבן
- proofread
- 0