transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1מ'וועט זיך עסן דאך? ס'איז דאך ווי יעדער יאר טרעפט מען זיך און קלייבט זיך זיך צוזאמען א פאר טעג, עטלעכע טעג פאר דעם זמן פון מתן תורה, און ווי מערערע זאכן פארבונדן מיט אידישע ימים-טובים, און מ'איז זיכער בנוגע צו מתן-תורה, איז אף על פי כאטש דאס חזר'ט זיך איבער פון יאר צו יאר, האט מען דאך אנגעזאגט אידן, אז בכל יום יהיו בעיניך כחדשים אז וויבאלד אז דאס איז פארבונדן מיטן אויבערשטנ'ס תורה, און וואס ער גיט דאס אלס אן אנווייזונג ווי אזוי מ'זאל פירן א ריכטיקן אידישן לעבן, וואס לעבן איז דאך אויך א זאך וואס דער אויבערשטער בענטש מיט אריכות ימים ושנים-טובות, מיט לאנגע גליקליכע יארן, ביז הונדערט און צוואנציק יאר, און פונדעסטוועגן האט מען דאך הנאה פון דעם לעבן, און דורך דעם אויבערשטנ'ס ברכות ווערט דאס די הנאה פארקערט פון יאר צו יאר אלץ מערער און טיפער און ברייטער, דורך דערויף וואס מ'באקומט א טיפערע פארשטענדניש פאר דער מתנה פון החזרת בי נשמתי וואס דער אויבערשטער קערט אום יעדער טאג פון דאסניי די נשמה, און ניט דאס חבר'ט זיך איבער וואס ס'איז שוין אמאל געווען, נאר דאס איז אין אן אופן פון חדש אז מ'באקומט א נייעם געשמאק אין לעבן, ובפרט נאך אז א איד פארבינדט דאס מיט א נייעם געשמאק אין תורה, וואס זי איז דאך געגעבן געווארן פון דעם אויבערשטן, וואס ביי אים איז דאך ניט שייך צו באגרענצונגען
¶2פון צייט, פון זמן, און אף על פי אז ס'דוירט א לענגערע צייט, ביז הונדערט און צוואנציק יאר, ווי דערמאנט, האט ער גענוג ברכות, אז מ'זאל האבן א געשמאק אין יעדער טאג פון לעבן, אף על פי וואס מ'האלט שוין די נאך הונדערט און ניינצן יאר, און מ'האלט שוין בא דער פארענדיקן דעם הונדערט און ניינצן יאר,
¶3נאך אינגער דערפון, ובפרט אז ס'רעדט זיך דאך וועגן פרויען, וואס דעמאלט דארף מען זיך דערמאנען אלץ ווי אזוי יונג זיי זיינען, און ניט נאר וואס ס'שטימט ניט, נאר בשעת א פרוי וויל פארבינדט זי זיך מיט תורה, מיט אידישקייט, איז אט דעמאלט איז ניט נאר זי ווערט ניט עלטער, נאר זי ווערט נאך מערער באנייט און פרישער און אינגער, דורך דעם פארבינדן זיך מיט מקור הברכות, מיט דעם קבל פון אלע ברכות און אלע גוטע זאכן, כולל אויך איינגעשלאסן אויך יונגשאפט, און שטארקייט און לעבעדיקייט און פריילעכקייט און א נייעם געשמאק, אפילו אין א זאך וואס חדש'ט זיך איבער, און ס'איז געווען ווי ס'ווייזט זיך אויס אויפן ערשטן בליק די זעלבע זאך עטלעכע מאל אין עבר, אין דער פארגאנגענהייט, האט מען אין דערויף, וויבאלד אז דאס איז א נייער טאג, מיט א נייעם פון דער נשמה, א נייעם געשמאק און א נייעם פארגעניגן, ובפרט נאך ווען ס'רעדט זיך וועגן פרויען, וואס בא זיי איז שוין נאך דער חתונה, און אויף זיי אויך האבן נאך ניט חתונה געהאט, גרייטן זיי זיך בעזרת השם ובמזל-תורה, גרינדן אן אייגענע הויז, איז זעט מען דאך אין פראקצי אין דעם טאג-טעגלעכן לעבן, אז בא דער אמת'ער אידישער פרוי, עקרת הבית, איז יעדער טאג איז בא איר א באנייטער געשמאק און א באנייטער לעבעדיקייט און א באנייטער נשמה אין די טאג-טעגלעכע אויפפירונג פון דער הויז און פון די קינדער און מיטן מאן, ניט קוקנדיק אויף דערויף וואס זי האט דאס שוין געהאט פאר לאנגע יארן ביז דעם טאג, איז האט דאס א געשמאק אין זיך, און דער אויבערשטער האט אזוי איינגעשטעלט, אז דאס ווערט אן אמת'ער געשמאק, מיט אן אמת'ן פארגעניגן, מיט אן אמת'ער שמחה, אפילו ווען א זייטיקער גיט אויף דערויף א קוק און טראכט בא זיך, אז וואס איז דא אזוי די התפעלות, זי האט אט די קינדער שוין מערערע יארן, און האט זיי אויפגעצויגן מערערע יארן, און האט געהאט פון זיי
¶4אחת פון מערערע יארן, און פונדעסטוועגן האט זי א באנייטן געשמאק און א באנייטע פרישקייט און א באנייטע לעבעדיקייט ווי ס'איז געווען דעם ערשטן מאל און דעם צווייטן מאל, ואדרבא, בשעת ס'גייט-דורך נאך א צייט, און מ'קוקט זיך צו צו די אייגענע קינדער אדער צו דעם אייגענער מאן, און אויך צו זיך אליין, און מ'זעט וואס מ'האט אויפגעטאן בעבר ביז איצטער, און ווי אז מ'גרייט זיך מיטן אויבערשטנ'ס הילף אויפטאן אויך פון איצט און ווייטער, וואס דאס איז דאך א סימן, אז דער אויבערשטער האט דעם פולסטן פארטרוי צו אט דער פרוי אדער צו דער מיידל, וואס גרייט זיך צו חתונה-האבן בשעה טובה ומוצלחת, און וואס די עלטערן ערציען איר אין דעם פאסענדן וועג, איז דאס גופא וואס דער אויבערשטער האט צו זיי דעם פולסטן פארטרוי באני נאכמערער און פרישט נאכמערער אויף דעם פארגעניגן און די שמחה און דעם אמת'ן פארגעניגן וואס מ'האט, אפילו פון די זאכן וואס חזר'ן זיך איבער, ווארום זיי זיינען שוין געווען עטלעכע מאל און מערערע מאל אין לעבן ביז דעמאלט, אז מ'האט אין דערויף נייע שמחה וכו.' און אחת כמה וכמה, אין א גאר גרויסער מאס איז דאס, רעדט זיך און מ'פארבינדט דאס, און ס'קומט אין דער צייט ווען מ'גרייט זיך צו באקומען די תורה, וואס בשעת מ'גיט א קוק אויפן קאלינדאר, און ס'קוקט אז ניט א איד, הויבט ער אן טראכטן בא זיך, ס'איז דריי טויזנט-דריי הונדערט יאר, זינט מען האט דעם ערשטע מאל באקומען די תורה, און דא איז אז ס'שטייט א גאנצער פאלק, און א פאלק צוזאמען, האנשים והנשים והטף, זיי קלייבן זיך אלע צוזאמען און גרייטן זיך אלע צוזאמען נאכאמאל לכאורה מקבל זיין די תורה דעם דריי טויזנט-דריי הונדערטן מאל, וויסנדיק אז דאס איז שוין געווען בא זיי אליין, און בא זייערע עלטערן און די באבעס און די עלטער-באבעס, און פונדעסטוועגן פראווענט מען א יום-טוב, און מ'מאכט קידיש, און מ'מאכט שהחיינו, און מ'מאכט א גאנצן שטורעם אין אזא מין אופן
¶5אז דאס זאל דערנאך איינווירקן אויפן גאנצן יאר, ביז דעם שבועות אידרייאר, אז ס'זאל צוקומען נאך שמחה און נאך חיות, און צוזאמען מיט נאך פארשטענדעניש און לעבעדיקייט אין לערנען תורה און מקיים-זיין אירע מצוות, וואס דאס אלעס איז דאך געזאגט געווארן בהנוגע ווי דערמאנט פריער צו אנשים און נשים וטף, סיי אידישע פרויען און סיי אידישע מענער, סיי אידישע קינדער וואס באקומען די ריכטיקע אידישע ערציאונג, איז ווערט בא זיי אויך אזוי איינגעשטעלט דער לעבן, אז זיי האבן א באנייטן יעדער יאר אז ס'קומט די צייט וואס מ'גרייט זיך צו קבלת התורה, א באנייטע לעבעדיקייט און א באנייטע פרישקייט, און א באנייטן פארגעניגן אין אזא אופן אז דאס ווירט אויפן גאנצן יאר, בשעת ס'קומט נאך במיוחד ווען ס'רעדט זיך אין די טעג וואס זיי זיינען אויך לויטן קאדינדאר די צוגרייטונג צו קבלת התורה דעם יאר, וואס דאס איז דאך זעקס טעג אין חודש סיון, וואס ראש-חודש סיון איז איבערמארגן, און מ'האט שוין געבענטשט דעם גאנצן חודש, אנהויבנדיק פון ראש-חודש דעם שבת, דעם פארגאנגענעם שבת, איז דאך די אלע זאכן נאך מיט א באנייטע פארשטארקונג, בשעת ס'רעדט זיך נאך אבער וועגן פרויען במיוחד-איז אט דעמאלט ווי די תורה אליין דערציילט, אז דער אויבערשטער, בשעת ער האט אנגעזאגט משה'ן ווי אזוי ער זאל געבן די תורה צום אידישן פאלק, און געבן דאס אין אזא מין אופן, אז בשעת ס'גייט דורך דריי טויזנט-דריי הונדערט יאר, שטייט מען מיט דער שטארקייט און מיט די לעבעדיקייט און מיט די פרגניגן, ביז אז מ'מאכט שהחיינו, און פרויען מאכן דאך נאך שהחיינו נאך איידער די מענער מאכן דאס ביים קידש, מאכן זיך דאס פרויען בשעת זיי בענטשן בליכט פארבונדן מיט נרות יום טוב, און אויך מיידלעך, ווי ס'איז דאך אויך איינגעפירט דער ריכטיקער מנהג, אז אויך מיידעלעך, און גאר קליינע מיידעלעך, זאל יעדערער פון זיי האבן אן אייגענעם לייכטער,
¶6די ליכט, און אליין מאכן די אלע ברכות, בפרט אויך די ברכה פון שהחיינו, און ווי ס'פירט זיך ביי אידן וואס לעבן אין חוץ-לארץ מאכט מען נאך די ברכה פון שהחיינו צוויי מאל, סיי די ערשטע נאכט, און זיי האבן אויך די צווייטע נאכט פון שבועות, צינדט נאכאמאל אן ליכט און מאכט נאכאמאל פון נרות יום טוב, און אויך שהחיינו וקיימנו וקיימנו לזמן הזה, און מ'מאכט די ברכה מיט דער גאנצער הארציקייט און מיט דער גאנצער לעבעדיקייט און מיטן דעם גאנצן אידישן געפיל, איז אט דעמאלט איז מקור הברכות דער אויבערשטער, וואס ער איז דאך מסכים צו אלע ברכות וואס איבן בענטשן, און זיכער צו ברכות וואס זיי זיינען פארבונדן מיט מתן-תורה און מיט קבלת התורה, איז נאך די הסכמה זיינען אין א סך א גרעסערן און א טיפערן און א שטארקן אופן, אז מ'זאל באמת פילן דעם גאנצן יאר, אז מ'האט געבענטשט דעם שבועות אין אנהויבס פון דעם יאר ווי ער איז פארבונדן מיט קבלת התורה, וואס דאס הויבט זיך דאך אן דעם זעקסטן טעג אין סיון, און מ'הויבט אן די צוגרייטונג דערפון, ווי דערמאנט פריער אין שבת מברכים לפני זה, דעם שבת וואס ס'איז געווען מיט אדם מעת-לעת פאר דעם מצריקן צוזאמענקלייבן זיך, וואס דאס איז די אלע ענינים דעמאלט ניט נאך אין א שטארקן פארום, וויבאלד ווי דערמאנט האט דער אויבערשטער אנגעזאגט משה רבינו, וואס ער איז דאך געווען דער וואס קיבל תורה מסיני און האט דאס דערנאך איבערגעגעבן צו אלע אידן און צו יעדער אידן, ביז סוף כל הדורות, אז צום אלעם ערשטן זאל ער רעדן מיט די פון פון יענעם דור, און מ'זאל דאס דערנאך אריינשרייבן אין תורה, אז מ'האט אים אנגעזאגט, אז אלעם ערשטן ווען ס'רעדט זיך וועגן קבלת התורה דארף מען פריער קומען אין פארבינדונג מיט די פרויען, און זיי דערציילן וועגן וואס דא רעדט זיך, איז מען זיכער, אז זיי וועלן דאס אננעמען מיטן גאנצן שטורעם און מיט דער גאנצער לעבעדיקייט און מיט דער גאנצער הארציקייט, וואס דאס איז דאך דא
¶7פרויען מערער ווי ביי מענער, און זיי זיינען דאך אויך עקרת הבית און ס'הענגט דאך אפ אן דער פרוי די גאנצע שטימונג און דער גאנצער הויז פון וועלכע זי איז די עקרת הבית, איז אט דעם שטורעם מיט וועלכן זי נעמט-אן די ידיעה, אז מ'גרייט זיך צו מקבל-זיין די תורה נאכאמאל פון דאסניי, פון דעם אויבערשטן אליין, וויבאלד אז ס'קומט דער זעקסטע טעג אין סיון, באנייט דער אויבערשטער נאכאמאל פון דאסניי, אבער מיט א באנייטע פריילעכקייט און מיט א באנייטע לעבעדיקייט, ווי דערמאנט פריער. איז וויבאלד אז זיי זיינען געווען גלייך בהתחלה, און ווי דערמאנט פריער, האט מען דאס געהייסן אריינשרייבן אין תורה, אז דאס זאל בלייבן אן אייביקע הוראה און אן אנווייזונג און א לערנונג, אז יעדער יאר, אז ס' קומט די צייט פון צוגרייטן זיך צו קבלת התורה, צו מקבל-זיין די תורה פון דעם אויבערשטן אליין נאכאמאל פון דאסניי הויבן זיך אן די צוגרייטונגען צום אלעם ערשטן דורך אידישע פרויען, וואס זיי ווירקן אויף דערויף איין און אין דער ריכטונג אויף דער גאנצער שטימונג פון דער גאנצער הויז, און ווירקן דאס אין אזא מין אופן, אז דער ווירקונג האט א הצלחה, און זי נעמט-דורך אט די אלע מיטגלידער פון דער הויז אויף וועלכע זיי ווירקן איין, אז די מיטגלידער פון דער הויז, ביז וואנענט די גאנצע הויז, זאלן ווערן דורכגענומען מיטן גייסט פון תורה, און מיטן גייסט פון צוגרייטן זיך צו מקבל זיין די תורה, נאך טעג, איידער ס'קומט דער רגע און דער טאג פון קבלת התורה פון מתן התורה, און דערנאך קומט אלץ מערער צו, ווי מ'זעט דאך אויך אין צוגרייטונגן צו יעדער יום-טוב, אז מ'הויבט דאס אן מיט עטלעכע טעג פאר יום-טוב, און פון טאג צו טאג ווערט די לעבעדיקייט אין דער צוגרייטונג, און די שנעלקייט אין דער צוגרייטונג, און די פריילעכקייט אין דער צוגרייטונג אלץ מערער און מערער, ביז וואנענט מ'קומט צו אט דער רגע וואס
¶8מ'מאכט די שהחיינו, אדער אפטייטש דערפון, און דער אינהאלט דערפון איז, אז אין צוגע וואס אין דעם זעלבן טאג אינדערפרי האט מען געזאגט מודה אני אז מ'דאנקט דעם אויבערשטן פארוואס ער האט אומגעקערט די נשמה, און מיט א באנייטן אופן, מיט א באנייטן לעבן, איז בשעת מ'דערמאנט זיך און ס'קומט די צייט אויף מקיים זיין די מצוה, און מאכן ליכטיק ארום זיך אין דער גאנצער הויז, ביז וואנענט אז ס'ווערט א ליכטיקייט, וואס ס'וויגט אפילו אז ס'גייט אריין א ניט-עיד אין דער הויז, דערזעט ער, אז דער הויז האט א צוגעקומענע ליכטיקייט, און מ'ערקלערט אים, ער זאל וויסן זיין, אז דאס ווערט ביי אידן צוגעקומען, נר מצוה ותורה אור די ליכטיקייט פון תורה אין א באנייטן אופן, דערפאר וואס דאס איז דער יאר אין טאג ווען ס'ווערט באנייט די נתינה התורה, מתן תורה, נתינת התורה און קבלת התורה, און זיכער אז דאס מאכט ליכטיקער די גאנצע הויז מיט אלע אירע כלי'ן וואס געפינען זיך אין הויז, אפילו ווען דאס איז מערניט ווי מעבל, אדער כלי'ן וואס מ'נוצט דאס מערניט ווי ביי זעלטענע געלעגנהייטן, דאס איז דאך אבער אין דער אידישער הויז ווערט דאס א אידישע כלי, און דער באסטער, פארבינדט דאס מיט אידישקייט, באקומט דאס א ברכה אויך די כלי, א ספעציעלע ברכה און הצלחה, אז די זאך אויף וועלכע מ'דארף נוצן די כלי ווערט אויפגעטאן און אפגעטאן אין א הצלחה'דיקן אופן. וואס דאס איז נאכמערער מוסיף אין דעם גרייטקייט פון יעדער אידן, האנשים והנשים והטף, זעענדיק, אז מ'האט גלייך דעם שכר, אז דורך דערויף וואס מ'פארבינדט זיך מיט תורה קומט-צו אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אלע זאכן, אפילו אין גשמיות'דיקע זאכן און מאטעריעלע זאכן, נעמט דאס אראפ און דאס איז מבטל אלע-ערליי דאגות און איבערטראכטענישן, און מ'גייט אלץ מערער און טיפער און העכער און ברייטער אין אלע זאכן פארבונדן מיט אידישקייט בכלל,
¶9מיט קבלת התורה במיוחד. וואס דאס האט אויך א ספעציעלע פארבינדונג, ווי דערמאנט פריער, מיט דעם שבת, וואס היינט געפינט מען זיך גלייך נאך דעם שבת, אז פון דער מנוחה און פון דער הייליקייט פון שבת, נעמט מען מיט, אז מ'וועט אויך האבן א מנוחה'דיקע וואך, און אויך א לעבעדיקע וואך, און נאכמערער אידישקייט אין דער וואך, צוגעקומען נאך א שבת, נאך א הייליקייט פון שבת, וואס מיני'מתברכין כולי יומי וואס ווי ער זאגט אין זור, אז פון דעם שבת ווערן געבענטשט אלע טעג פון דער וואך וואס קומען נאכדעם, און זיכער בשעת אין דער וואך איז נאך דא דער ראש חודש פון דעם חודש, וואס מ'האט מקבל געווען די תורה אויפן קאנצן לעבן, און ס'קומט דערנאך אויך די טעג פון צוגרייטונג צו חג השבועות, ימי הגבלה, און אויך די טעג פון ערב שבועות, וואס דאס איז דאך דער שבת וואס קומט לאחרי זה, וואס דאס מאכט נאך טיפער און נאך לעבעדיקער און נאך פריילעכער און אידישער אין קבלת התורה אין דעם יאר, וויבאלד אז מ'האט שוין אזויפיל מאל מקבל געווען די תורה, איז אדרבא, ביי אידן און אידישקייט, אז ס'קומט-צו נאך א יאר, איז דורך דעם ווערט די זאך נאכמערער באנייט און נאכמערער יונג, און נאכמערער אפגעפרישט, און נאכמערער פריילעכער און נאכמערער טיפער און ברייטער אויפן גאנצן יאר. וואס דאס פארענטפערט אויך וואס מ'שטעלט זיך היינטיקע צייטן לערנען זיך פרויען, און אויך מיידלעך, ביז קליינע מיידלעך, חלקים אין תורה, מען זיך פארלאזן, אז וויבאלד אז ס'ווייס דערפון דער מאן, אדער דער עלטערער ברודער, אדער א ברודער בכלל, איז גענוג אז די פרוי אדער די מיידעלע זאל יוצא-זיין, און בשעת זי וועט עפעס דארפן פרעגן, וועט זיי פרעגן אדער ביים עלטערן ברודער אדער ביים מאן, איז בשעת מ'האט זוכה-געווערן, און ס'ווערט אלץ מערער צוגעגעבן אין תורה, איז אויך געווארן דער מנהג ישראל
¶10תורה היא אז פרויעי אין היינטיקע דורות לערנען א סך מער תורה. בנוגע צו מקיים-זיין וואס ס'שטייט אין תורה, זיינען אלע אידישע פרויען געווען כשר'ע פרויען, און האבן מקיים געווען אלע אידישע מצוות אין אלע דורות, ואדרבא אין די פריערדיקע דורות, אז ס'איז געווען מעענטער צום זמן שבית המקדש הי'קיים האט מען נאך מקיים געווען מיט מער לעבד עמדיקייט, ווארום ס'איז געווען פריש דאס וואס מ'האט געזען בזמן שבית המקדש הי'קיים. בנוגע אבער צו לערנען תורה און וויסן אליין, מיטן אייגענעם שכל, פארשטיין וואס תורה וויל און וואס תורה פארלאנגט און אויף וואס תורה גיט כח זעט מען, אז ס'איז געווארן מנהג ישראל תורה היא אז פון דור צו דור, און אין יעדער דור, פון יאר צו יאר, און אין יאר אליין, פון צייט צו צייט, קומט-צו ביי פרויען און ביי מיידלעך, פרדחתונה אפילו, ביז אפילו ביי גאר קליינע מיידעלעך, אז בא יעדערן פון זיי אליין קומט-צו אין וויסן וואס אין תורה שטייט, ביז און פארשטיין אליין אויך וואס אין תורה שטייט, ביז וואנענט אז ס'קען גאר זיין אמאל א פאל, אז דער מאן אדער דער עלטערע ברודער דארף פרעגן בא דער פרוי, אדער בא דער שוועסטער, וואס זאגט תורה אין צוזאמענהיינג מיט אט דער באשטימטער זאך וואס האט געטראפן אלס א נייע זאך ביים מאן אדער ביים עלטערן ברודער, און ווי נשיא דורנו, ווי דער רבי דער שווער, דערציילט אויך אין זיינע זכרונות, אז ס'איז געווען א פאסירונג וואס זיינען געגאנגען רבנים, און דער רשי משפחות און מיט מענער, און בשעת דערנאך איז געקומען אומפרזה נוגשם איז ס'איז געווען אין שבת און ס'איז בטל פסל געווארן דער עירוף, במילא איז געווארן די שאלה וואס זאל מען טאן מיט די זאכן וואס מ'האט געהאט אין די קשני, וואס מ'האט דאס ארויסגענומען אין א כשר'ן אופן, וויבאלד אז דער עירוף איז געווען א כשר'ער פריער,
¶11און דערנאך איז זיך אריינגעמישט צו א זייטיקע זאך, און דער אורה איז ווי צוריסן געווארן די שטריק, במילא איז געווארן אויס אורה האט מען זיך געדארפט אפשטעלן און פרעגן די שאלה וואס טוט מען בשעת אן אורה ווערט בטל און מ'האט אין דער קרשנע פארשידענע זאכן, און דערציילט דער שווער אין זיינע זכרונות, וואס ער האט דאס געהייסן אפדרוקן און מפרסם זיין, אז צו וועמע האט מען זיך געווענדעט און מ'האט געוואוסט אין דערויף די שאלה, איז אזוי ווי צווישן די וואס זיינען געגאנגען דעמאלט אין א שבת'דיקן שפאציר איז אויך געווען פרויען וואס האבן געלערנט תורה, איז דוקא זיי האבן געוואוסט דעם ענטפער אויף אט דער שאלה, וויבאלד אז דאס איז אן אומפאראיסגענענע זאך, מ'לעבן בכלל אין א צייט וואס מ'גרייט זיך אויף גוטע זאכ אבער אויך און פאראויסגעזעענע גוטע זאכן דארף מען אויך וויסן ווי אזוי זיי צו מקבל זיין, און ווי אזוי זיך אויפפירן לויט די נייעם מעמד ומצב וואס וועט זיין, וואס וועט זיין בעסער נאך ווי ביז אייסטער, אבער מ'וועט דארפן האבן נאך א ספעציעלע צוגרייטונג ווי אזוי אויסצונוצן די נייע מעגלעכקייטן וואס אידן באקומען, מיט דעם הסכן אפילו פון די אידן ארום זיי, וואס גיט זיי מערער מעגלעכקייט אין זייער לעבן, אז מ'האט מער ברייטקייט און מערערע מעגלעכקייטן, און מעגלעכקייטן אין נייע געביטן, ווי אזוי וויסן ווי אזוי זיי אויסצונוצן אויפן בעסטן אופן, אז ס'זאל זיין אויפן בעסטן אופן אויסגענוצט אויף פארשטארקן אידישקייט ברוחניות, פארשטארקן אידישקייט בגשמיות, בפשטות, אין מקיים-זיין מצוות, וואס דורך דערויף פארשטארקן אויך דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין ענינים גשמיים, אף על פי וואס ס'ווייזט זיך אויס, אז דאס איז סתם מאטעריעלע זאכן וואס האבן ניט קיין ספעציעלע פארבינדונג מיט מקיים-זיין מצוות אדער לערנען תורה. פון די זאכן וואס מ'האט געלייענט אין אנהויבס פון דער קריאת התורה, פון דעם שבת
¶12פון נעכטן, הויבט זיך אן אויך א זאך וואס מפרשים, די וואס האבן צו פארשטיין תורה, שטעלן זיך אויף דערויף אפ, וואס די ערשטע פסוקים פון דער גלייך אין אנהויבס פון דער קריאה, ווערט דארט דערציילט, בשעת אידן זיינען דאך דעמאלט געווען אין מדבר, און דער משה רבינו האט אים אנגעזאגט דער אויבערשטער ווי אזוי ער זאל זיי צוגרייטן, זיי זאלן וויסן ווי אויפצופירן זיך אז מ'וועט אריינקומען אין ארץ ישראל, ווערט דערציילט, אז דער אויבערשטער האט געזאגט משה'ן, ער זאל איבערגעבן אידן כי תבואו אל הארץ איז ושבתה הארץ שבת להוי.' וואס דער אפטייטש דערפון איז, אז בשעת ער וועט אריינגיין אין ארץ הקודש, אין מאיר לאנד, און ווי ער זאגט דערנאך וואס דער אויבערשטער האט דאס צוגעזאגט מיט א זיכערקייט, אז ער וועט דאס אפגעבן אידן איז אט דעמאלט וואס דארף מען דעמאלט טאן? ושבתה הארץ, שבת להוי,"' דארף די ערד, די לאנד, אפרוען און ממלא זיין, ערפילן די מצוה פון שמיטה, און וויסן אז דאס איז מקיים שבת להוי,"' דאס איז א שמיטה וואס מ'מאכט דורך דעם אויך הייליקער די ערד, מ'פארבינדט איר אויך בגלוי, אפענערהייט, מיט מקיים-זיין דעם אויבערשטנ'ס א מצוה פרעגט מען די פראגה, דער דין איז, אז די שמיטה בשבתה הארץ איז דאס דוקא דעם זיבעטן יאר, דאס הייסט אז ס'דארף פריער דורכגיין זעקס יאר, וואס דעמאלט בארבעט מען די פעלדער און די געטענער, און ערשט דערנאך איז בשבתה הארץ פראוועט מען שמיטה? און דאס זאגט דער פסוק, אז מ'האט אנגעזאגט משה רבינו, אז בשעת ער וועט צוגרייטן אידן, אריינגיין אין ארץ-ישראל, מיט וואס זאל ער אנהויבן מיט דער מצוה פון שמיטה. וואס מ'וועט דאס ערשט מקיים-זיין, בשעת ס'וועט דורכגיין מערערע יארן נאכן אריינגיין אין ארץ-ישראל, האט ער זיך זיי געדארפט צוגרייטן אויף זאכן וואס מ'דארף וויסן גלייך, אריינגייענדיק דעם ערשטן טאג, און ערשט דערנאך דערציילן וואס מ'דארף ניט טאן אין פילע יארן, אין מערערע
¶13נאך דערויף. וואס איינע פון די ענטפערס אויף דערויף איז בשעת מ'קוקט זיך צו צו אן אויפפירונג פון אן אמת'ער באלעבאסטע, אפילו ביי ניט-אידן, על אחת כמה וכמה זיכער אזוי ביי א באלעבאסטע פון א אידישע באלעבאסטע, אז בשעת זי גייט אריין און צו אבואה אל הארץ זי גייט אריין און גרינדעט און זי מייסד בויט-אויף איר פערזענליכע לאנד, וואס דאס איז איר פערזענליכע הויז און איר פערזענליכע משפחה, און דאס איז דאך פארבונדן מיט האבן א הויז מיט א בעה'ב'ישקייט, און ווי דערמאנט פריער מיט כלים און מעבל וכו כדי דאס זאל זיין א ריכטיקער הויז און א ליכטיקער הויז און א לעבעדיקער הויז איז אט דעמאלט זעט מען, אז א ריכטיקע בעה'זטע, בשעת זי שטעלט אין די הוי, שטעלט זי זיי איין גלייך פון אנהויבס אן, ניט נאר אז די הוי זאל קענען יוצא-זיין אין א וואכעדיקן צושטאנד, וואו ס'איז גענוג אז מ'האט מערניט ווי די זאכן וואס זיי זיינען מוכרח און מ'קען אן זיי ניט אנקומען, נאר א ריכטיקע באלעבאסטע בויט איר הויז בגשמיות, אפילו אין גשמיות'דיקע זאכן, אין אזא אופן, אז דאס זאל זיין א הויז א פריילעכע אין וועלכע מ'ו פראווען שבתים מיט די גאנצע פריילעכקייט און לעבעדיקייט און ברייטקייט פון א שבת, על אחת כמה וכמה מקראי קודש פראווען דארט ימים טובים וואס זיי ווערן אנגערופן אז דאס איז מעין און מ'רופט אריין דעם שבת, וואס דורך דערויף ווערט דאס א יום-טוב, ווארום שבת איז נאך מערער ווי יום-טוב, ווי א אידישע בעה בית'ער זעט בפשטות, אז ס'קומט צו יום-טוב און מ'דארף האבן די סעודת יום-טוב, האט זי דערביי טאקע ניט א גרויסע טירחה, אבער עפעס א טירחה דארף מען האבן אין גרייטן און קאכן און באקן און צוגרייטן, בשעת ס'קומט דערנאך דער שבת, אדער פאר דערויף דער שבת, ווי אין דער קביעות פון היינטיק אין שבועות, איז דעמאלט האט זי קיין טירחה ניט, ווארום אלע ענינים איז שוין צוגעגרייט, נאך פון ערב שבת,
¶14אז בערב יום-טוב, מערניט ווי א טייל פון זאכן, און די עסן כדי ס'זאל זיין פריש, פארקערט, ווארמט מען אים אן, אדער מ'קאכט אים גאר לכתחילה יום טוב, משא נכן אז ס'קומט שבת, איז די הויז אזוי גרויס און אזוי ברייט און אזוי צוגעגרייט, אז מ'האט די מעגלעכקייט שוין צוגרייטן ערב יום-טוב, בפרט נאך אין דעם קביעות מיט דריי טעג פאר דערויף, ערב יום-טוב איז דאך שבת, און מ'דארף צוגרייטן אויפן שבת'דיקן טאג און צוויי טאג יום-טוב נאך דערויף שטעלט זי איין איר הויז אין אזא מין אופן, אז גלייך ווען זי בויט די הויז און זי גייט אריין תבואה אל הארץ גייט זי אריין אין אזא מין אופן, אז דער לאנד, דאס הייסט איר הויז, איז אויסגעשטעלט אין אזא מין אופן, אז זי איז שוין גרייט אויף פראווען שבתה הארץ, שבת להוי'איז זי האט שוין די גאנצע צוגרייטונג, מיט די אלע כלים, מיט די גאנצע ברייטקייט, און זיכער, אז דער מאן שטעלט איר צו אין די אלע געלט וואס מ'דארף אויף דערויף האבן, אז מ'זאל דאס טאן אין א גרויסער מאס און אין א ברייטער מאס, ווי א איד דארף זיך גרייטן צו יום-טוב און צו שבת, אז ס'זאל זיין אין אן אופן פון א ברייטן אופן און א פריילעכן אופן און א געשמאקן אופן, ולא תח כל בא זאל קיין זאך ניט פעלן, חס ושלום. ואדרבא, מ'זאל נאך קענען איינלאדן, און ווי ס'פירט זיך מנהג ישראל איינלאדן אורחים, אין צוגאב צו די אייגענע מידגלידער פון דער משפחה, איז ווי ס'פירט זיך ביי אידן איז אן אמת'ע שמחת יום-טוב, ווען מ'האט אן אורח צו יום-טוב, על דרך זה אויך בהנוגע צו שבת, איז ווי דערמאנט פריער, גלייך נאך דער חתונה און מ'שטעלט-איין די הויז-שטעלט מען גלייך איין די הויז אין אזא אופן, אז דאס זאל זיין א הויז מיט דער גאנצער ברייקייט, ווי ס'ווערט פארלאנגט ווי שבתה הארץ, אפילו אז מ'ווייס אז ביז וואנענט ס'וועט זיין דער בפועל וועט דאס נעמען עטלעכע טעג אדער עטלעכע חדשים אדער עטלעכע יאר, ביז ווען ס'ווערן געבארן קינדער און מ'מאכט זיי ח
¶15הוא קרייט מען אבער גלייך צו די ברייטקייט פון דער הויז און די פריילעכקייט פון דער הויז און די מעבל פון דער הויז אין אזא אופן, אז ס'זאל זיין א הויז אין וועלכע ס'וועט קענען זיין, און ס'במילא וועט זיין אזוי בפועל, מערערע שמחות, ניט נאר איין שמחה, נאר בנים ובנות עוסקים בתורה ובמצוותי בנים לשון רבים און בנות לשון רבים, חתונה מאכטן די חתונה פון דער הויז, און אין דער הויז פראווענט מען אויך א טייל פון די שבע ברכות, און אזוי אויך אין אנדערע שמחות. וואס דערפאר איז אויך, בשעת עלטערן גרייטן-צו זייערע קינדער צו דער חתונה, און זיכער אזוי בהנוגע צו דער אייגענער הויז גיט זיי דער אויבערשטער די מעגלעכקייט, און מ'דארף נאר האבן, אז זיי זאלן אזוי באשליסן, אז זיי ווילן דאס דורכפירן בפועל לויט דעם אויבערשטנ'ס ברכות אן אנווייזונגען אט דעמאלט איז בענטשט דער אויבערשטער און איז מבטיח, אז כתבי'אל הארץ בשעת יעדער אידישער פרוי גייט אריין אין איר אייגענע הויז אין איר אייגענעם פאמיליען לעבן, האט זי גלייך די אלע ברכות פון דעם אויבערשטן, אז ס'זאל זיין ושבתא הארץ זי זאל זיין גלייך פון דעם ערשטן טאג צוגעגרייט אויף קענען פראווען דארט שבתים און ימים טובים, און איינלאדן אויך אורחים, און די אלע זאכן זאל איר ניט נאר ניט איינגעמאכן, נאר אדרבא, פארקערט, דאס זאל זיך מאכן נאך ברייסער און נאך פריילעכער דעם אייגענעם שבת און דעם אייגענעם יום-טוב, וויבאלד אז מ'האט אורחים.
¶16און כדי דאס זאל זיין אין א גוטן אופן, אין א צוגעגרייטן אופן? איז אט דאס דערציילט אויך דער פסוק, לויט די ערקלערונג בנוגע צו אנשים, ווי ערקלערט אין ספרים, וואס דערפון פארשטייט מען אויך די ערקלערונג בנוגע צו אידישע פרויען, אז אידישע פרויען, און אזוי אויך אידישע טעכטער, נאך פאר דער חתונה, וואס זיי גרייטן זיך דאס מיט דער ריכטיקער צוגרייטונג, צו בויען א בנ עד יד, אז לסודי התורה ומצוותי ביז וואנענט נאך גאר קליינע מיידעלעך, האדם דאך זיי אויך אנהויבנדיק אז זיי הויבן אן אנצינדן נרות שבת מיט אן אייגענעם לייכטעלע און מיט אן אייגענע ליכטעלע, און מאכט אליין די ברכה, און אז ס'קומט דער שבועות אין עטלעכע טעג ארום, מאכט זי אויך די ברכה שהחיינה פונקט ווי ס'מאכט איר מוטער און איר באבע און די עלטער באבע, און זיי פרייען זיך אלע צוזאמען, וואס זיי אלע צוזאמען מאכן זיי ליכטיק די זעלבע הויז, און יעדערער פון זיי האט אן איינטעל אין דער ליכטיקייט, און אין יעדערנס ליכטיקייט און אין יעדערע ליכטעלע גיט דער אויבערשטער די ספעציעלע ברכה וואס זי איז פארבונדן דוקא מיט אט דער ליכטעלע, וואס דאס איז דער זכות דוקא פון אט דער קליינער מיידעלע, און איז זיכער אז דאס גיט נאכמערער צו אין דעם זכות פון די עלטערע מיטגלידער פון דער משפחה, וואס זיי האבן געהאלפן און העלפן אויך לאחרי זה, אז די מיידעלע זאלן זיך ערציען אין דעם וועג, און אזוי אויך די קינדער, אידישע אינגעלעך, זאלן זיך אויך ערציען זיך אין דעם ליכטיקן תורה אידישן וועג, איז דאס נאכמערער מוסיף אין זייער הצלחה, אז אויך בא זיי ווערט אויך, אין דעם טייל פון דער הויז וואס הענגט-אפ אן זיי, ווערט אויך גלייך די גאנצע ברייטקייט און די גאנצע לעבעדיקייט און די אלע ברכות, אז גלייך כי תבואו אל הארץ, בשעת זיי גייען אריין אין דער טייל וואס געהערט צו זייער ווירקונג און צו זייער השפעה, האבן
¶17גלייך דעם אויבערשטנ'ס ברכות און דעם אויבערשטן'ס געגעבענע מעגלעכקייטן זיי זאלן דאס קענען טאן אין א ברייטן אופן ווי דאס איז פארבונדן מיט יום-טוב, און נאך מערער ווי דאס איז פארבונדן מיט שבת. און דערנאך ווערט דאס אויך א לייכטער דער ביישפיל פאר אלע אידישע פרויען און אידישע מיידעלעך ארום זיך, וואס מאיזה סיבה שתהי'האבן זיי ניט געהאט אט דעם גליק פון דעם אמת'ע חיות, אידישקייט, דורך באקומען די אמת'ע אידישע ערציאונג, אז אויך ס'זאל זיין א לייכטנטער ביישפיל, אז זיי זאלן אויך אזוי טאן. און בשעת זיי וועלן טאן אין דעם אפילו גלייך אין אנהויבס, וואס זיי טוען דאס דערפאר וואס א צווייטער איז זיי מעורר אויף דעם, און ווירט אויף זיי אויף דעם, דערנאך באקומען זיי אויך די הבנה והשגה דעם איגערן פארשטאנד אין דעם, ובפרט נאך אין אונזער דור, וואס מ'לערנט אויך מיט אידישע פרויען און מיט אידישע טעכטער, אידישע תורה מיט אידישקייט, און מיט דער גאנצער ברייטקייט פון די פירושים אין דעם. און זיכער, אז דער אויבערשטער בשעת ס'איז דא דער הרתיל ואנשים והטף, סיי דער מעןער און סיי די פרויען, ביז אויך טף-קליינע קינדער, זיינען דורכגענומען מיטן זעלבן גייסט פון אידישקייט, און מיטן זעלבן גייסט פון בטחון אין דעם אויבערשטן, און מיטן זעלבן גייסט מיט דעם פעסטן באשלוס אויף פירן א טאג-טעגלעכן אידישן לעבן, אפילו אין וואכעדיקע טעג, און זיכער אזוי נאכמערער אין ימים-טובים בכלל, און זיכער אין ימים-טובים עצמם, אין דעם יום-טוב פון מתן תורה, חג השבועות,
¶18שבתים, און די אלע זאכן אין אן אופן אז ס'ווערט אלץ מערער און מערער, פונקט אזוי ווי דער גשמיות א לעבעדיקע זאך, באשטייט דאך די לעבעדיקייט אין דעם אז זי האלט אין איין וואקסן, און אז ס'זאל אלץ מערער צוקומען אין אלע זאכן פון לעבעדיקייט. והחי אתן אל לבו, אז וויבאלד אז דער אויבערשטער גיט לעבעדיקייט, דארף מען דאס גלייך אריינגעבן נאכמערער אין דער אייגענע הארץ, אז דאס זאל ווירקן אויף דעם גאנצן גוף, אויפן גאנצן לעבן, און זיכער ווירקן אויף די אלע צווישן וועלכן מ'געפינט זיך אלס א לעבעדיקער, קלארער ביישפיל. און וואס דאס קומט נאך אלץ צו נאך מערער נאך אין א פארשטארקטער און נאך מערער אין א יאר, וואס דער גאנצער יאר, ווי דערמאנט מערערע מאל, איז דאס א שנת הקהל, דער יאר וואס נאך שמיטה, און אויך א יאר וואס בשעת א איד שרייבט אין א בריוו דעם אידישן קאלינדאר, דעם דתם דעם אידישן דתם לויט דעם אידישן קאלינדאר, שרייבט ער, אז דאס איז דער ייר דער יאר וואס ער ווערט אנגערופן תסמח און תשמ חס, וואס דאס האט אויך דעם אפטייטש תסמח, וואס בא יעדער אידן איז דאך יעדער זאך פארבונדן מיט אידישקייט אויך אן אפלערנונג פארן גאנצן יאר, זיכער אזוי א זאך וואס דער גאנצער יאר ווערט אזוי אנגערופן, בדייט דער נאמען די צאל פון אט דעם יאר, אז דער אויבערשטער גיט ספעציעלע געלעגנהייטן און ספעציעלע ברכות, און מ'דארף נאר מאכן דערצו די פאסענדע כלי, אז ס'זאל זיין דער גאנצער יאר וואס ס'וועט זיין תסמח יעדערער וועט זיך פרייען פאר זיך אליין, און מיט דער אייגענער בני-בית, מיט די אייגענע פעמיליע, און וועט אויך זיין ווי דער צווייטער אפט
¶19שוין דעם תשמח מאכן פריילעך ארום זיך די אלע אידן וואס געפינען זיך ארום זיך, און נאך מערער אפילו מאכן פריילעכער אין וועלט, וואס מ'זעט דאך אז די וועלט האלט זיך ניט נאר אין שקלן, נאר אין איין שלאגן זיך איינער מיטן צווייטן, און מ'זעט גאר ניט דערצו וואס וועט זיין דערצו די עצה, בשעת מ'כאפט זיך אבער, אז ס'איז דא א בורא עולם ומנהיגו, דער וואס האט באשאפ די וועלט, דער אויבערשטער פירט-אן מיט דער וועלט בכל שעה, בכל יעדער טאג ובכל יום תמיד, און ווי תורת הבעל שם טוב אין יעדער רגע טוט ניט אפ דער אויבערשטער זיין השגחה פון דער וועלט, נאר ער וויל אז אידן זאלן מאכן אין וועלט אלץ מערער ליכטיקייט, מיט אידישקייט, אין זייערע ד'אמות, און וויבאלד אז דאס איז א טייל פון דער גאנצער וועלט ארום זיי מאכט דאס אויך ליכטיקייט דעם חושך די ניט-ליכטיקייט וואס ס'געפינט זיך אין וועלט, כולל אויך די ניט-ליכטיקייט, דער היפך פון ליכטיקייט, ווי זי איז פארבונדן מיט גלות, און ווי דערמאנט מערערע מאל, אז א איד נעמט דעם אלע פון דער אנפירער און דער אנהויבס פון דער גאנצער בריאה, וואס דאס איז דער אויבער און שטעלט אריין אן אלף אין די אותיות פון גלות ווערט דאס דעמאלט דער ווארט גאולת אז ער איז מהפך פריער דעם אייגענעם גלות, מאכט ער דערפון א גאולה, אז דער אויבערשטער איז אים גול, לייזט אים אויס פון די אלע זאכן וואס קען אין אים חס ושלום מבלבל זיין, ער זאל ניט האבן די פילסטע מנוחת הנש ווי א גוף, און לערנען תורה מקיים זיין מצוות, און האבן נחת פון קינדער און קינדס-קינדער אין דער פוסטער מאס, דערפאר וואס ס'איז ערגעץ וואו נאך דא א ניט ליכטיקע זאך, מצד דערויף וואס ס'איז פארבונדן מיט גלות איז דארטן אויך ברענגט אריין דער איד, ובפרט נאך די עקרת הבית, די אידישע פרוי, א צוגעגעבענע ליכטיקייט, במילא מאכט דאס אויך ליכטיק, אז ס'זאל אינגאנצן פארשווינדן
¶20די אלע ניט-ליכטיקע זאכן, וואס אט דעמאלט גרייט מען זיך, דורך דערויף וואס מ'מאכט די אייגענע הויז, אז זי איז פולשטענדיק ליכטו, און ווי דאס ווערט אויסגעדרוקט אין א בולט'ן אופן, דורך נרות שבת, און דורך נרות יום-טוב, ובמיוחד דורך נרות יום-טוב, וואס דעמאלט מאכט מען דאך אויך די ברכה פון שהחיינו וקיימנו והגיאנו לזמן הזה, איז שוין אין דער צוגרייטונג דערפון, ווערט גלייך דער ושבתה הארץ שבת להוי אז ס'ווערט בטל ביי אים אלע ענינים וואס שטערן ס'זאל זיין מנוחה, און ס'ווערט בא זיי און בא יעדער אידן, און הקהל את העם האנשים והנשים והטף די מנוחה אלע טעג פון דעם גאנצן יאר, בפרט נאך אז דאס איז א יאר פון הקהל און א יאר פון תסמח, און תסמך, וואס דאס גרייט נאכמערער צו אידן, אז זיי זאלן נאכמערער צוגרייטן זיך אין פארשפרייטן אידישקייט, וואס יעדער זאך אז מ'גיט-צו אין אידישקייט אין צוגאב צום עיקר, וואס דאס איז דעם אויבערשטנ'ס א מצוה, און ס'איז דאך דער לעסטער גליק וואס ס'קען זיין איז, אז מ'איז אויך צו מקיים-זיין א מצוה וואס דער אויבערשטער, ווי ער זאגט אין תניא, קערט זיך אפ און רוקט זיך אפ כביכול פון אלע זיינע ענינים, און גיט זיך אפ מיט אט דעם אידן, אדער מיט אט דער אידישע פרוי, אדער מיט דעם אידישן קינד, און גיט אים זיין תורה, און גיט יעדערער פון זיי די זיינע פעזענליכע אנווייזונגן ווי אזוי ער זאל זיך פירן יעדער טאג, על אחת כמה וכמה בשבת ויום-טוב, און דער אויבערשטער זאגט, ווי מ'האט געלייענט שבת, אז אם בחוקותי תלכו ונתתי גשמיכם בעתם, זאגט ער אויף דערויף אין תורה שבעל פה, אין דעם פירוש פון דער פרשה, אז אם איז דער אפטייטש, אז דער אויבערשטער איז זיך מתחנון כביכול, ער בעט זיך בא יעדער אידישע פרוי אז זי זאל אזוי איינטשעלן אירע הויז,
¶21און בא יעדער אידישע מיידעלע, ער זאל אויך אין דער צוגאב וואס די מוטער טוט, זאל זיי אויך צוגעבן אין אנצינדן בנרות שבת ונרות יום-טוב, און בא יעדער אידישן אינגעלע, ער זאל טראגן א טאלס קטן, און האבן א ירמלקע, און מ'קען זאגן די אלע מצוות מיט די אלע ברכות וואס זיי זיינען פארבונדן מיט אינגעלעך נאך מערער ווי די מצות ציצית און נאך מערער ווי ס'איז דא בא מיידעלאך, וואס זיי האבן זייערע מצוות מיוחדות, על דרך זה אויך די ספעציעלע מצוות פון אינגעלאך. און בשעת אידן קלייבן צוזאמען דער רוב תורה ומצוותי א גאנצע עשירות פון תורה און מצוות, און לימוד התורה און קיום המצוות, איז די אלע זאכן, און מ'וועל הייל נאכמערער צו די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיחת צדקנו. ווי גערעדט מערערע מאל, ובמיוחד, אז מ'פארבינדט דאס אויך מיט דער מצוה פון צדקה, אז נאך זייענדיק אין גלות מאכט מען ליכטיקער דעם גלות, ביז וואנענט אז בא זיך אין הויז פארשווירנדט דער גלות אינגאנצן, און אזוי ווירקט מען איין אין די הויז פון די קינדער אויף נאך זייערע חתונה, אדער ווי מ'גרייט זיי צו זייער חתונה, און אזוי אויך בא שכנות, און ווי דערמ� פריער, אז אידיש פרויען, וואס מאיזו סיבה שתהי'האבן זיי ניט זוכה געווען צו דעם גליק צו באקומען דעם אמת'ן אידישן חינוך. און אט דעמאלט שטעלט זיך צוזאמען דער קהל גדול, אז ווי דערמאנט פריער, אז דאס איז א שנת פון הקהל, אז אלע אידן קלייבן זיך צונאמען על דרך ווי ס'איז געווען בא מתן תורה, כאיש אחד בלב אחד, ווי איין און איינציקער גוף מיט איין און איינציקער נשמה און איין און איינציקער הארץ, און אלע גרייטן זיך צו מקבל-זיין די זעלבע תורה פון דעם זעלבן אויבערשטן, און דערנאך אז זיי לעבן דעם גאנצן יאר וואס קומט לאחרי זה, אנהויבנדיק נאך איצטער, ווען מ'געפינט זיך נאך אין גלות. און דאס גופא הייבט נאכמערער צו, אז מ'זאל ענדיקן דער גלות נאך פריער,
¶22און ס'זאל קומען די גאולה נאך פריער, ביז אז בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו יעדערער, אין אן אופן פון קהל גדול, אנשים, נשים וטף, יבואו הנה קומען אלע צוזאמען, און אויפן שנעלסטן אופן, אין ארץ הקודש, און דארטן גופא אין ירושלים עיר הקודש, און דארטן גופא אין דער הר הקודש, אין הר הבית, און דארטן גופא אין דעם בית בית-מקדש השלישי, און די אלע זאכן, במהרה בימינו ממש, לא עיקבם אפילו כהרף עין. ובפרט נאך אז ווי מ'פארענדיקט דעם צוזאמענקלייבן זיך דורך דערויף וואס מ'גיט יעדערן און מ'מאכט יעדערע פאר א שלוחת מצוה, אז מ'האט באקומען א דאלער און אים אפגעבן דאס אויף צדקה, צי היינט אדער מארגן, אבער בכל אופן, פאר חג השבועות, וואס צדקה האט דאך א ספעציעלע אייגנשאפט, אז זי היילט נאך מערער צו דעם ארויסגיין פון גלות און ברענגען די אמת'ע גאולה, אנהויבנדיק אויך ארויסגיין פון דעם גלות הפרטי, פון די פערשידענע זאכן וואס בא יעדערן איז אפשר דא אין זיין פריוואטן לעבן, אין פרטיות'דיקן לעבן, וואס זיי רירן אן, אז זיי מנוחת הנפש אדער איר מנוחת הנפש איז ניט אין דער פולסטער מאס האט צדקה א ספעציעלע סגולה, אז פונקט אזוי ווי צדקה גיט זיך צו לעבעדיקייט און שפייז, אדער אנדערע נויטיקייטן, דעם וואס איז מקבל די צדקה, צי דאס איז א מענטש, א פריוואטער מענטש, אדער דאס איז א מוסד וואס פארנעמט זיך מיט מערערע אידן און מיט מערערע מענטשן, על אחת כמה וכמה אז מ'איז נאך מוסיף אין דער צדקה, איז זיכער דער אויבערשטער איז מוסיף במדה כנגד מדה אין אלע זיינע ברכות וואס ער גיט, אנהויבנדיק אז ס'זאל זיין א געזונטער זומער און א פריילעכער זומער אין אלע הינזיכטן, סיי בגשמיות סיי ברוחניות, וואס דאס זאל נאכמערער צוהיילן און
¶23צוגעבן לעבעדיקייט אין די הכנות צו קבלת התורה בשמחה ובפנימיות בחג השבועות, און פאר דערויף צורצינדן די שבת'דיקע ליכט ערשט שבועות בשמחה ובטוב לבב, אין אן אופן אז ס'מאכט נאכמערער ליכטיקער די גאנצע הויז און די אלע זאכן וואס געפינען זיך אין הויז, ביז וואנענט ווי דערמאנט פריער אז ס'ווערט ושבתה הארץ אן אמת'דיקער שבת'דיקער לעבן, אן אמת'ע שבת'דיקע הויז, ביז וואנענט אז אפילו אין די טעג וואס מ'גרייט זיך צום שבת און יום-טוב, פילט זיך שוין די רואיקייט און די פריילעכקייט פון דעם שבת אין יום-טוב אין די טעג וואס לפני זה. און ויהי רצון אויף און רעדן אין די אלע זאכן זאל זיין בקרוב ממש, ווי דערמאנט פריער דעם לשון פון דעם פסוק וואס מ'האט געלייענט אין שבת נעכטן אינדערפרי, אבער דאס וויגט דערנאך מתברכין כולי יומי און זיכער נאך אין דעם טאג גלייך נאך שבת, אז בפועל ממש, ובקרוב ממש, ווערט מקויים בפשטות, אז כסבוהו אל הארץ אז יעדערער פון אייך, און יעדערער פון אונז, און יעדערער פון דעם אידישן פאלק, ואנשים והטף גייען זיי גלייך אריין אין ארץ הקודש, ווי דערמאנט פריער, באקומען דארטן און האבן דארטן, בשבתא הארץ א רואיקע קבלת פנים, און א פריילעכע קבלת פנים, און א קבלת פנים, אן קיינע דאגות, נאר-כל מלאכתך עשוי'ואין עצב בה, אין אן אופן פון אמת'ע חיות און אמת'ע לעבעדיקייט און אמת'ע אידישקייט, אנהויבנדיק שוין אין די אלע זאכן נאך זייענדיק אין גלות.
¶24און דאס אלץ היילט נאכמערער צו דעם ארויסגיין פון גלות הפרטי, ביז אויך ארויסגיין פון גלות בפשטות, און מ'האט די גאולה האמיתית והשלימה, און וואס דעמאלט גיט מען נאכמערער צו אין די הכנות צו קבלת התורה בשמחה ובפנימיות, און אויך צו דעם שבת שלפני זה, און ימי הגבלה שלפני זה און ראש-חודש שלפני זה, ה, ביז אויך די שמחה גדולה היינטיקן טאג ממש, והולך ומוסיף אלס מערער צוגעבן אין אידישקייט, און דער אויבערשטער גיט אלס מערער צו אין זיינע ברכות, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, און מ'גייט מתוך שמחה וטוב לבב אויף מקבל זיין אלע ברכות פון דעם אויבערשטן, און מ'מאכט דערצו די פאסענדע אידישע כלים, און כלים ריקים אל תמיטים מ'מאכט אלץ מערער, אין אלע זאכן פון אידישקייט גיט דאס נאך אלץ מערער צו אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות, און מ'האט א פריילעכע וואך און א געזונטע וואך און א אידישע וואך און א לעבעדיקע וואך, און א וואך וואס מ'גרייט זיך צו קבלת התורה, און אויך צו קבלת פני משיח צדקנו, במהרה בימינו ממש.
¶25וואס י'שבט ה'תשמ", אין ארץ ישראל און אין ארץ ישראל? נא, ס'איז סינגל-בונד, איז יער, שוין ווארטן יער, ס'זאלן אייס-טייטשע, אז ס'זאלן זיין א נפלעסטער רבי איצלע פלעסינג מי, און נפלעסינג, אז רבי כה גאט, זאל מקויים-זיין איין ארץ ישראל, ס'זאל זיין יום ימי פטור, זאגן דילי אין... און דאס איז דאך זיך וואס זיינען רבי ‰ וואס י'שבט ה'תשמ", און דערנאך איז דאס בא א ספר תורה, איז דא דא דא דער מארגן אין דער מארגן אין די פלשת פון די רצון, וואס דארף דאך אין קבלת התורה בשמחה ובפניות. וואס דערפאר איז בגזכות!