עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-wt3k3hm4

kind
paragraph
order
G
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און דערפאר קומט אויך צו אין דעם ענין אין וועלכן וואס ס'האט מצד הציווי מעין זה, אבער אין אן אנדער מספר אדער אין אן אנדער אופן, און מצד דערויף, מצד הסיבה צדדית, ווערט דאס אויך נצטרך צו די צוויי פעולות, צו די צוויי סעודות, אמורות בלאו הכי. על דרך זה אויך בהנוגע לעניננו, על פי המדובר לעיל, דאס הייסט נעכטן די יתירה רות, מ'זאל זיך משתדל זיין מאכן התוועדויות אין חמשה עשר באב, און ס'זאל זיין ניכר אין דער התוועדות, אז דאס איז נזכרים ונעשים, און מ'דערמאנט זיך בשעת מעשה, אז ס'דארף זיין די התוועדות אין אזא מין אופן, אז אוועקגייענדיק אין א צווייטער עבודה זאלט מען דעמאלט מיטנעמען פון דער התוועדות, אז דאס איז געווען אזא מין התוועדות וואס לא היו ימים טובים לישראל ווי אזא התוועדות, נוסף אויף די כללות המעלה וואס ס'איז דא בכלל אין התוועדות חסידותית, איז דאך אויך פארשטאנדיק, דער ענין פון חסידות איז דאך אויף טאן לפני משורת הדין, על דרך זה אויך אין ענינים גשמיים, וואס זיי זיינען אבער פארבונדן, ווי מ'זעט דאס בפשטות, אז כדי ס'זאל זיין א התוועדות איז דארף מען האבן די זירות, כמדובר כמה פעמים, בנוגע צו טרינקען
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions