עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

14 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1וואס מ'האלט דאך באם סיום וחותם פון חמשה עשר באב, וואס בא יעדער סיום, עאכו כמה וכמה אין א סיום פון ענינים של קדושה, איז דאך דער סיום נעוץ ראשן בסופן, איז דער סיום אין זיך כולל פון דעם ענין עד סיומו וחותמו, און דאס ווערט ביתר שאת וביתר עוז אף על פי וואס ס'איז דאך אויך נעוץ סופן בתחילתן, איז בתחילתן איז אבער דא דער סופן מערניט ווי בכח ובהשרה ווי ווי וועט דאס אויסזען, משא'כ אט דאס וואס תחילתו איז נכלל בסופן איז בשעת ס'קומט שוין דער סוף האט מען דאך שוין געזען ווי ס'איז דורכגעגאנגען דער ענין מתחילתו ועד סיומו וחותמו, וואס דעמאלט זעט מען ווי אזוי ס'איז נעוץ ראשן בסופד, ביז מרת באצבעו ואומר זה, ביז אין א ראי'גשמית, אויב ס'איז אין ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן אויך מיט ענינים גשמיים.

2וואס אזוי איז דאך אויך דער ענין פון די שמחה וואס לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיום הכיפורים, איז דאך כמדובר אויך נעכטן, אז ס'איז דא דער עילוי אין חמשה עשר באב לגבי יום הכיפורים, אז אין יום הכיפורים איז דאס מיט אן ענין פארבונדן מיט שלילת פון אכילה און שתי', משא-כן אין חמשה עשר באב איז דאך דאס מצד דעם ענין פון ושמרתם לנפשותיכם, דארף דאך א איד אפהיטן, זיין געזונט, במילא איז על דרך ווי ס'איז געווען דער מאן וואס ס'איז דאך געווען לחם מן השמים, האט מען געזען אז לכל הפחות דארף מען דאס האבן שני פעמים ביום, די שני סעודות ביום. עאכו כמה וכמה בשעת ס'איז נאך דא נאך א דריטע סעודה, וואס אין כאן המקום להאריך בזה דער ענין פון א דריטע סעודה ווי דאס איז ניט ביום השבת, נאר בימים טובים, וואס דעמאלט איז דאך אויך דא די סברא פון השעודה שלישית, מצד דוגמא אז דאס איז ענדלעך צו יום השבת, נאר אפילו ווי ס'איז דא א סעודה שלישית אין ימי חלמוה, איז דא דער א סעודה שלישית ביז אין ימי

3חול ממש, ניט חול המועד, איז דאך אויך דא אזוינע וואס מצד שמרתם לנפשיות עכם קענען זיי ניט אויסקומען מיט פריעת הגוף, מיט די שמירה על בריאות הגוף, סיידן ס'איז אויך דא אויך א סעודה שלישית, אחוץ ווי מ'זאגט בנוגע צו מאן, אז ס'איז געווען בערב תוחלו און דערנאך איז געווען בוקר תוחלו, איז דאך אויך דא אויך דער ענין, ווי מ'זעט דאס בפשטות, ובנהגות העולם, אז אף על פי וואס ס'איז דא כמה וכמה וואס קענען גאר אפשר אויסקומען מיט איין סעודה ביום, איז דאך רוב העולם האט צוויי סעודות, און אינטיים איז אויך דא אויך אן ענין כדי זיין זיכערן און שמירה לנפשי תיכם כמבואר אין ספרי הרפואה און אין ספרי הבריאות, און ווי אויך פארשטאנדיק אין כמה סיפורים בשעת, אז אף על פי עסודת שלישית איז דאך פארבונדן מיט שבת, און דערפאר שטייט דא די דריי לשונות, און מהין זה קומט אויך אראפ אין מקרא הקודש וואס דאס איז ימים טובים, משא'כן צו ימות החול האט דאס קיין שייכות ניט, איז דאך אבער דא, כמדובר כמה פעמים, אט די ענינים וואס קומען-צו מצד אן א נדער ציבור,

4און דערפאר קומט אויך צו אין דעם ענין אין וועלכן וואס ס'האט מצד הציווי מעין זה, אבער אין אן אנדער מספר אדער אין אן אנדער אופן, און מצד דערויף, מצד הסיבה צדדית, ווערט דאס אויך נצטרך צו די צוויי פעולות, צו די צוויי סעודות, אמורות בלאו הכי. על דרך זה אויך בהנוגע לעניננו, על פי המדובר לעיל, דאס הייסט נעכטן די יתירה רות, מ'זאל זיך משתדל זיין מאכן התוועדויות אין חמשה עשר באב, און ס'זאל זיין ניכר אין דער התוועדות, אז דאס איז נזכרים ונעשים, און מ'דערמאנט זיך בשעת מעשה, אז ס'דארף זיין די התוועדות אין אזא מין אופן, אז אוועקגייענדיק אין א צווייטער עבודה זאלט מען דעמאלט מיטנעמען פון דער התוועדות, אז דאס איז געווען אזא מין התוועדות וואס לא היו ימים טובים לישראל ווי אזא התוועדות, נוסף אויף די כללות המעלה וואס ס'איז דא בכלל אין התוועדות חסידותית, איז דאך אויך פארשטאנדיק, דער ענין פון חסידות איז דאך אויף טאן לפני משורת הדין, על דרך זה אויך אין ענינים גשמיים, וואס זיי זיינען אבער פארבונדן, ווי מ'זעט דאס בפשטות, אז כדי ס'זאל זיין א התוועדות איז דארף מען האבן די זירות, כמדובר כמה פעמים, בנוגע צו טרינקען

5אז חס ושלום זאל זיין אן ענין וואס זאל קען ברענגען צו בלבול הדעת און בלבול המוחין, כמדובר כמה פעמים. לאידך גיסא אבער דארף אבער אויך זיין א דבר המשמח אלקים ואנשים, אויך אנשים פון לשון אנוש הלב, וואס דעמאלט דארף מען דאך אויך אנקומען צו דעם ענין פון המשכה המשמח, וואס דאס איז סיי מאלקים און סיי אנשים, כמדובר כמה פעמים, טאקע מיט די הגבלות, און ס'דארף אבער אויך זיין פון אט דער משקה. און וואס אט דעמאלט, אז מ'וויל באמת, איז לגמרי ניט נוגע די כמות פון דער משקה, וואס אים ווילט דאך דער נפש הבהמית נאך מערער ווי ער האט שוין באקומען, איז דער ביי אים אינגאנצן ניט תופס מקום, על דרך ווי גערעדט בנוגע צו א כלי, און דער זאך וואס געפינט זיך אין דער כלי, איז ניט נוגע דער שיעור וגודל הכלי איז נוגע איז נוגע ד דבר וואס ליגט אין דער כלי. על דרך זה אויך, וויבאלד אז די התוועדות האט דאך אין זיך די כוונה, ווי די גמרא זאגט, אז מכאן ואילך זאל זיין כל המוסיף נוסיפין לו, און ניט סתם א הוספה, נאר א הוספה אין חיים, אף על פי וואס אויך ביז דעמאלט איז געווען זיין חיים תורה ומצוותי ווי כמדובר אויך, דערמאנט אויך נעכטן, דארף ער מצרף זיין, מזכק זיין,

6מזכך זיין די חיים בלאו הכי, אז בשעת ער גייט אריין אין חמשה עשר באב איז ער א כלי מוכנה אויף מקבל-זיין אין זיך דעם מוסיף חיים על חייו, און ס'ווערט דערנאך אויך ווי דאס ווערט פארבונדן מיט מוסיף אין לימוד התורה, איז דאך פארשטאנדיק, אז אף על פי וואס חיים כפשוטם איז דאך פארבונדן מיט אכילה און שתי כמבואר אין רוחות שמירת הגוף על דרך זה אויך איז דאס אבער אויך פארבונדן מיט איר חיינו ואורך ימינו, נוסף אויף דעם ענין כפשוטו, אז בשעת ער מאכט א סעודה דארף ער נאכאמאל פארהערן זיך אליין, צי ווייס ער און צי געדענקט ער די ילכות אכילה און שתי'מיט די ברכות השייכים לזה, כמדובר כמה פעמים, על אחת כמה וכמה, אז בשעת ער איז נאך מכוין די כוונת אכילה איז דערמאנט אויך אין פרשה עקב, אין סדרה האריז'ל, ועל דרך זה וואס ס'איז דאך פארבונדן אויך מיט אכילה און שתי', און מיט שבע ברכות און שבע מינים, וואס דאס איז שבח שבחו פון ארץ-ישראל, האט דאך דעמאלט אויך סיי א הוספה אין היא חיינו פון פנימיות התורה און אין היא חיינו אין נגלה דתורה, ביז היא חיינו

7ווי ס'קומט אראפ בפשטות, אז דאס מאכט א אידן לעבעדיקער אויך זיין בריאות הגוף, בפרט ובפשטות, און דארף ניט האבן אויף דערויף קיין הסברה יתורה, אז בשעת ער לערנט תורה כדבעי, דארף ער ניט האבן קיין הסברה, אז זיין אכילה ושתי'דארף גלייך אראפקומען ווי תורה האט מגלה געווען און מבאר געווען בארוכה וועגן די יעודים גשמיים בכלל, און די יעודים גשמיים כולל די יעודים פארבונדן מיט אכילה און שתי', ביז לחם פנאנג, וואס ס'וועט זיין במהרה בימינו ממש, בביאת משיח צדקנו, כמוזכר אויך לפני זה, על דרך זה בכללות דער ענין פון סעודה פון לווייתן און שורי הברז, וואס ס'איז דאך אויך אכילה און שתי'כפשוטה, כמדובר כמה פעמים דער חילוק בזה צווישן רמב אן און כמה גדולים, און ווי דער רבי'ן פסק'נט, אז די גאולה העתידה איז דאך אויך פארבונדן און דוקא מיט אן ענין פון גשמיות, מיט אכילה און שתי'כפשוטם, וכמדובר כמה פעמים, אז דאס איז אלו ואלו דברי אלקים חיים, ועל דרך ווי מ'זאגט בנוגע צו אלף השביעי, אז ס'איז דא ווי די גמרא ברענגט אראפ די צוויי דיעות, אז ס'איז דא פריער אן אלף וואס איז פארבונדן מיט אכילה און שתי'און

8דערנאך אן אלף, און דערנאך צי פאר דערויף, ווי ס'איז דא אין דערויף די סברות, אן אלף וואס איז פארבונדן דוקא מיט שלילת האכילה און שתי', ווארום ער ליגט מערניט ווי אין רוחניות הענינים, עד כדי כך אז ער האט מיט גשמיות קיין קשר ניט, על דרך ווי די נשמה זייענדיק בגוף האט זי דאך אויך סמנים פי אחת בשנה, וואס דעמאלט האט עניני הגוף קיין שייכות ניט, כמבואר בארוכה אויך בפשטות, אז דער יום הכיפורים איז דאך אויך בפשטות, די אידן זיינען דומה למלאכי השרת, באחד עם זה איז דער טאג וואס ס'איז דא יום הפורים, וואס יום הכיפורים איז דאך כפורים, וואס דעמאלט דארף דאס דוקא זיין פארבונדן מיט אכילה און שתי', חייב איניש לבסומי בפוריא, עד דלא ידע, כמדובר כמה פעמים. וואס כדי ס'זאל זיין אין אן אופן וואס דאס זאל ניט מזהן, מזיק זיין, דארף מען דאך אויך האבן בפורים אן ענין פון אכילה, ביז ווי דער רמב'ם פסק'נט אפ, אז דאס איז גאר א חיוב בפורים, אז ס'זאל אויך זיין א סעודה מיט אכילה בפשטות, וכמדובר בארוכה כמה פעמים, וואס על דרך זה איז דאך אויך, כמוזכר לעיל, די מעלה פון חמשה עשר באב, אף על פי וואס מ'פארגלייכט דאס גלייך צו יום הכיפורים, איז דאך דא דער עליון חמשה עשר באב,

9אז דעמאלט איז דאס דוקא פארבונדן מיט אכילה און שתי', ובפרט על פי האמור. און ערשט דערנאך קומט אויך דער ענין פון כפורים, משא'כן חמשה עשר באב איז דאס איין ודוגמא פון פורים, אן דעם כ'שלפני זה, על אחת כמה וכמה, כמדובר, און אויך נרמז, אז אין די רעדסט האט זיך גערעדט נעכטן, אז דער ענין פון חמשה עשר באב האט אויך א שייכות צו עד דלא ידע, וואס דערפאר איז דאס פארבונדן מיט חמשה עשר בחודש, וואס דאס איז פארבונדן מיט יו דקו שבשם, און ווי יו דקו ווערט א שם בפני עצמו איז דאך נאך העכער פון יו דקו ווי דאס איז א חלק פון דעם שם הוי,"' כמדובר כמה פעמים. וואס דערפאר איז אויך כפליים לתושי,' וויבאלד אז חמשה עשר באב איז פארבונדן, אז מ'דארף מוסיף זיין, וכל דמוסיף מסיפין לו דארף מען אויך, וויבאלד אז אין פריערדיקן רייד האט מען געגעבן א שקל אחד, א מרבעה אחת, אדער א ניו-יארט אחד דארף איצטער זיין דער ענין אין דערויף כפליים.

10און יהי רצון, אז יעדערער זאל אויך מוסיף זיין מיט די לו אין הבנות והסברת הדברים, וועט דאס ווערן כפליים לתושי, ווי די גמרא טייטשט דאס אפ, אז דאס שבאכט אפ די גשמיות, על-דרך ווי מ'זאגט בנוגע צו חמשה עשר באב, אז דעמאלט איז תשך כח חמה, און ניט כח השמש, נאר דוקא כח חמה, וואס דאס איז דאך ווי שמש איז פארבונדן מיט אורה הלבנה, כמדובר בספרים ומבואר בארוכה דער חילוק צווישן ווי זי ווערט אנגערופן שמש מאיר הגדול האט זי ווערט אנגערופן בשמן חמה פארבונדן מיט חמימות אין עולם הזה התחתון, כמדובר כמה פעמים.

11אפילו א ספק, אז קען זיין ס'האט געדארפט זיין נאכמערער וויפל ס'איז געווען, אף על פי וואס ס'איז געווען מערער אויך, איז וויבאלד אז דער גאנצער ענין פון חמשה עשר באב בנוגע לעבודת האדם איז, אז ס'זאל מוסיף זיין בכל ענינים, איז דאך פארשטאנדיק, אז בשעת ס'נומט נאך צו נאך א סברא פארוואס מ'דארף מוסיף זיין, אז ס'זאל זיין כפליים לתושי,"' וכמדובר לעיל, או ברמז איז דארף מען דאך גלייך פושט זיין, אז ס'איז גאר קיין ספק ניט, איז מלכתחילה מאכט מען דעם פארברענגען אין אן אופן אז דאס איז כפליים, און דאס ברענגט אראפ לתושי אז דאס שבאכט-אפ די גשמיות הענינים, וואס דאס איז ווי די גמרא טייטשט דאס אפ דעם ווארט תושי על דרך ווי תשש כח חמה און ס'ווערט דערנאך ישראל מונים ללבנה, דערפאר וואס מונים ללבנה איז זעט מען אויך בגשמיות, אז ווי אזוי ווערט ניתוסף בכל הענינים, אפילו אין די ענינים וואס זיי זיינען טאקע דומים ללבנה, אבער זיי מוזן דאך אבער אויך האבן דעם גאנצן סדר ההשתלשלות, אין זייער בעה'ב'טישקייט, און אויסנוצן דעם גאנצן סדר השתלשלות אויף לימוד התורה וקיום המצוות בהידוע, אני נבראתי לשמש את קוני און דערפאר איז ער נברא געווארן ביום הששי,

12וואס דאס הויבט זיך אן היינט ביינאכט, כדי ער זאל געפינען כל הענינים, ס'זאל שוין זיין מוכן לסעודה. על דרך זה אויך איז נאך א טעם פארוואס ס'זאל זיין דוקא צוויי ניירות, על דרך ווי דער כללות הענין פון יום הששי איז דאך פון לחם משנה, און גרייטן זיך צו יום השבת, וואס כל איז קודי שבת איז כפול. און יהי רצון, אז יעדערער זאל נאכמער מכפיל זיין בכל הענינים האמורים, און ווי דער אפטייטש אין כפליים, אז דאס איז לאו דוקא צוויי מאל אזויפיל, נאר א ריבוי פעמים ככה, וכמדובר לעיל במשך כל השנה ביתר שאת וביתר עוז. און ס'זאל זיין תוכף ומיד דער סיום פון היום לעשותם וואס דאס איז דער ערשטער אפטייטש אין עקב, אז מ'האלט שוין צום סוף אויך פארבונדן אז יצוה את בניו ואת בית האחריו.. בהנוגע צו אברהם אבינו, איז דאך אויך ביי אים געווען עקב אשר שמע אברהם בקולי, און וואס איז געווען זיין עבודה אז יצוה את בניו ואת בית האחריו זאלן זיך פירן אזוי ווי ביי אים קומט אויס מיט אלע אפטייטשן עקב, הצמלאים ערשטן זאל דאס זיין בפשטות, אז ס'זאל זיין א ריבוי זמן פון קיום בית שנים, און דערנאך קומט אויך אראפ

13מאיזו סיבה שתהי', ביז אז וואנענט אז ס'ווערן בטל כל הסיבות קומט תיכף ומיד אראפ אין א ריבוי אין זמן און אין מקום, און דער עיקר המעשה הוא העיקר אין מעשינו ועבודתינו פון האנשים והנשים והטף, און ס'ווערט גלייך דער צווייטער אפטייטש אין והי'עקב, וואס קומט גלייך, און גלייך מקיים דעם והי כן והי'אלו שן שמחה, און אין שמחה עצמה אין אן אופן פון כל המוסיף מסיפין לו אז ס'איז גאר ניט שייך קיין גרעסערע שמחה, בדוגמא ווי ס'איז ניט שייך קיין גרעסערע שמחה פון ימי הפורים, על דרך זה אויך אין דער שמחה פון להרהי ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב, וואס אף על פי וואס דער פירוש הפשוט גייט דאס אויף די ג'רגלים, איז דאך אויך אבער דער א פירוש, ווי ס'איז אויך פארשטאנדיק, פון דעם סיום, אז בנות ישראל יוצאות וחולות בכרמים אן ענין פון ריקוד, איז דאס ניט געווען ניט בפסח און ניט בשבועות און ניט בסוכות, נאר דוקא געווען אין אט די צוויי טעג, ובעיקר איז גאר געווען בהתחלת פון די צוויי טעג, וואס דאס איז כולל אויך דעם צווייטן טאג, כמוזכר לעיל, דער ענין פון יוצאות וחולות בכרמים.

14תוקף ומיד ממש, אז הקב."ה עושה מחול לצדיקים בגן עדן. דער עיקר אבידה איז דאך, אז אידן מאכן דעם גן עדן דא למטה, על דרך ווי מ'זאגט מאך דא ארץ ישראל און מ'פירט דאס אויס, וויבאלד אז די אבאים נשיאים האבן געגעבן אויף דערוף דעם כח, ווערט דער ענין פון גן עדן דא למטה, בתוקף ומיד ממש, במילא ווערט אויך תוקף ומיד ממש, אז הקב ברוך עושה מלך לצדיקים צו ועמך כולם צדיקים, און מ'זאגט דעם כפליים לתישי'דער צוויי פעמים זה, ביז נאך גילה ישועה בשעתך ביז עצמות ומהות, פארבונדן מיט ביאת משיח צדקנו, און דאס ווערן די אלע ענינים, והוא העיקר, תיכף ומיד ממש, און דערנאך איז מען הולך מחיל אל חיל יראו אל אלקים בציון ומתוך שמחה, שמחת עולם על ראשם, הלוך והוסיף ושמח ואור.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions