עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-ws6cnbn3

kind
paragraph
order
3e
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ווי ס'פירט זיך אלעמאל, אז מ'דארף איבערגעבן אן אנווייזונג וואס מ'דארף טאן, און מ'דארף דאס איבערגעבן, דער וואס הערט דאס זאל ניט דארפן אנקומען צו פרעגן א פירוש אויף דעם, ווארום מ'זאגט אים א קלארע זאך, אזוי איז אויך אין די עשרת הדברות, כאטש אפילו דאס איז דאך אין תורה שבכתב, יעדער ווארט איז אויסגערעכנט, און מ'פארלאזט זיך אז מ'וועט אויך לערנען דאס מיט די אלע פירושים אויף דעם, וואס זיי וועלן ערקלערן נאכמערער און נאכמערער איז אבער אין די עשרת הדברות אליין האט מען ארויסגעגעבן בפרטיות, ביז וואנענט אז ס'האט ארויסגעגעבן זעקס הונדערט און צוואנציק אותיות, ווי דערמאנט אין מפרשים וואס האבן געציילט די אותיות, און ווי יעדערער קען דאס אויך אליין דורכזען און דורכציילן וועט ער זען ווי אזוי דאס איז, און ווי אלע ענינים וואס מ'גיט איבער בשעת, ווי געזאגט פריער, ס'איז ניטא קיין צייט אויף פרעגן פירושים, ווארום תיכף ומיד קומט די גאולה האמיתית והשלימה, גיט מען דאס איבער אויך, ווי דערמאנט, אין זעקס הונדערט
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions