Paragraph
Paragraph rh-wp8jq1gn
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-hgerfd0p
- order
- 4x
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ניט שטיילן פון דער שטאט, נאר ווי דער מעמד ומצב איז אין א דירה, וואס די דירה, אפילו ווען דאס געהערט צו תחתונים, ווערט זי אנגערופן בשם דירה און בפרט נאך, אז דאס זאל זיין א דירה וואס זי האט צוגעפאסט, אז ס'זאל זיין א דירה לו יתברך, אדער אין לשון פון כתוב, ושכנתי בשכל אז דער אויבערשטער זאגט, אז דאס איז זיין דירה, ווי אין א דירה וואס ס'איז מדוייק דער אויסדרוק, אז א דירה ווערט אנגערופן א דירה פון א מענטשן, להבדיל, ווערט דאס אנגערופן אט דער ארט וואו דער מענטש געפינט זיך, דער עיקר פון זיין לעבן, און געפינט זיך דארטן אין אן אפלעקטן אופן, אז ס'איז ניט ער איז דארט באהאלטן און באהאלטן באהאלט זיך אויס און אנטפלעקסט זיך ניט, נאר אדרבא דוקא דארטן איז דער ארט אויב ער וויל זיך אנטפלעקן גייט ער אוועק פון אן אנדער ארט, ביז וואנענט ער קומט אן אין זיין דירה.
- proofread
- 0