פסקה
פסקה rh-wc331yze
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-s07rffpf
- order
- K
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- מיטן פסוק וואס אויך איז דאך איינער פון די ראשי-תיבות'ן, ומלא הוי'אלקיך את לבבך ואת לבב זרעך, וואס דאס איז דאך אויך ווי די פשטים וואס מ'זאגט אין דערויף, אדער דאס גייט אויף קו התפילה אדער דאס גייט אויף קו התשובה, וואס בכל אופן איז דאך דאס א שייכות מיוחדה צו אלף בכלל און צו חי אלף במיוחד, און בפרט נאך אז מ'האלט אין חיי אלול באם סיום וחותם פון דעם טאג, וואס דעמאלט מאכט מען דאך דעם סך-הכל, וואס ס'איז אויך כולל אין זיך, וואס אויב מ'זאל גלייך אריינטראגן דעם חיות פון חיי אלול אין דעם טאג וואס ס'קומט גלייך נאך דערויף, וואס בקביעות שנה זו איז דאך דערצו נאך אויך דער יום השלישי שהוכפל בו כי טוב, טוב לשמים וטוב לבריות, וואס דאס איז דאך אויך אן ענין פון תפילה, וואס תפילה איז דאך מלשון טופל, אז דאס ווערט א חילוב פון צוויי ענינים באזונדער לכאורה, מ'מאכט פון זיי איין זאך, על דרך זה אויך טוב לשמים וטוב לבריות, וכמדובר כמה פעמים.
- proofread
- 0