עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-wawejy7g

kind
paragraph
order
Ir
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אנגענומען אויף זיך, וואס דאס איז דער ענין פון עבודת השם, און ס'איז דאך ידוע די דעות בזה, צי א בן-נח איז מחוייב אויף שיתוף צי ניט, אבער בא זיי איז געווען דער ענין, אז ניט נאר ס'האט געווען דער ענין פון שיתוף, נאר זיי האבן שולל-געווען דעם ענין, אז דער אויבערשטער איז אויך אן אלקה כביכול, עד כדי כך, אז יעקב האט געדארפט באווארענען, ער האט דאך געקענ זאגן, אז ער געהערט צו דעם אויבערשטן, און זיי פאלגן דאך דעם אויבערשטן איז דערפון גופא א הוכחה, אז ער איז געווען זיכער, עד כדי כך, אז צוליב דערויף האט ער מטריח געווען א מלך וואס ס'דארף זיין א מחוייב בכבוד המלכות, עד כדי כך אז מ'געפינט זיך ביי יעקב'ן אליין, אז אף על פי וואס יוסף איז געווען זיינער א זון, איז וישתחו אל המטה כדי אפצוגעבן כבוד, וויבאלד אז יוסף איז געווען דער משנה למלך, ועד כדי כך אז בלעדך לא יראו מיש את ידו ואת רגלו, בדוגמא פון א מלך אליין, וואס דערפאר האט מען דאך אים אנגערופן יוסף'ן בשם אברוך וואס רוך איז דאך פארבונדן מיטן ענין פון א מלכות, און אב איז אויך פארבונדן מיטן ענין פון אב, וואס דער מלך איז דאך, ווי
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions