עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

22 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1בשריא האסט בן רסטאורד ביי דזשעם.

2פון פרשה עקב, איז דאך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז דאס איז די פרשה פון דער וואך, האבן זי אויך פאנאנדעכגעטיילט אויף זיבן חלקים, איז דאך דאס מתאים צו די טעג אויך פון דער וואך, במילא איז אין יעדער טאג פון דער וואך, נוסף וואס די גאנצע וואך איז פארבונדן מיט דער גאנצער פרשה עקב, איז דא במיוחד אין יעדער טאג בפני עצמו א הוראה מיוחדת פון דעם חלק הסדרה, חלק הפרשה, וואס איז פארבונדן מיט דעם טאג במיוחד, במילא אז מ'האלט אין סיום פון דעם מעת-לעת הרביעי פון פרשה עקב,

3פון רביעי ביז חמישי, און וואס נעענט ער צום סיום פון טאג? איז אלץ מערער שייך דער סיום פון דעם חלק אין דער סדרה נעענט ער צו חמישי מערער ווי די ערשטע פסוקים פון דער פרשה רביעי שבפרשה עקב. און וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן וויבאלד אז מ'האט דאך געדאווענט אויך אלס יום ההילולא, פון א צדיק וואס האט זיך מוסר-נפש געווען אויף הפצת היהדות והמצוות, ועד כדי כך, אז ער האט אויך זוכה געווען, וואס דאס איז ניט יעדערער איז זוכה צו דערויף, אפילו פון צדיקים, אז מ'זאל קענען אויך האבן דעם עונש הכי גדול בעולם הזה, וואס דאס באווייזט נאך מערער, אז אפילו די עושן שלו זיינען פארבונדן מיט לימוד התורה וקיום המצוות שלו, איז דאך דאס אויך פארבונדן מיט דער פרשה רביעי, וואס ביתר שאת וביתר עוז דארף מען ניט זוכן קיין רמזים בזה, אין דעם חלק פון דער סדרה עקב דוקא אין דעם חלק פון רביעי ביז חמישי דארטן רעדט זיך וועגן דעם ענין

4פון שבט לוי, און רעדט זיך וועגן דעם ענין פון שבט לוי, ווי דער רמב״ם פסק'לט אין דערויף, נאך דערויף ווי ער ברענגט אראפ כמה דינים פון שבט לוי, ברענגט ער גלייך אראפ ולא שבט לוי בלבד אלא כל אחד ואחד אשר נדבה לבו, אז ער זאל ניט האבן צוטאן מיט הבלי העולם, און ער האט זיך אפגעגעבן הוי'הוא נחלתו דוקא מיט לימוד התורה וקיום המצוות, וואס דאס האט מען דאס געזען בפשטות אין די חיים פון דעם בעל ההילולא, פון דעם טאטן, וואס אן ענין איז געווען, אז אפילו וויסנדיק, און ס'איז געווען מפורסם בכל המדינה, ווי ס'איז דער יחס פון דער ממשלה בשנים ההם צו רבנים,

5מזהיר זיין, מאכן הכרזות, אז זיי האלטן מיט דער ממשלה, און מ'דארף פאלגן די ממשלה, און מ'דארף טאן כל הפקוזות שלהם וכו האט ער געטאן פונקט ווי ס'דארף טאן א רב אין שנים כתיקונם, וואס דער ענין פון א רב איז דאך יורה משפטיך ליעקב וצוטתך לישראל על דרך ווי ס'איז געווען בתוך השבטי שבטים עצמם, איז דאך דאס געווען דער ענין פון שבט לוי, וואס דערפאר איז דאך דאס אין חלק הברכה פון די שבטים, אף על פי וואס דערנאך איז דאך געווען דער ענין וואס מ'האט כולל געווען און ממשיך געווען צו יעדער שבט די ברכות פון אלע שבטים, איז דאך אבער בעיקר און בהתחלה ולכל לראש, געווען דער חלק אין די ברכות אין וועלכע ס'הויבט זיך אן ללוי אמר אדער כיוצא בזה ס'איז דאך אין ביידע ענינים דא, אין ביידע איז סיי בנוגע אין פרשה ויחי, וואס דארטן רעדט זיך דאך וועגן ויחי יעקב בארץ מצרים, און מ'טייטשט דאס אפ, אז וואו האט מען געזען דעם אמת'ן ענין פון מחי'יעקב? האט מען דאס ניט אזוי געזען בשעת ער איז געווען אין ארץ ישראל, ווארום מאי קא משמע לן,

6און וואו איז דאס דער ענין פון מסירת-נפש, ובפרט נאך אז וישב יעקב ברץ מגורי אביו, וואס דאס איז דאך יצחק, ווי יצחק איז דאך געווען אן עולה תמימה, וואס אפילו דער מלך פלישתין האט אים אויך נאכגעגעבן, און געגאנגען צו אים מיט בזוכן, און האט אים אפגעגעבן כבוד, וואו האט מען געזען בשעת דער ענין פון מסירת-נפש? איז דאס געווען דוקא ווען יעקב איז געקומען אין ארץ מצרים, און האט געדארפט באווארענען, ווי ס'שטייט ווי רש'ברענגט אויך אראפ, אז וואס האט יעקב געדארפט באווארענען? אז די מצבים זיינען געווען אין אזא מעמד ומצב, און די גאנצע לאנד, און זיי זיינען געווען א מושל דכיפה בכל העולם כולו, בזמן ההוא האט זיך געפירט ווי מלכות פרעה, ווי פרעה מלך מצרים, האט געוואלט, און ווי די מצריים האבן דאס דערנאך ממשיך געווען האט מען געדארפט באווארענען, ווארום לולי זאת איז דאס איז געווען דער ענין פון מצרים, אז ניט נאר זיי האבן עובר געווען אויף כמה ענינים, ווי רש'ברענגט אראפ, אז כמעשה ארץ מצרים ווארום זיי זיינען געווען מקולקלים באומות, איז נאכמערער געווען, אפילו די ענינים וואס כמה אומות האבן דאס

7אנגענומען אויף זיך, וואס דאס איז דער ענין פון עבודת השם, און ס'איז דאך ידוע די דעות בזה, צי א בן-נח איז מחוייב אויף שיתוף צי ניט, אבער בא זיי איז געווען דער ענין, אז ניט נאר ס'האט געווען דער ענין פון שיתוף, נאר זיי האבן שולל-געווען דעם ענין, אז דער אויבערשטער איז אויך אן אלקה כביכול, עד כדי כך, אז יעקב האט געדארפט באווארענען, ער האט דאך געקענ זאגן, אז ער געהערט צו דעם אויבערשטן, און זיי פאלגן דאך דעם אויבערשטן איז דערפון גופא א הוכחה, אז ער איז געווען זיכער, עד כדי כך, אז צוליב דערויף האט ער מטריח געווען א מלך וואס ס'דארף זיין א מחוייב בכבוד המלכות, עד כדי כך אז מ'געפינט זיך ביי יעקב'ן אליין, אז אף על פי וואס יוסף איז געווען זיינער א זון, איז וישתחו אל המטה כדי אפצוגעבן כבוד, וויבאלד אז יוסף איז געווען דער משנה למלך, ועד כדי כך אז בלעדך לא יראו מיש את ידו ואת רגלו, בדוגמא פון א מלך אליין, וואס דערפאר האט מען דאך אים אנגערופן יוסף'ן בשם אברוך וואס רוך איז דאך פארבונדן מיטן ענין פון א מלכות, און אב איז אויך פארבונדן מיטן ענין פון אב, וואס דער מלך איז דאך, ווי

8רמב",ם ברענגט אראפ אין הלכות מלכים, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק פון דעם לשון דארטן, אז דאס איז ניט דוקא ביי א מלך ישראל נאך דאס געהערט צום ענין המלכות, אז א מלך איז לב כל העם און דער אף פון כל העם, וואס דערפאר דארף ער זיי פארזארגן מיט כל צרכיהם אשר יוציאם ואשר יביאם, און ווי גערעדט בארוכה אין די שנים שלפני זה, אז אף על פי כן האט זיך יעקב אויף דערויף ניט געקענט פארלאזן, דערפאר וואס מצרים זיינען געווען מקולקלים ומכל האומות, במילא האט געווען ביי אים א זיכערע זאך, אז ער דארף זיך ניט רעכענען מיט כבודו וטרחתו פון מלך, וואס עד כדי כך אז דאס איז דאך אויך געווען פארבונדן מיט באקומען רשות בא פרעה מלך מצרים, און ווי רש י דערציילט ברענגט אויך אראפ. וואס דאס איז דאך געווען פארשידענע שוועריקייטן בזה, וואס דורך דערויף האט יוסף געדארפט גיין בעטן א טובה בא פרעה מלך מצרים, האט דאך יעקב דערמיט ניט געקענט רעכענען, וויבאלד ער האט געדארפט באווארענען שלא יעשוהו עבודה זרה, וכמדובר כמה פעמים בארוכה. וואס דאס איז אויך פארבונדן אויך מיט מאן מלכי רבנן, ווי דערמאנט פריער, אז בפרט

9ווען ס'רעדט זיך א צדיק פון א צדיק יסוד עולם, און וואס בעירה איז געווען אין מאן מלכי רבנן בפשטות, ועד כדי כך, אז בשעת מ'האט געדארפט ארויסבאקומען דארטן ס'זאל זיין מעל אויף פסח, איז ער געגאנגען אנטקעגן דער מלוכה, וואס דעמאלט איז דאך יעדער ענין של הפסק, מפסיס זיין די מלוכה פון יענער מדינה בשנים ההם, האט דאך דאס גערעכנט א קאנטער, אז דאס איז אנטקעגן דער מעמד ומצב המלוכה, במילא איז דאך אחת דינו, און האט דאס געטאן בפרהסיא, און האט מודיע געווען אז ער וועט ניט לאזן אז ס'זאל זיין נעל וואס איז ניט מיטן גאנצן הכשר שלו, לויט זיינע משגיחים דוקא, און דוקא אזוינע משגיחים וואס זיינען ניט נתפעל געווארן פאר די רדיפות, און האבן דורכגעפירט זיין ציווי, וכידוע מסופר אין דברי הימים פון דברי ימי חייו, און ווי אויך גערעדט אין די התוועדות שלפני זה. וואס דאס איז אויך אויף אומקערן זיך צו דער פרשה פון יום זה, וואס דאס איז פון רביעי ביז חמישי, און וואס דארטן רעדט זיך וועגן דעם ענין פון לוי, און איז גלייך מבאר, אז דאס איז עד היום הזה,

10וואס דאס איז דאך מתאים צו דעם פירוש הרמב״ם אלס הלכות בספרו הלכות הלכות, אז לא שבט לוי בעלבד נאר כל אחד ואחד אשר נדבה לבו, און ער זאגט הוי'הן חלקי אתה חסי ותומך גורלי וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט מסירת-נפש, וואס דאס האט מען דאך געזען בא דעם בעל ההילולא, בא דעם טאטן, האט מען דאך דאס געזען די מסירת-נפש בפועל, אז ער איז געגאנגען אנטקעגן דער מלוכה, און וואס נאכמערער, ס'שטייט דאך אין ספרים, אז גלות איז נאך בכמה ענינים ניט נאר ווי די עיני שמיתא, נאך שטארקער פון עיני שמיתא, און וויסנדיק אז ס'איז אן ענין פון גלות, האט ער אפילו זייענדיק אין גלות דארט אויך עוסק-געווען כמה ענינים אין הפצת היהדות, אפילו די בני-נח, וואס האבן זיך צו אים געווענדעט מצד חכמתו און ידיעתו אויך אין הוי'ת העולם, האבן זיי ביי אים אויך געפרעגט עצות בהנוגע לעניניהם, האט ער מיט זיי אויך גערעדט און האט אויף זיי אויך גע'פועל'ט, אז זיי זאלן מקיים-זיין די שבע מצוות דידו אויף וויפל זיי האבן זיך נאר געלאזן און האט דאס דורכגעפירט בפועל.

11וכמדובר כמה פעמים.

12אדער אין די קהילות וואס מ'דוכנט על כל פנים בשבתות, וואס אט דעמאלט איז אויך דא דער ענין פון נטילת כידי הכהנים על ידי שבט לוי איז ניכר אז ער געהערט און אויסגעטיילט פון כל העם כולו, משא'כן בא רוב מנין ורוב בנין פון אידן, בפרט פון די וואס געפינען זיך אין חוץ-לארץ, וואס דאס איז דאך אויך דער ארט וואו ס'געפינט זיך נשיא דורנו דער רבי דער שווער, וכמדובר כמה פעמים, און אויך וואו ס'געפינט זיך אויך דער בית החיים און דער ארט פון דעם פאטער זיינער, וואו זי געפינט זיך אויך די בית החיים פון די זיידע זיינע, וכמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך וואס מ'לערנט אפ ווי יעדער ענין דארף מען דאך ארויסנעמען אן ענין של פועל, מען ארויס פון דעם חלק הסדרה, ובפרט לויט דעם ענין פון רביעי ביז חמישי, אז מ'דארף וויסן, אז די ענינים פון שבט לוי, און ווי דערציילט און גערעדט וועגן זיי אין כמה פסוקים אין דעם חלק הסדרה עצמה, אז זייער ענין איז, אז זיי דארפן משמש-זיין די ענינים אין בית-המקדש, און דארפן משמש-זיין אויך

13אידן, ווי אליו ואשרתוך אויך שבט לוי וכהנים, אבער אויך אידן אויך, וואס דערפאר איז דאך אויך דער שבט לוי געטאן כמה ענינים, ובפרט נאך דבת נדבה לבו, אויף צו זיין ווי שבט לוי, איז אט דעמאלט איז דאך זיין ענין הפצת התורה והיהדות, וכמוזכר לעיל, וואס דאס איז דאך אויך וואס ער ווייס און פארשטייט און דער עיקר, המעשה הוא העיקר, ער פילט דאס דורך בפועל, פארנעמט זיך מיט הפצת היהדות, לימוד התורה וקיום מצוותי ביז אין אן אופן פון מסירת-נפש, וואס דאס איז דאך געווען דער ענין פון שבט לבו, האט זיך אינגאנצן מותר נפשו געווען אויף דער עבודה אין משכן, און דערנאך אין בית המקדש ראשון, און דערנאך אין בית המקדש שני, און אזוי אויך אין תקופה ראשונה, אין בית-המקדש שלישי, ס'איז דאך דא די דעות וואס לעתיד לבוא, אז די כהנים וועלן זיין לויים, און אויך די דעה, אז וויבאלד אז כל הענינים וועלן נסתקן ווערן לעתיד לבוא, האט דאך אן ארט אויך צו זאגן, אז דער תיקון וועט אויך נסתקן ווערן דער ענין אז בכורים וועלן זיך אומקערן למעמדם ומצבם, אז די עבודה איז געווען דוקא

14י בכורים ווי ס'איז געווען קודם החטא, און דערפאר אויסגעקליבן שבט לבו, דערפאר וואס זיי האבן ניט געהאט צו שייכות צום חטא העגל, וויבאלד אז לעתיד לבוא טאר ניט בלייבן קיין ראשון פון חטא העגל איז דאך לכאורה על פי זה פארשטאנדיק, אז בכורים דארף מען זיך צוריק אומקערן און ווערן עובדים עבודת הוי אין בית המקדש השלישי, וואס אף על פי וואס ס'שטייט דאך בפירוש בימין כתבי האריז ל, אז בימין ההם, איז לכהנים הלויים וועלן זיין די כהנים במקום הלויים, און ניט שאר שבטי ישראל, אפילו ניט שבט לוי, איז דאך יש לא איים בזה און צרכיים בזה, און מ'ווייס נאך ניט וואס די מסקנא איז, בפרט נאך אז ס'איז ניט נוגע איצטער, דערוויילע האלט מען דאך נאך א רגע פאר ביאת משיח, ובפרט נאך פון קופה שני פון ביאת משיח, במילא גייט דאך אן די עבודה קודם ביאת משיח, דוקא על ידי כהנים בעבודתם ועל ידי לויים בדוכנם וישראל במעמדם, און ערשט דערנאך וועט ווערן די שאלה ווי אזוי ס'דארף דערנאך זיין צי לויים אדער כהנים בלייבן, צי ס'קערן זיך אום צוריק בחורים, ואין כאן המקום להאריך.

15וואס דאס איז אויך וואס אין דעם חלק פון רביעי איז דאך א חלק עיקרי אין פרשת השבוע, ווארום אזוי איז דאך דא פרשת השבוע ווערט דאך געטיילט אין שבעה חלקים, כמוספר לעיל, איז דער חלק האמצעי, בדוגמא פון דעם קו האמצעי, וואס דאס איז דער עיקר פון אלע קוים, איז דא די שלשה שלפני רביעי, און דערנאך די שלשה שלאחרי רביעי, און דער רביעי איז באמצע, וואס דערפאר זעט מען דאך אויך, אז בשעת ס'איז דא שתי פרשיות מחוברות, איז וואס איז זיי מחבר? איז זיי מחבר די עלי'וואס מ'איז זכורה לרביעי, און ער איז עולה מלמצה למעלה, און איז מחבר די סדרה ראשונה, מיט די סדרה שני דורך דעם רביעי שבאמצע. וואס יש לקשרי זה אויך מיט די גאולה הרביעית, און מיט די אלע לשונות של גאולה, און מיט כמה ענינים טובים פון רביעי, כולל אויך דעם ענין פון רביעי בעולמות, וואס דאס איז דאך דער עולם האצילות, וכמדובר כמה פעמים, ואין כאן המקום להאריך בזה.

16איז אויך אט דאס וואס מ'נעמט פון דער סדרה, אט דאס וואס דער בעל ההילולא האט זיך מוסר-נפש געווען אויף מפיץ זיין לימוד תורה שבכתב און לימוד תורה שבעל-פה, און ווי דערמאנט פריער אפילו בנוגע צו שבע מצוות בני מוח, צו די גויים וואס זיי זיינען געווען בסביבתו און זיי האבן מיט אים פארבונדן זיך, האט ער דאס אויסגענוצט אויף בא זיי פועל זיין אין ענינים פון די שבע מצוות, און האט דאס דורכגעפירט בפועל וואס המעשה הוא העיקר, וכמדובר כמה פעמים. וואס דאס ווערט אויך על דרך ווי ס'איז געווען בחיים חיותו בעלמא דין, איז דאך געווען זיין שליחות בעולם, ווי ער האט דאס באטראכט, און ווי דערמאנט כמה פעמים, אויף צושטעלן כשר'ע מעלט אויף פסח, וואס דערמיט ווערט דערנאך די מזונות פון כל השנה כולה בתכלית הכשרות, ווען מ'פירט אויס דער תכלית הכשרות בהנוגע צו קמחא דפתחא, ביז וואנענט אז ביי אים איז דאך דאס געווען פארבונדן אויף באקומען דעם רשיון מיט מסירת-נפש, פארן אין עיר הבירה שבימים ההם, און פון דארטן ברענגען א רשיון, וואס לויט דעם רשיון האט מען באקומען די מעגלעכקייט אז ס'זאל

17זיין קמחא דפתחא מיט זיינעם א הכשר, וואס דערנאך האט מען דאך ווי ס'איז געווען דעמאלט דער סדר, אז כמה שכרים וואס האבן געהאנדלט מיט קמחא דפתחא וואס דאס איז דאך געווען אין אידישע הענט, פלעגן קומען צו פארן און נעמען דעם כמר פון די בתי תחינה, פון די ערטער וואו מ'האט געמאלט די חטים וואס ס'איז געווען תחת השגחתו, און דערנאך האט מען דאס פאנאנדערגעשיקט בכל המדינה כולה, וואס דעמאלט איז דאך געווען במדינה ההוא דער רוב מנין ורוב בנין פון בני ישראל, וכמדובר כמה פעמים די אריכות בדבר זה. און ויהי רצון, אז על דרך ווי דערמאנט פריער, אז זיין תשוקה איז דאך געווען לאפיץ היהדות אנהויבנדיק פון קהילה שלו, אנהויבנדיק פון אידן, אנשים ונשים און טף, ועד כדי מסירת-נפש, וכמדובר כמה פעמים, בשעת ער וועט זען פון דעם ארט וואו ער געפינט זיך, ווי אזוי מ'נוצט אויס אט דעם טאג, און די אלע וואס הערן ווערן אט דעם טאג, נעמט אויף זיך יעדערער א שליחות ברוחו,

18י, ובע דרך זה אין מעין מסירת-נפש שלו, אויף מפיץ זיין תורה ויהדות, ביז אין אן אופן פועל זיין ביי א אידן, אז יעדער אנשים נשים וטף זאלן זיין אין א דוגמא פון נדבה לבו, וואס דאס איז דאך אויך דער טף פון שבט לוי, איז דאך בא זיי אויך געווען דער זעלבער ענין בנוגע צו שייכות צו שבט לוי, נאך ווי מ'געפינט זיך אין חומש, אז מ'האט דעם טף געציילט ניט פון עשרים שנה, אפילו ניט פון יג'שנה, נאר אויך געציילט גלייך ווי יצאה מכלל נופל, האט דאס שוין געווען א מנוי אין דעם ענין פון שבט לוי, און דאס ווערט דערנאך א לימוד בנוגע צו חינוך, ווי אזוי א איד דארף מחנך זיין זיינע קינדער, פון קינדרייסו ווען זיי זיינען נאך גאר טף, נאך קטנים שבקטנים דארף אזוי ניט קוקנדיק צי ער איז א כהן צי ער איז א לוי צי ער געהערט צו איינעם פון די שת שבטים אדער הגיר אשר בקרבך איז וויבאלד אז ער האט א חלק אלוקה ממעל ממש, און מאכט דערפון דעם עיקר, איז ער אויך מוסר נפש פון זיינע קינדער על ידי חינוך

19במתוך מסירת נפש שלו, אז די קינדער זאלן וויסן אז זיי האדעווען זיך, און זייער שליחות בעולם איז אויף באווייזן א לעבעדיקן ביישפיל פון דער אייגענער הנהגה, אז זיי פירן זיך און גרייטן זיך צו דעם בנין בית המקדש השלישי, במילא גרייטן זיך דורך ענינים פון צדקה וכיוצא בזה, כדי צו ממהר-זיין דעם בנין מקדש אדנ'כוננו ידיך און בשעת מ'באווייזט א לעבעדיקן ביישפיל באמת'ע לעבעדיקייט איז דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב ופועלים פעולתם על אחת כמה וכמה א זייער פעולה אויף אנדערע אידישע קינדער, אז זיי זאלן זען פון זען פון זייער לעבעדיקן ביישפיל, ווי אזוי א אידישער קינד דארף זיך פירן גלייך פון קינדווייז אויף, מיט יש יצא מכלל מפלים, און געווארן אלט על כל פנים שלשים יום, און ווי דער דין איז, אז מ'דארף גאר ניט האבן קיין שלשים יום, אז אויב ער איז געבארן געווארן לט'חדשים, און איז געבארן געווארן מיט די שער וציפרניים שלו, זיינע בשלימות, איז ער גלייך יצא מחזקת נופל, און ווערט גלייך א בן קייבא.

20וואס דאס איז אויך דער קיום פון יעדער אידיש קינד בימינו אלו במיוחד, וואס דאס איז דאך דער דור וואס ס'איז בקרוב ממש מקבל-זיין פני משיח צדקנו, און משה ואהרן עמהם, און לוים בדוכנם, צוזאמען מיט כהנים בעבודתם, צוזאמען מיט ישראל במעמדם, און מ'גרייסט זיך דערצו, בפרט נאך אז יעדערער פון אייך וועט נעמען אויף זיך אויך פון די וגרים שבכאן, א שליחות אויף צדקה, וואס צדקה איז ממהרהת די ביאת די גאולה, ביז ביאת משיח צדקנו, עד כדי כך אז דאס קומט מיט א מהירות, אד מהרה ירוץ דברו ולא עיקבן אפילו כהרף עין, און תיכף ומיד זאגט מען, אז אהינו זה בה קומט די גאולה האמיתית והשלימה על ידי דוד, מלך ישראל, און ס'קומט גלייך דער משה ואהרן עמהם, און מ'ווערט גלייך אים ענני שמיא תיכף ומיד בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו, ועל ידי הסתקה וואס מ'וועט מאכן יעדערן פאר א שליח פון די וואס געפינען זיך דא. ויהי רצון, אז די אלע וואס הערן זאלן דאס אויך אזוי טאן, יעדערער במקומו הוא, מוסיף זיין על נתינת

21דקא הרגילה נאכמערער, און דער עיקר זען אז א צווייטער זאל אויך אזוי טאן. און דער גאולה האמיתית והשלימה קומט דאך אין אן אופן פון שלימות, אז אלע אידן און יעדער איד גייט ארויס פון גלות זה, און גייט ארויס מיט א גוף בריא אז דער גוף ווערט גלייך א גוף בריא, צוזאמען מיט א נשמה בריאה. און דאס איז אויך פועל נאך בשעת מ'געפינט זיך נאך אין גלות. ועוד והוא עיקר, אז תיכף ומיד לאחרי זה, האט מען גלייך די רגע פון דער גאולה האמיתית, און אויך בשלימות, אז מ'ווערט איבערגעטראגן אין ענני שמיא, בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו, לארצנו הקדושה, און דארטן ירושלים עיר הקודש, ובהר הקודש, ובבית המקדש, ובקודש הקדשים, און ווי דער חלק פון דער סדרה פון היינטיקן טאג, וואס דארטן רעדט זיך דאך פון בצל לך לוחות דארפן זיין כלוחות הראשונים דוקא, רעדט ער אין דעם חלק פון דער סדרה סיי פון לוחות הראשונות בשלימותם,

22און סיי פון לוחות אחרונות בשלימותם, און סיי די שברי לוחות, בדוגמא פון עבודת פון א בעל תשובה, האט מען אויך דעם ארון עץ וועגן וועלכן ס'ווערט דערציילט אים אין חלק הסדרה, האט מען דאך דא די אלע ענינים, לוחות ראשונות און לוחות אחרונות און שברי לוחות, און אויך די ספר תורה בא רון און שמצד הא רון, ווי די ביידע דיעות, ועוד והוא העיקר, אז מ'האט דאס גלייך תיכף ומיד אין ענני שמיא, בארצנו הקדושה, בירושלים עיר הקודש ובהר הקודש, במקדש אדנ'כוננו ידיך, ביז אין קודש הקדשים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions