Paragraph
Paragraph rh-w7eh3fvg
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-a1jkfder
- order
- tn
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וועט דאס מוסיף-זיין נאכמערער אין אידישקייט, וועט דאס אויך מוסיף-זיין אין פארשפרייטן נאכמערער ליכטיקייט אין דער וועלט, וואס דעמאלט וועט דאס אויך ברענגען בקרוב ממש די אמת'ע ליכטיקייט פון דער גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, און מ'וועט פארענדיקן אויך דעם חודש אדר ביי וועלכן מ'האט דאך היינטיקן יאר צוויי אדר'ס, א שנה מעוברת, און מ'האלט שוין ביי דעם ענדע פון אדר שני, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט דעם נס פון פורים, וואס דעמאלט זיינען דאך אויך אידן געווען מפוזר ומפורד בין העמים, צוזאמען דערמיט האבן זיי זיך אלע צוזאמענגעקליגן ווי איין אחד, און זיי ווערן אלע גערופן יהודים דערפאר וואס זיי נעמען אויף זיך מקיים זיין אלע זאכן פארבונדן מיט אידישקייט, גלייך דער מסמך גאולה לגאולה דעם נס פון פורים צו דעם נס פון פסח וועגן וועלכן מ'הויבט אן טראכטן און גרייטן זיך דערצו דורך גרייטן אויך אין נייער טעטיקייט, אין דער טעטיקייט פון מאות-חיטים, וואס הויבט זיך אן דרייסיק טעג פאר פסח, גלייך אין פורים, און אויך הלוך ומוסיף אלץ מערער און מערער, און דער אויבערשטער זעט, אז מ'האט מחליט געווען און מ'האט שוין אנגעהויבן טאן אין דעם, היילט דאס נאכמערער צו, אז ער איז אויך מזרז זיין הבטחה, און בעיקר די הבטחה עיקרית, אז ער נעמט ארויס יעדערן פון אונז פון אלעמען צוזאמען, בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו, בגאולה האמיתית והשלימה, תיכף ומיד ממש, נאך אין סוף פון חודש אדער שני פון די שנה מעוברת, און מ'קומט דערנאך צו דעם שבת לאחרי זה, און מ'קומט דערנאך דער חודש ניסן שוין זייענדיק אדער אין ארץ הקודש. און ס'ווערט אויך ווי די גמרא זאגט אז ניסן דער ווארט און דער נאמען אליין איז מרמז, אז דער אויבערשטער באגנוגנט זיך ניט דערמיט וואס ער טוט ניסים אידן,
- proofread
- 0