עברית
Library

סעודת י"ג תמוז תרצ"א

260

יעדער וואָרט וואָס מען האָט געהערט פון אַ חסיד האָט מען עס געלערנט, געחזרט, אַריין גענומען אין קאָפּ און אין האַרצן, אַז מען האָט געקוקט אויף דעם רבי'ן איז דאָס ביי זיך געווען ווי גילוי שכינה, און אַז מען האָט געהערט אַ תורה פון רבי'ן (ניט מער ווי איין מאָל אין חדש, די איבעריקע מאָל האָט מען ניט אַריינגעלאָזן), האָט מען געחזרט פופציק זעכציק מאָל אַז איינער איז געווען אויף יחידות איז מען געווען בתשוקה גדולה וויסן וואָס דער רבי האָט אים געזאָגט.

אַמאָל איז געזעסן ר' הלל פאַריטשעריז, ר' זלמן זעזמעריח און ר' פסח מאלאסטאווקעריט און מען האָט פאַרבראַכט, מען האָט זיך געטראָפן אין ליובאוויטש אומגעריכטערהייט, האָט מען זיך געפרייט איינער מיט דעם אַנדערן באהבה וידידות נפלאה, דערוויילע איז אַריין געגאַנגען ר' אייזיק האָמליערכ איז געוואָרן די שמחה גרעסער, און מען האָט זייער גוט פאַרבראַכט.

כידוע איז ר' זלמן געווען אַ משכיל נפלא און אַ גרויסער עמקן, פלעגט ריידן זייער קורץ און זייער טיף (דער אלטער רבי האָט געזאָגט, זלמנ'ס אַ וואָרט מעג מען לערנען. הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע באחד המאמרים מביא בשמוכא, גולל אור מפני חשך וחשך מפני אורכב, גולל אור שלפני הצמצום, מפני חשך הצמצום וחשך הצמצום מפני שיתגלה אור העצמיכג), און ער האָט געמאַכט ר' הלל פאַריטשער פאַר אַ חסיד.

ר' פסח איז געווען אַ גרויסער עובד און אַ בעל מדות תרומיות, בעת דעם פאַרברענגען האָט זיך ר' פסח מאלאסטאווקער שטאַרק צו וואַרעמט און האָט אַרום גענומען ר' זלמן זעזמער און האָט אים האַרציק געקושט און האָט זיך שטאַרק צו וויינט. ואמר זלמן, זלמינקע, אַך ווען דיין האַרץ וואָלט געווען אַ כלי אמיתית צו דיין קאָפּ וואָלט געווען באופן אחר לגמרי, וואָס פאַר אַ רחמנות אויף דיר איז. האָט ר' הלל פאריטשער געזאָגט אַז ער איז נתפעל געוואָרן פון ר' זלמן זעזמערס מדת חסידות און ר' פסח מאלאס­טאווקער'ס מדת האמת.

זיי אַלע דריי, ר' זלמן, ר' הלל און ר' פסח זיינען געווען שטאַרק פאַרמאַטערט פון דעם פאַרברענגען און האָבן אָנגעהויבן איינצושלאָפן, ר' אייזיק איז דאָך געקומען שפעטער איז ער נאָך געווען בכח פאַרברענגען, ר' אייזיק איז דאָך געווען אַ בעל חושים וכשרונות

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-w6j8beq6

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources