English
ספרייה
kind
paragraph
order
F
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
נאמען פון דעם חודש איז זאל זיין מנחם אף, פריער מנחם און דערנאך אף. ועד כדי כך, אז ס'איז דא א מציאות, אז ס'זאל אנגערופן ווערן מנחם אליין, ווי געבראכט אין פוסקים, ביז די הלכה בפועל, אז ס'איז דא מקומות, ס'איז געווען זמנים וואס מ'האט דאס גערופן בשם מנחם אליין, און דאס איז געווען דער שם פון כל החודש כולו, אנהויבנדיק פון מברכין החודש, און דערנאך על-אחת-כמה-וכמה פון ראש-חודש וכו.' תורה האט זיך ניט געביטן וואס אין תורה ווערט דאס תרגום יונתן ווערט דאס אנגערופן בשם אב אליין, דערנאך אבער האט אויפגעטאן, עבודת ישראל מעשינו ועבודתינו איז דאס געווען געווארן אין אזא מין אופן אז ס'איז געווארן מנחם אב, אדער ביז אז ס'איז געבליבן מערניט ווי מנחם אליין, אבער אין מנחם אליין איז דער אב ניט ממעט חס ושלום, נאר פארקערט, ער איז נאך מוסיף, וואס דא זאגט מען כרחם אב על בנים ברענגט מען דאך די דוגמא דוקא כרחם אב, דערפאר וואס דאס איז רחמים הכי גדולים, על דרך זה אויך בשעת מ'זאגט מנחם אב איז דאס נאך מערער ווי מנחם בפני עצמים, וואס דערפאר איז דאך דאס דער מנהג הפשוט, אז ס'ווערט אנגערופן בשם מנחם אב, ניט מנחם אליין.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים