Paragraph
Paragraph rh-w1nj0r6f
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-xpx3xjfg
- order
- C
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דאס וואס מ'האט בגלוי. אין תורה שבעל-פה איז דאס שלא בערך מערער עלמות אין מספר, שלא בערך לגבי די הלכות און די ענינים ווי זיי שטייען אין תורה שבכתב, על דרך זה אויך אין תורה שבעל-פה עצמה איז דאך אויך דא שלבים שלבים ווי תורה שבעל-פה האט זיך געענדיקט בזמן המשנה און דערנאך ווי ס'איז דער סיום פון תורה שבעל-פה אין זמן הגמרא פון רביב מיט רבינא, און דערנאך אויך ווי ס'איז געווען בזמן הגאונים, וואס איז אויך געווען דערנאך דער סיום, וואס נאך די גאונים איז זיך ניט שייך אויף זיי צו אפקריגן, בפרט נאך אויף ווי ס'שטייט דאך אין ספרים, אז גאון איז בגימטריא ששים דערפאר וואס בא זיי איז דא געווען די בקיאות אין די אלע ענינים וואס שטייט אין די ששה מסכתות, צוזאמען מיט די זאכן וואס מ'לערנט אפ דערמיט, וכמדובר כמה פעמים, על דרך זה זעט מען אויך אין דער רמב,"ם, אז ס'איז לגבי די גאונים, וואס אף על פי וואס דעמאלט האט זיך שוין געענדיקט, און דערנאך איז געווארן ווייטע חלוקות, ווי דער רמב,"ם אליין שרייבט אין דער הקדמה, אז נאך דערויף ווי ס'איז געווען דער סיום השס איז געווען ווא� אידן זיינען נתפזר געווארן בכמה ארצות, במילא איז געווארן שוועריקייטן אויף ארויסבאקומען א הלכה פסוקה מצד די פלוגתות און חילוקי מנהגים וכיוצא בזה, און ער האט דאס אויסגעגליכן בימיו, זעט מען אויך על דרך זה דערנאך מחיל אל חיל, ווי ס'איז דאך דא די פוסקים בכל דור, ביז בדורנו די פסקי דינים פון דעם אלטן רבי'ס שולחן ערוך וואס איז אנגענומען געווארן בכלל ישראל, ביז וואנענט ער ווערט אנגערופן שולחן ערוך הרב, וואס דאס איז כולל אין זיך די שולחן-ערוך פון בית-יוסף, די הלכות וועגן וועלכע ס'איז געבליבן דערגאנגען צו אונז פון דעם אלטן רבי'ס שולחן ערוך על כל פנים, און על דרך זה אויך אין די הלכות שלפני זה, וואס דערפאר איז דאך אויך
- proofread
- 0