עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

9 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1דער רמב״ם שרייבט דאך אין דער הקדמה לספרו, וואס היינט איז דאך זיין יום הילולא פון דעם רמב״ם'ס, אז דאס איז בדוגמא אז בשעת מ'לערנט חמשה חומשי תורה און דערנאך גייט מען אריבער און מ'לערנט דעם ספר הרמב״ם, איז דאס א משנה תורה פון די ענינים וואס דאס איז כולל אין זיך כל התורה כולה, כל הלכות וואס אין דער גאנץ ספר וואס איז אין גאנץ תורה, סיי תורה שבכתב און סיי תורה שבעל פה, וואס דארטן שטייען זיי בגלוי, וואס דאס איז דאך א נפלא'דיקע זאך, אז אזוי זאגט ער דאך, אז דאס איז משנה תורה, בדוגמא ווי אין משנה תורה, בפשטות, איז דאך דא מערער ומחידושים, ביז חדשים ממש, לגבי די ענינים פון די ד' פון די ד' פון חמשה חומשי תורה, על דרך זה אויך, און נאך ביתר שאת וביתר עוז, איז דא אין ספר משנה תורה פון דעם רמב,"ם מערער שלא בערך וויפל ס'איז דא אין חמשה חומשי תורה צוזאמען מיטן פינפטן ספר פון משה רבינו, אפילו ווי ס'איז דא מערער וויפל ס'איז דא אין תורה שבעל-פה, ווי זי איז אין ששת סדרי משנה, ווי ער שרייבט אליין אין דער הקדמה, אז ער האט אריינגענומען אין זיין ספר האט ער ארויסגעקליבן די הלכות פסוקות די וואס שטייען אין תורה שבכתב און אין תורה שבעל-פה, אין די ששת ספרי משנה, און אויך וואס שטייט אין גמרא, וואס אויך וואס שטייט אין די שפעטערדיקע ספרים, ניט נאר אין די פריערדיקע ספרים פון ברייתא און מכילתא וכיוצא בזה, נאר אויך אין די שפעטערדיקע ספרים פון די גיונים און פאר דערויף פון די הלכות גדולות וכו כמדובר כמה פעמים בארוכה. וואס דאס קומט על פי זה אויס, אז אין משנה תורה פון דעם רמב", איז שלא בערך מערער על דרך ווי דאס

2דאס וואס מ'האט בגלוי. אין תורה שבעל-פה איז דאס שלא בערך מערער עלמות אין מספר, שלא בערך לגבי די הלכות און די ענינים ווי זיי שטייען אין תורה שבכתב, על דרך זה אויך אין תורה שבעל-פה עצמה איז דאך אויך דא שלבים שלבים ווי תורה שבעל-פה האט זיך געענדיקט בזמן המשנה און דערנאך ווי ס'איז דער סיום פון תורה שבעל-פה אין זמן הגמרא פון רביב מיט רבינא, און דערנאך אויך ווי ס'איז געווען בזמן הגאונים, וואס איז אויך געווען דערנאך דער סיום, וואס נאך די גאונים איז זיך ניט שייך אויף זיי צו אפקריגן, בפרט נאך אויף ווי ס'שטייט דאך אין ספרים, אז גאון איז בגימטריא ששים דערפאר וואס בא זיי איז דא געווען די בקיאות אין די אלע ענינים וואס שטייט אין די ששה מסכתות, צוזאמען מיט די זאכן וואס מ'לערנט אפ דערמיט, וכמדובר כמה פעמים, על דרך זה זעט מען אויך אין דער רמב,"ם, אז ס'איז לגבי די גאונים, וואס אף על פי וואס דעמאלט האט זיך שוין געענדיקט, און דערנאך איז געווארן ווייטע חלוקות, ווי דער רמב,"ם אליין שרייבט אין דער הקדמה, אז נאך דערויף ווי ס'איז געווען דער סיום השס איז געווען ווא� אידן זיינען נתפזר געווארן בכמה ארצות, במילא איז געווארן שוועריקייטן אויף ארויסבאקומען א הלכה פסוקה מצד די פלוגתות און חילוקי מנהגים וכיוצא בזה, און ער האט דאס אויסגעגליכן בימיו, זעט מען אויך על דרך זה דערנאך מחיל אל חיל, ווי ס'איז דאך דא די פוסקים בכל דור, ביז בדורנו די פסקי דינים פון דעם אלטן רבי'ס שולחן ערוך וואס איז אנגענומען געווארן בכלל ישראל, ביז וואנענט ער ווערט אנגערופן שולחן ערוך הרב, וואס דאס איז כולל אין זיך די שולחן-ערוך פון בית-יוסף, די הלכות וועגן וועלכע ס'איז געבליבן דערגאנגען צו אונז פון דעם אלטן רבי'ס שולחן ערוך על כל פנים, און על דרך זה אויך אין די הלכות שלפני זה, וואס דערפאר איז דאך אויך

3על דרך ווי מ'זאגט בנוגע צו תורה שבכתב, אז מ'מאכט א סעודה, אז מ'מאכט לגמרה של תורה מאכט מען אן ענין של שמחה, וואס דאס איז סיום פון דער קריאה בתורה שבכתב, און דערנאך זאגט ער אויף, דער אלטער רבי ברענגט אראפ פון כתבי האריז ל, פון כמה מקומות בסידורו השוה לכל נפש, אז בשעת מ'קומט אין אן ארט, וואס אף על פי וואס ער האט שוין געפראוועט די שמחה פון גמרא של תורה בנוגע צו חמשה חומשי תורה בשמחת תורה, איז דארף ער נאכאמאל ישמח ימהם און אזוי איז דער מנהג, אין וויפל ערטער דאס זאל ניט קומען, במילא דארף ער נאכאמאל טאן און טאן דאס מעצמו מובן, וויבאלד אז דאס איז פארבונדן מיט תורה, וואס תורה זו לא תורה מוחלפת, און מ'זאגט אפילו אז ס'דארף זיין בכל יום יהיו בעיניך חדשים, על אחת כמה וכמה אין סיום התורה, במילא מיינט מען דאך אויך די סיום פון תורה שבכתב, אויך מיטן גאנצן שטורעם, ווי מ'האט דאס געמאכט דעם ערשטן מאל, ואדרבא, ווי מ'זעט דאך בא שמחה, אז שמחה ישנה איז ניט קיין אמת'ער תוקף השמחה, מ'דארף האבן ס'זאל זיין א פנים חדשות, במילא דארף מען האבן על כל פנים א סברא חדשה, עפעס-וואס א התחדשות, אדער ס'קומען צו בפשטות פנים חדשים נייע מענטשן וואס זיי זיינען ניט געווען בא דעם פריעמדיקן סיום, וואס דעמאלט דארף מען מאכן די שמחה גדולה.

4על דרך זה איז דאך אויך פארשטאנדיק, בפרט נאך אז מ'האלט אין דעם טאג פון דעם הילולא פון דעם רמב,"ם, איז דאך דעמאלט איז דאך כל עבודתו אשר עבד במשך ימי חייו איז דאך פועל פעולות, ביז ישועות, בקרב הארץ כמדובר כמה פעמים, איז דאך אויך פארשטאנדיק, בפרט נאך לויט ווי מ'זאגט, אז בשעת ס'איז א יארציק פאר דעמאלט איז אן עליה שלא בערך איז דאך פארשטאנדיק אויך בהנוגע צו עיקר ענינה, וואס דאס איז דאך לימוד התורה און הבנה והסברה אין תורה, ביז אין אן אופן פון כל התורה כולה איז דאך דא ביתר שאת וביתר עוז אין יום ההילולא שלו, על אחת כמה וכמה אז מ'האט דאס אין בית הכנסת און אין בית המדרש פון נשיא דורנו, פון דעם רבי'ן דעם שווער, איז דאך דעמאלט מעצמו מובן וגם פשוט, אז מ'דארף נאכאמאל מסיים-זיין דעם רמב",ם און מסיים-זיין אים בדיוק בלשון הרב, על כל פנים די לעצטע הלכה פון די ספרי האחריות, הארבה עשר, במספר יד החזקה דאס איז אויך דער סיום פון חמשה חומשי תורה, אויך דער לשון יד החזקה, פארשטאנדיק אויך דער תוכן פון יד החזקה, ווי אזוי אויך בנוגע צו ספרו של הרמב,"ם, בנוגע צו ספרו היד און דארט גופא די הלכה האחרונה, על כל פנים, מצד טרחא דציבורו אויף נאכאמאל איבערזאגן, און על כל פנים בקיצור מערניט ווי דעם לשון אף על פי וואס מ'האט דאס שוין געטאן נעכטן, און זיכער האט מען שוין אויך געטאן היינט בכמה מקומות, סיי במארץ הקודש סיי דא, על אחת כמה וכמה אין תברי וואס דארט איז דאך דער ענין פון זיין תמון, וואס דאס האט מען דאך דארט אין זיין גוף, וואס אין דעם גוף איז דאך גופא די לי'קדישא בא יעדער אידן, על אחת כמה וכמה ביי א אידן וואס ער איז כולל כל התורה כולה, און געווארן א מורא דרך אויף כל הדורות כולם,

5כמדובר כמה פעמים. במילא איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז די גאנצע שטורעם מיט די גאנצע ענינים זיינען דא בשלימות, ואדרבא ביתר שאת וביתר עוז, אז ס'קומט-צו נאך א סיום. ובפרט נאך אז דאס קומט צו בהמשך צו די סיומים וואס מ'האט געמאכט בכמה מקומות, און אויך אלס הכנה צו די סיומים וואס מ'וועט נאך מאכן לאחרי זה, מצד חילוק הזמנים בפרט, איז דאך דא כמה מקומות וואס מ'וועט ערשט מאכן דעם סיום אין זמן בפשטות, לאחרי דעם זמן איצטער בפשטות, אף על פי וואס מצד די הלכות, די הליכות למעלה, איז דאך ווי ער זאגט אין אלטן רבי'ס שולחן ערוך, איז דאך קומט דארטן ארויף די זמנים כלו ידערער, בתו ובזמנו, ס'איז דאך אבער ביחד בזה בפשטות, וועט דאס קומען די סיומים, ערשט לאחרי ווי מ'מאכט דעם סיום דא פריער, און מ'מאכט דעם סיום אויך איצטער. ויהי רצון, אז פון די אלע ענינים פון סיומים זאלן שוין בפשטות ווערן דער סיום פון גלות, צוזאמען דערמיט אויך דער סיום פון העלמות והסתרים אין ענינים פון הבנה והשבה בתורה, ווארום לא סתם לא רמינהו ולא מחלוקת וכו ווי דער אלטער רבי ברענגט אראפ אין אגרת הקודש פון ראי'מהימנא בהנוגע צו תורה בכלל, און דארט גופא בהנוגע צו פנימיות התורה, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'וועט זיין אויך דער לשון ווי ער זאגט אין רמבום ובאותו הזמן וועט דאס ווערן אט דער זמן ממש, וואס אותיות דאך אויך באווייזט אז מראה באצבעו ואומר הן, און מ'זאגט באותה הזמן באווייזט יעדערער באצבעו, אז דאס איז דער זמן, ויהי'שם לא רעב ולא מלחמה בפשטות, ס'וועט אבער זיין דער רעב לדבר הוי און דער צמא לדבר הוי'ומלחמה, ומלחמתה של תורה, וואס דאס וועט דאך זיין אויך לעתיד-לבוא אויך, על דרך זה אויך ולא קנאה ותאחרות, וועט אבער זיין מערניט קנאה ותאחרות אין תורה, אף

6פי וואס יש עוד לומר אז לעתיד-לבואו וועט זיין דער אופן הלימוד, על דרך ווי אין תלמוד ירושלמי, דערפאר וואס ס'וועט דאך זיין אלע בירורים אין אן אופן פון ווי על דרך ווי ס'איז אין ירושלים, וועט זיך דעמאלט ניט דארפן אנקומען צו דעם סדר הלימוד, נאר ס'וועט זיין תלמידי-חכמים פון ירושלים און פון ארץ-ישראל בכלל, איז דאך מענימים זה לזה בהלכה, דארף מען ניט האבן קיין קנאה ותאחרות, און דער רב ומלחמה, אדער מ'זאל זאגן, אז דארט איז אויך דא די ענינים. און דער עיקר איז דאך, אז ס'זאל זיין דער בפועל און די ביידע שיטות, אדער א שיטה הכוללת את כולם, במילא וועט אויך זיין אז טובה תהי'מושפעת הרבו ובכלם הדנים עשויים כעפר לא יהי עושה כל העולם, אלא דעת את הוי'בלבד דאס מיינט דאך דאך כל העולם די גאנצע וועלט.

7ולפי כך איז אויך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז אידן זיינען דאך אתה בחרתנו ובכלל, ובפרט נאך לעתיד לבוא, שטייט דאך דאס בגלוי זאגט מען, אז לפי כך מוז זיין ביי אידן א יתר שאת וביתר עוז, וויבאלד אז כל העולם איז האט מערניט ווי לדעת הוי'בלבד מיט אלע פרטי הלשונות, לפי כך איז פארשטאנדיק, אז ישראל חכמים גדולים ו יודים דברים הסתומים ו יבינו דעת בוראם כפי כח האדם, שנאמר ומלאה הארץ דעה אז ס'איז הוי'כמים לים מכסים מיט אלע פירושים בדבר, און דער עיקר אז כמים לים מכסים אז ס'ווערט דער ביטול אין דעם מים, מהדעת הטהור, אין תורה, וואס דורך דערויף ווערט אים גאנצן איין זאך מיט ישראל, דורך אורייתא, איין זאך מיט קובה, און ס'ווערט אין אן אופן מכסים, אז מזען זעט מען מערניט ווי עצמות ומהות, מ'ווייס אבער אז דארט איז דא און ס'איז אויפגעטאן געווארן על ידי מעשינו ועבודתינו.

8ובפרט נאך אויך, ווי געזאגט, אז ס'איז דאך דא א שקלא וטריא, כדי ווערטער לאחרי זה קומען אויך פון רמב",ם, אבער בכל אופן איז דאך דאס ווערטער הראויים למקום זה ולספר זה, ווארום זיי זיינען דאך אפגעדרוקט געווארן דורך גדולי ישראל, עאכו כמה וכמה אז ס'קען גאר זיין אז דאס איז דער לשון הרמב״ם עצמו, און ס'זאל זיין דער ענין בפשטות, אז נשלמו די הלכות מלכים והחיבור כולם כולו, און ברוך שאמר והי'העולם בפרטי ובכללו, און אויך ס'איז דאך אויך א שאלה, אז דאס איז דעם רמב'ס לשון, און בכל אופן איז דאך דאס א לשון פארבונדן מיט מנהג ישראל בכל מקום, און א לשון וואס איז כולל אין זיך גל הטל ווערט דער טעם ונשלם שבח לכל בורא עולם און זאל זיין בפשטות, אין אן אופן אז ס'ווערט ונגלה כבוד הוי'וראו כל בשר יחדיו ווערט דאך דאס דעמאלט די תמימות ובפרט אז דאס איז שנה תמימה, און ס'ווערט אויך דער ונשלם אין אן אופן פון שלימות, און די אידן האבן נאכמער דעם כח אויף נאכמער מוסיף זיין אין דעם שבח לכל, בורא עולם אז זיי זיינען נאכאמאל ממשיך מחדש, אז דער אויבערשטער איז בורא עולם נאכאמאל מחדש, אין דער דוגמא ווי תורה חדשה מאיתי תצא אויך דער בורא עולם דער עולם חדש מאיתי תצא, און דאס ווערט אפגעטאן בפשטות למטה מעשרה טפחים, כמדובר כמה פעמים. און ס'ווערט אויך דער יהוא העיקר די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, און מ'לערנט תורה פון דעם רמב",ם און דערנאך צוזאמען מיטן רמב",ם און צוזאמען מיט תורה חדשה, מיט כי תצא פון דעם אויבערשטן אליין,

9און דאס ווערט אין אן אופן מיט א יחוד נפלא, ווי ער זאגט אין תניא, כמדובר בארוכה על כל פנים בערך ווי ס'איז געווען מיט א טאג אין אנהויבס פון דעם יום הילולא, און אזוי זאל אויך זיין די התחלה חדשה על כל השנה כולה, און ס'זאל זיין א שנה חדשה אין דעם אמת'ן חידוש מגאולה האמיתית והשלימה בתוקף ומיד ממש, און גיין מחיל אל חיל ביז יראו אל אלקים בציון מיט אלע פירושים בזה, והוא יכוננעו עליון. און דערפאר איז אויך אויף מסיים-זיין מיט אן ענין הכלל הכל, וואס דאס איז דאך דער ענין הצדקה, וואס ציון במשפט תפדה ושבי'בצדקה זאל אזוי זיין בפשטות, ותוקף ומיד ממש, לא עיקרום כהרף עין, בפר אז דאס איז אין אן אופן פון משולש, א חוט המשולש, צוזאמען מיטן בית המקדש השלישי, און מיט די גאולה השלישית, ועוד והוא העיקר תיכף ומיד ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions