עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-w18tbcth

kind
paragraph
order
kV
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און יהי רצון, אז וויבאלד אז ס'וועט זיין וקיצו ורנם ושוכני עפר, און וואס הויבט זיך דאך אן פון צדיקים, ווי ער זאגט אין זהר, על אחת כמה וכמה פון דעם נשיא הדור, וואס מ'מוז דאך אים האבן גלייך בתחילת גאולת הדור, ווי ווארער אז הנשיא הוא הכל, וועט מען דאך גלייך האבן אויך דעם בירור בזה, און דער בירור אין אן אופן פון אור צוזאמען מיט נר מצוה, אין אן אופן אז דאס ווערט א נר להאיר אויך חשכת העולם, אז דאס ווערט אזא חושך אויף וועלכן מ'זאגט ישות חושך סשוי אז דארט איז דער סתר פון דעם אויבערשטן אין די העכסטע דרגא, ביז אין דער גאנצער שלימות, על דרך ווי ס'איז געווען אין קודש הקדשים, אין בוחות הברית, מיטן ארון בשלימותו, וואס דאס איז דאך פון די אלע ענינים וואס קערן זיך און תוקף ומיד, ובתחילה, צוזאמען מיטן מקדש השלישי כולו, ובכל פרטיו, עאכו כמה וכמה בכל כלליו, און דאס גופא וואס מ'קלייבט זיך צוזאמען מיט א החלטה גמורה אויף מאכן נאכמערער תוקף אין אהבת ישראל, ביז אין אן אופן פון אחדות ישראל, וואס איינע פון די ענינים בזה איז דאך אויך די מצות הצדקה, וואס זי מאכט איין זאך, פון דעם נותן הצדקה מיטן מקבל הצדקה, על אחת כמה וכמה אז דאס ווערט געטאן ברבים ועל ידי רבים און צוליב רבים, מיט אלעם עילוי שבזה דער עשרה, סיי בנוגע צו דעם מקבל סיי בנוגע צו נותן סיי בנוגע צו דעם נותן האמיתי, וואס בשעת מ'גיט צדקה טוט מען דאך א שליחות פון דעם אויבערשטן, וואס ער איז דאך דער זן ומפרנס לכל על אחת כמה וכמה אצדקה ושפל רוח אשכון אז אויב אלעמען איז ער זן ומפרנס לכל על אחת כמה וכמה דעם אויף וועכן ער איז מען אז ער איז אשכון ביי אים,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions