Paragraph
Paragraph rh-vwxvar4v
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jmgp881s
- order
- DY
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- זאכן און אידישע זאכן און אייביקע זאכן, במילא איז יעדער טאג א לאנגער טאג און א לעבעדיקער טאג, און א טאג וואס איז נאכמערער מוסיף אין כח און חיות און לעבעדיקייט אין די טעג וואס זיינען געווען ביז דעם, וואלט מען אויך א צוגרייטונג אין די טעג וואס קומען דערנאך. וואס דאס איז דאך אויך די אפלערנונג פון ספירת העומר, מ'האט צוזאמענט זעפן זיך איצטער, פאר שבועות, איז דאך דאס פארבונדן מיט ספירת העומר, איז דאך אויך די ציילונג פון עומר איז ניט ווי מ'זאגט אז דאס איז א צווייטער טאג אדער א דריטער טאג, און מ'האט מערניט ווי דעם איין טאג אדער דעם צווייטן אדער דעם דריטן אדער מערערע צענטליקער טעג, נאר וואס דען? מ'זאגט אז דאס איז שני ימים און שלשה ימים, אז מ'האט די אלע אויבערשטן ברכות וואס ער האט געגעבן דעם ערשטן טאג, האט מען זיי דערנאך אויך אין דער פוסטערמאס דעם צווייטן טאג, במילא מוז דער אויבערשטער כביכול געבן עקסטר ברכות דעם צווייטן טאג, און אזוי עקסטר ברכות דעם דריטן טאג נאך מערער וויפל געווען דעם צווייטן טאג, און אזוי אויך משבוע לשבוע, ספירת העומר ציילט מען דאך סיי טעג און סיי די וואכן,
- proofread
- 0