עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-vmbdxdcb

kind
paragraph
order
Ea
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ובכל שנה ושנה איז הימים האלו נזכרים ונעשים, שטייט מען דאך אויך ביידע זאכן-די אחריות וואס מ'האט אין אויסצונוצן דעם טרעפן זיך, וויבאלד אז דאס איז נוגע לכל הענין כולו, וביחד עם זה אויך, אז מ'האט געגעבן אויך די כחות אויף דערויף, וויבאלד אז ס'ווערט דער גאנצער ענין איז דאך פארשטאנדיק, אז ער ווערט אויך מיט די כוחות וואס האבן א שייכות צו אים, ובפרט די כוחות וואס זיי זיינען פארבונדן מיט זיין התהוות, איז דאך פארשטאנדיק מיידע זאכן, סיי דעם זכות און סיי די אחריות, אויף אויסצונוצן דעם טעפן זיך אין דער פולסטער מאס. על דרך זה אויך דער ענין פון ספירת העומר, וואס כמדובר כמה פעמים, ספירת העומר באווייזט יעדער אידן און אלע אידן, אז בשעת מ'גיט אן עבודה, גיט מען די עבודה אין אן אופן אז גלייך גייט ער מחיל אל חיל, אז אף על פי וואס ער הויבט אן מיט חסד שבחסד, איז דאך זיכערע זאך אז ער באקומט גלייך צוגעגרייט אויף מארגן האט ער שוין גבורה שבחסד, און וואס נאך מערער, כמדובר כמה פעמים, איז דאס ניט נאר אז מארגן האט ער א נייעם ענין, און מיטן ערשטן ענין האט ער שוין אים אלץ אויסגענוצט בכל עניניו ובכל פרטיו זאגט מען, אז ביום שני זאגט מען ניט יום שני לעומר, נאר שני ימים לעומר דערפאר וואס דעם צווייטן טאג טוט ער נאכאמאל אויף א דבר חדש מיטן יום ראשון, נוסף אויף דעם דבר חדש ממש וואס ער טוט-אויף מיט דעם ענין וואס ס'קומט-צו אין דעם יום שני, ניט די שני ימים נאר אלס יום שני, וכמדובר כמה פעמים, וואס דאס לערנט מען אפ פון ספירת העומר. על דרך זה אויך איז דא דער דריטער ענין, וואס דאס דארף אויך פועל זיין,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions