עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-vkm97rhf

kind
paragraph
order
S
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
במילא האט יעדער איד די כל הענינים, פאר מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש סיי דער ענין פון כח חדשים, אז דאס דארף ער אויך באווארענען, און סיי דער ענין פון חדשים, אז אויך דאס, איז אינו מבקש אלא לפי כוחו, איז א זיכערע זאך, אז ער קען דערצו דערגרייכן. און אט דאס איז דאך אויך מבאר בפשטות, אז וויבאלד אז מ'קומט פון מתן תורה, זמן מתן תורתנו, און מ'האט געמאכט אויף דערויף שהחיינו וקגמנו וגיני ולזמן הזה בשם, איז דאך א זיכערע זאך אז דאס איז אזוי, איז וואס קען מען דערנאך נאך מוסיף זיין אין אסרו חג, און דערנאך במשך פון ימי התשלומות, און דערנאך זאגט מען, אז בכל יום ויום פון דעם גאנצן יאר, איז נוסף וואס ס'דארף זיין כחדשים דארף דאס ביי אים זיין חדשים וואס וועט ביי אים צוקומען פאר א חידוש נאך דערויף ווי ער איז געשטאנען אין די התעוררות פון חג השבועות. אט דא זאגט מען, אז דאס איז בדוגמא ווי פון תשלומין האט אין זיך צוויי זאכן, אז ממלא את החסר, אבער אויך וואס ער ברענגט אריין א נייע שלימות, און אין שלימות איז ניטא אין דערויף קיין שיעור, דערפאר וואס דאס איז כשר מיט דעם אויבערשטן, מיט נותן התורה, וואס ער איז תכלית השלימות, און וואס ער איז אין-סוף, במילא א אין סוף אין זיין שלימויות'ן, במילא איז נתן לנו את תורתו מה הוא איז אף אתה, הודמה, והלכתא בדרכיו, אז ס'דארף זיין מה הוא, איז אזוי אף אתה, וואס דאס זאגט מען אן יעדער אידן, און מ'גיט אים אויף דערויף כח, האט ער בכח אז ער זאל גיין משלימות אל שלימות, ובלשון הכתוב ילכו מחיל אל חיל ביז אין אן אופן אז ער טוט דאס בשמחה ובפנימיות, ווי דער לשון פון נשיא דורנו וואס ער האט דאס איבערגעגעבן, אז אזוי זיינען אידן בענטשן זיך איינער די צווייטן בקשר מיט מתן-תורה אויף קבלת התורה בשמחה ובפנימיות, וואס דאס איז דאך אויך נרמז אין דעם קאפיטל פון תפילה לדוד, אז ס'איז דא ביידע זאכן, סיי שמח און סיי אויך פני'לב וחנוני
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions