transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1מ'זוכט דאך אין יעדער ענין איין ענין העיקרי, וואס דאס איז די ימי התשלומין, איז יש לקשיא מין מיט די ביידע ענינים שבזה, דער למלות את החסר און נאך מערער און העכער דערפון, בהקדמה ולאחרי הכנה זו זאל צוקומען אויך א דבר חדש, בדוגמא ווי גערעדט פריער בנוגע צו יום שהוכפל בו כי טוב, און פסח שני וכיוצא בזה, יש לקשר זה ובדוגמא לזה דער ענין פון דעם שיעורי רמב בם פון היינטיקן טאג. וואס דארטן גיט ער ארויס א כלל, אז ס'איז תלוי אין ראיית העין, אין מרעית עין, און אויב ס'איז געזייט געווארן אין אזא אופן אדער אזעלכע מינים וואס מרעית עין זעט מען ניט אז דאס איז כלאי וואס דעמאלט איז דאס מותר. וואס דאס איז דער פסק-דין אין דעם היינטיקן שיעור. וואס דאס קומט אין דער המשך צו די שיעורים שלפני זה, און דאס איז אויך פארבונדן מיט א ביאור פון א דבר תמוה. ס'איז דאך דא דער ענין פון כלים, וואס בשעת ס'ווערט צוזאמענגעמישט מיט כמה וכמה און ס'איז דא דער אחד במותים וואס דעמאלט איז כלים בטל און מ'מעג דאס עסן, דארט שטייט אבער ניט אט דער לשון וואס ס'שטייט אין רמב,"ם בנוגע העיני נראה למריית אים.
¶2און דאס פארענטפערט אויך כלים ווערט בטל במותים, און אויף דערויף איז אבער חל דער ענין פון אין מבטלי ניסא לכתחילה. לכתחילה אריינמישן כלים אין מאתים, אדער על דרך זה תרומה במאה, אדער על דרך זה יסעב בששים טאר מען ניט מלכתחילה. בשעת ס'קומט למרית עין, זאגט מען סתם, אז דעמאלט איז ניטא דער ענין פון ערלה, און ווי מפרשים זיינען מפרש, און אזוי איז פארשטאנדיק פון פשטות לשון הרמב", אז מ'מעג דאס טאן לכתחילה, און ווי ער זאגט דאס בפירוש אין דעם שיעור שלפני זה, אז בשעת מ'זייט אין אזא אופן די שורות שבקרן, אדער אין אזוינע מינים וואס אין נראה אז דאס איז כליים מעג מען אזוי טאן לכתחילה. פרעגט מען די שאלה, מאי טעמא אין אים מבטלין איסור לכתחילה?
¶3ענטפערט מען אין דערויף, אז בשעת מ'זאגט, אז מ'איז מעריב בששים אדער במועד אדער במותיים וכיוצא בזה, איז דער ענין איז דא, נאר וואס דען? ער ווערט בטל. ביז וואנענט אז ס'קען דערנאך זיין, אין תנאים מסויימים, אז ס'איז גאר חוזר ונהי'. בשעת אבער מ'זייט איין מלכתחילה אין אזא אופן, איז מלכתחילה ניט געווען אין דערויף קיין כלים. ניט ס'איז געווען כלים און זיי זיינען בטל געווארן, על ידי די נטיעה אדער זריעה באופן מסויים ס'איז אבער מלכתחילה ניט געווען אין דערויף קיין כלים, איז ניט שייך זאגן אויף דערויף בטל ס'איז ניטא וואס צו מבטל זיין, ס'איז ניטא קיין כלים בעולם. וואס על ידי באקומט מען איז צוויי ענינים וואס דאס טוט-אויף, אז סתם צוזאמענמישן טוט-אויף מערניט דעם ענין וואס דאס ווערט בטל לפי שעה, אדער אויב מ'האט דערצו ניט מוסיף געווען בלייבט דאס אזוי לתמיד, אבער מערניט ווי ביטול הענינים, ענין, דערנאך איז דא אזא שלילה פון ערלו אין אן אופן וואס נאך מערער, אז ס'איז מלכתחילה ניטא קיין ארט קיין ענין וואס זאל אנגערופן ווערן כלי און וואס טוט-אויף אין דערויף? וואס טוט זיך מיטן מאריות איין! וואס אט דא איז דאך דא ווי דער רמב״ם זאגט, אז אלע הלכות מצוות שבתורה, איז דאס ליישר הלבבות וכו,' וואס ליכולי בשעת ס'קומט צו מארי סיים קען ער דאך טראכטן בא זיך ומאי בהי? בשעת ס'וואלט אראפגעקומען במעשה, על כל פנים בדיבור, איז אט דעמאלט האט מען צו אים א טענה דער אויבערשטער האט געזאגט, אז דאס איז א דבר אסור, און ער ברענגט דאס אראפ במעשה, אדער על כל פנים בדיבור, בשעת אבער ס'איז מערניט לא תאסורך לעיניכם אט דא פרעגט ער
¶4די שאלה וואס איז דא דער געוואלד פון לשסור אחרי עיניכם אויב ס'איז ניט אראפ בפועל? איז בשעת ער איז דערנאך שסורה אחרי עיניכם אט דעמאלט ווערט דער איסור, אבער דער קוקן אליין, העין רואה, איז מה בכך, אז דערנאך וועט ער זיך מלחמה האבן מיטן יוצא, און וועט אים אפשטעלן אז ווייטער זאל דאס ניט גיין. האט התורה א הלכה און זאגט, אז אפילו ער וועט דערנאך מלחמה האבן מיטן יצר, און ווייטער וועט דאס ניט גיין איז אבער א נפקא מינה, אויב ס'איז געווען למריות עונו האט מען שוין געמאכט אויף אים א ראשון, דערנאך דארף מען זוכן עצות, אז דער ראשון זאל בטל ווערן. וידע איניש בנפשי, ווי מ'זעט דאס בפועל, אז האין רואה הויבט דאס אן פועל זיין און א לב חומד, ולאחרי זה ווערט דערנאך דער כל הענינים הבאים פון דער חמדר.
¶5בשעת אבער ער איז שולל, אז אין מאריות עין איז ניטא קיין כליים אט דעמאלט טוט דאס אויף אין אזא אופן, אז ס'איז מלכתחילה ניטא די גאנצע מציאות בעולם. וואס דאס איז תשלומין פון לשון שלימות לגבי די תשלומין וואס ס'איז מערניט וואס ער איז מבטל דעם ענין, במילא איז דאס די דרגא תחתונים שבזה, בדוגמא פון די דרגות ווי גערעדט פריער. וואס דאס קומט אויך בהמשך צו הוראה הכללית, וואס מ'מאנט בא יעדער אידן, אפילו בא א צדיק גמור, אז ס'זאל זיין כחדשים און דערפון זאל ער צוקומען צו חדשים ממש. וכמדובר כמה פעמים, אז ביידע ענינים והוראות שטייען אין תורה שבעל-פה, ביידע לערנט מען אפ פון דעם זעלבן פסוק, וואס בשעת מ'לערנט אפ פון דעם זעלבן פסוק איז דאך פארשטאנדיק מובן בגן פשוט, אז זיי האבן א שייכות צווישן זיך. וואס דערפון ווייס מען ביידע זאכן, אז יעדער איד דארף באווארענען זיך, אז ס'זאל זיין כחדשים, און אז יעדער איד קען דערגרייכן צו דער דרגא, אז ס'זאל קומען צו חדשים ממש.
¶6ניט ער זאל טראכטן טעמים בעצמך, במילא דארף ער באווארענען בא זיך ס'זאל זיין כחדשים מאי קא משמע לן, תורה האט אזוי געזאגט היום הזה איז א סימן, אז ס'דארף זיין כחדשים. איז זאגט מען אל טעמים בעצמך, און דו דארפסט וויסן זיין, אז דו טאסט זיך אויף זיך ניט פארלאזן, דו דארפסט באווארענען זיך און הארעווען אויף זיך, אז אף על פי וואס דאס איז א דבר ישן כדי יתגמא ישנה דארפסטו הארעווען אויף זיך און באווארענען אז דאס איז כה חדשים. לאידך גיסא זאגט מען אויך למעליותא, אז יעדער אידן, אין וואס פאר א מעמד ומצב ער שטייט, איז בשעת מתן-תורה האט מען אים געגעבן כל התורה כולה, אנהויבנדיק פון אנכי הוי'אלקיך אלקיך לשון יחיד, ניט אלקיכם ס'הייסט דאך אויף דערויף דעם טעם, דערפאר וואס פון אן אויך, ביי אלע עשרת הדברות, כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש ווארום מזהו מזה הם כתובים ווי ער טייטשט דאס אפ אין ירושלמי, אז דאס איז כולל כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש עד סוף כל הדורות איז דאס איז געווען מזהו מזהה הם כתובים אין די עשרת הדברות, און איינגעקריצט ווי זיי האבן דערנאך אראפגעקומען אין די לוחות,
¶7במילא האט יעדער איד די כל הענינים, פאר מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש סיי דער ענין פון כח חדשים, אז דאס דארף ער אויך באווארענען, און סיי דער ענין פון חדשים, אז אויך דאס, איז אינו מבקש אלא לפי כוחו, איז א זיכערע זאך, אז ער קען דערצו דערגרייכן. און אט דאס איז דאך אויך מבאר בפשטות, אז וויבאלד אז מ'קומט פון מתן תורה, זמן מתן תורתנו, און מ'האט געמאכט אויף דערויף שהחיינו וקגמנו וגיני ולזמן הזה בשם, איז דאך א זיכערע זאך אז דאס איז אזוי, איז וואס קען מען דערנאך נאך מוסיף זיין אין אסרו חג, און דערנאך במשך פון ימי התשלומות, און דערנאך זאגט מען, אז בכל יום ויום פון דעם גאנצן יאר, איז נוסף וואס ס'דארף זיין כחדשים דארף דאס ביי אים זיין חדשים וואס וועט ביי אים צוקומען פאר א חידוש נאך דערויף ווי ער איז געשטאנען אין די התעוררות פון חג השבועות. אט דא זאגט מען, אז דאס איז בדוגמא ווי פון תשלומין האט אין זיך צוויי זאכן, אז ממלא את החסר, אבער אויך וואס ער ברענגט אריין א נייע שלימות, און אין שלימות איז ניטא אין דערויף קיין שיעור, דערפאר וואס דאס איז כשר מיט דעם אויבערשטן, מיט נותן התורה, וואס ער איז תכלית השלימות, און וואס ער איז אין-סוף, במילא א אין סוף אין זיין שלימויות'ן, במילא איז נתן לנו את תורתו מה הוא איז אף אתה, הודמה, והלכתא בדרכיו, אז ס'דארף זיין מה הוא, איז אזוי אף אתה, וואס דאס זאגט מען אן יעדער אידן, און מ'גיט אים אויף דערויף כח, האט ער בכח אז ער זאל גיין משלימות אל שלימות, ובלשון הכתוב ילכו מחיל אל חיל ביז אין אן אופן אז ער טוט דאס בשמחה ובפנימיות, ווי דער לשון פון נשיא דורנו וואס ער האט דאס איבערגעגעבן, אז אזוי זיינען אידן בענטשן זיך איינער די צווייטן בקשר מיט מתן-תורה אויף קבלת התורה בשמחה ובפנימיות, וואס דאס איז דאך אויך נרמז אין דעם קאפיטל פון תפילה לדוד, אז ס'איז דא ביידע זאכן, סיי שמח און סיי אויך פני'לב וחנוני
¶8און דאס ווערט דערנאך נמשך דורך דוד'ן אין זמירות ישראל, וואס ער האט דאך דאס געזאגט בשם כל ישראל, וואס דאס איז דאך דער פירוש אין זמירות ישראל, ווי ער זאגט מפרשי התנך, און זאגט דאס אזוי ווי מ'זאגט אין ירצו לאחרי אמירת תהלים, וואס א פשוט'ער איד זאגט דעם קאפיטל איז דאס תהלה אמרם דוד'ס מלך ישראל בעצמו, וואס ער האט אויפגעטאן, אז יהי'לרצון אמרי פי, ווי ער זאגט אויף דערויף אויך אין מדרש תהלים, אז דוד האט מתפלל געווען, אז אמרי פי זאל דאס זיין ווי דער לימוד אין די שווערסטע ענינים פון תורה, נוגעים וארץ וכיוצא בזה, וואס דאס איז דאך אויך כמדובר בכמה מקומות, וואס איז דא דער פארבינד וואס גלייך ווי מ'וויל ארויסברענגען א שווערער זאך, טאקע פון ספר ויקרא איז דאך דא כמה וכמה עניני הלכות דארטן, וואס דערפאר ווערט דאס אנגערופן מיט דעם ספר מיוחד פון א קשה שבתורה, און מ'האט אויסגעקליבן דוקא אט די ענינים איז דאס פארבינדן דאס אט דאס וואס ער זאגט אין מדרש בהנוגע צו הבית מצורה און דער יבוא אל הבית אז דאס גייט אויף משיח צדקנו, וואס ער זאגט אויף ויף אין ישעי וואס ער איז געווען דער נביא הגאולה, אז מחולל מפי שני וכו בדוגמא של האמור, און וואס נאך מערער, איז ווי ס'שטייט נאכמער בהדגשה אין מסכתא סנהדרין, אז משיח געפינט זיך טאקע אין רומים, וואס דאס איז דער תוקף פון לעומת זה, און דארט איז דאך אויבש פצעו ביז וואנענט ער דערווארט זיך אז בקולות ישמעו און אט דעמאלט איז מיד הוא בא ווי ער האט מבטיח געווען, אז היום קומט ער, דערפאר וואס היום אם בקולו תשמה אט דאס מיינט מען דעם היינטיקן טאג, אז כן תהי'לנה, אז בשעת ס'איז ליכטיק ויקרא הוי'לאור יום, און ס'ווערט די ליכטיקייט על ידי מאור שבתורה, וואס דאס איז פנימיות התורה ביז אין אן אופן פון הפצה פון פנימיות התורה, ביז
¶9שאין חוצה, חוצה הימנו, וואס דאס איז דאך אויך די מעיינות, אנהויבנדיק פון דעם בעל שם טוב, וואס דאס אין דערויף איז די מעיינות פון דעם אריזל וואס לפני זה דוד המלך לפני זה משה רבינו, וואס האט באגעבן יעדער אידן און אלע אידן די ראי'אין מעשה מרכבה ווען קיבל תורה מסיני איז כנזכר לעיל האט יעדער איד געלערנט מעשה מרכבו בפשטות, און געלערנט דאס אין אן אופן של ראי און דאס איז ביי אים נקלט געווארן אין אן אופן פון זכרון לאחרי זמן, אף על פי וואס ס'איז געווען אויך אזוינע וואס ס'איז געווען חטא יותר אבער ישראל, און מיט אלע פירושים שבישראל, על אחת כמה וכמה דער פירוש המפורש בתורה, אז שריצין אלקים ועם אנשים ותוכל אז מ'קערט זיך איין און מ'ווערט א שר אויף די אלקים ואנשים פון זמן הגלות, און ס'ווערט דער גילוי למרית עין, וואס דאס איז מלכתחילה שולל אז ס'איז גאר ניטא דער גאנצער ענין פון כלים, פון צוזאמענמישן די ענינים וואס האבן צווישן זיך קיין שייכות ניט, און א איד האט א שייכות מערניט צו ענינים של קדושה ותורה ומצוותי, דערמאנט פריער גופא דלהן קדישא, על אחת כמה וכמה אז נפשי דלהן קדישא, רוחא דלהן קדישא ונשמתא דלהן קודש קדשים, ווי ער זאגט אין משכילים יזהירו, כזייער הרקיע, וואס בהי ספרי דילי יפקון בני ישראל מגלונתא, און אין אן אופן פון ברחמין, איז כן תהי'לנו, בפרט נאך אז מ'וועט מוסיף זיין אין די אלע ענינים, מתוך שמחה, ובפנימיות ובטוב לבב, און מוסיף זיין ביז אין מעשה בפועל, און פועל זיין אויך נרות להאיר ביי אידן ארום זיך, ביז לכל באי עולם יקופו שיקיימו שבע מצוות שנתתבו בהם מקודם,
¶10אבער פארוואס זיינען זיי דאס מקיים? דערפאר וואס אזוי האט מען אנגעזאגט למשה מפי הגבורה, אז ער זאל אזוי דאס איבערגעבן און אנזאגן אידן שיקופו כל באי עולם קומט דאס אראפ בפועל, בגשמיות ובגלוי, ווארום בפועל האט מען דאס שוין, ווי געזאגט כמוזכר לעיל בארוכה, אז מ'האט שוין די כסחיל וואס אינעווייניק געפינט זיך די אלע ענינים, נאר וואס דען? לפי שעה איז פארשלאסן בהעלם, מ'גיט אים אבער אפ דעם שליסל יעדערן אין זיין האנט, ובמעשה אחד, אפילו בדיבור אחד, אפילו במחשבה אחת עפנט ער אויף דעם קסטפל און ס'ווערט גלייך דער הארה בעולם און די השפעה בעולם, ו מביא ישועה והצלה, ביז ווי דאס קומט אראפ אין מעשה בפועל, כמדובר כמה פעמים, אז בשעת מ'קומט אין א טאג נאך שבועות, און דערנאך קומט מען אין דעם לעצטן טאג פון ימי תשלומין איז דארף מען זען, אז דאס זאל אויך זיין די לעצטע טעג פון גלות, ביז די לעצטע שעות פון גלות, ביז די לעצטע רגעים פון גלות, און דאס קען מען אויפטאן דורך דיבור אחד, דורך מעשה אחת אפילו דיבור אחד, אפילו מחשבה אחת, און ואינו מבקש אלא יפי כוחה, מ'האט געגעבן נאך די כוחות לפני זה, על אחת כמה וכמה אין אן ענין שהזמן גרמא, מאכן א שטורעם, אז יעדער איד זאל וויסן זיין אז מ'דארף לערנען תורה בכל יום ויום, אויך נשים די הלכות השייכות להם, און אויך קטנים וקטנות, צי מצד חינוך צי מודה ענין שיהי כדי באווארטן כי יזקין לא יסור ממנו אבער זיי דארפן דאס לערנען נאך בקטנותו אדער בקטנותם. על אחת כמה וכמה בנוגע צו מעשה בפועל איז דאך נאכמער נוגע אויך מפיץ זיין, צוזאמען מיט די מעיינות חוצה, אויך ענינים פון וויסן הלכות, ובפרט הלכות וואס זיי זיינען נוגע בחיי יום יום,
¶11זה די הלכה עיקרית, ווי דער רמב ן זאגט, אז כדי ס'זאל זיין א המשך פון אידן מוז מען מחנך זיין קינדער, סיי אינגעלעך סיי מיידעלעך, זיי זאלן גיין בדרך זו האמורה, כדי ס'זאל זיין א המשך פון כל עם ישראל כולו, און ווי ס'שטייט בהדגשה בשעת מתן תורה, אז בנינו עובים בעדינו וואס דער טעם הפשוט בזה איז, אז זיי זיינען דער המשך און דער קיום, און א קיום אין אזא אופן אז ס'ווערט פון צעצענו ווערט צעצענו ביז עד סוף כל הדורות, ביז עד סוף כל העולם, ווי חסידות טייטשט דאס אפ, אז מ'מאכט א סוף צו דעם העלם והסתר און וועלט, און מ'ברענגט אראפ דעם גילוי אלקות בעולם צוזאמען ועל ידי דעם גילוי פון משיח בעולם, און צוזאמען ועל ידי דער גילוי פון תורה אור און פון נר מצוה, והמעשה הוא העיקר, ומתוך שמחה וטוב לבב, וואס דאס איז פורץ כל הגדרים, על אחת כמה וכמה די גדרים פון דעם גלות.
¶12שיחה מארץ מצרים און נאכמער המלכה מארץ מצרים, אז מ'נוצט אויס ארץ מצרים כדי ס'זאל זיין אן עלי ביז אין אן עלי'שלא בערך, על דרך זה פון יעדער ענין של מיצר וגבול נוצט ער דאס אויס כדי ס'זאל זיין המלכה פון דעם מיצר וגבול נאך אין א העכערן אופן, ביז ווי דער ענין אויך בפשטות, אז בשעת ער גייט ארויס פון מיצר גבול, נעמט זיך אראפ פון זיינע הגבלות און העלפט ארויס א צווייטן אידן, איז אט די עלי'מלכי מארץ מצרים פועל'ט ביי אים, ער זאל ווערן, וויבאלד ער האט שוין מנה, וויל ער מאסיים, און אויב ער האט שוין מאסיים וויל ער ניט נאר שליש מאות, נאר ער וויל כפליים לתושי ארבע מאות, ועל דרך זה איז ער הולך ומוסיף ואור ביז ער קומט צו אין סוף, עד כחדא לספור, ביז ער קומט צו אין סוף האמיתי, דורך דערויף וואס על ידי אורייתא ווערט ער חד מיט קובה, כמאמר הידוע אין זייער ישראל לאורייתא וקובה כולא חד, און דאס ווערט אין אן אופן פון פלס כשרין, אז נאך דערויף איז קובה מתקשר בישראל, און דורך דערויף ווערן די ישראל א חתן וואס איז משפיע אין די כלה, אין אורייתא, ומה שתלמיד ותיק עתיד לחדש כלשון והוראה ופסק-דין פון תורתינו תורת אמת, צוזאמען דערמיט תורת חיים, הוראה בחיים, ובפרט כמדובר, אז מ'נעמט מיט, ובפרט נאך פון דעם אחרון פון ימי התשלומין, דעם צווייטן פירוש אין תשלומין, מוסיף זיין אויך שלימות, אין כל הענינים האמורים, בפרט נאך אין אן ענין שהזמן גרמא באווארענען אז בנינו עורבים בעדינו דער חינוך פון יעדער קינד און פון אלע קינדער זאל זיין א חינוך כשר, און נאכמערערער חינוך על טהרת הקודש, וואס דאס הארט נאכמערער צו צו קודש כפשוטו, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט בית המקדש און מיט איר הקודש,
¶13וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט עתידי ארץ ישראל ארץ הקודש שתתפשט בכל הארצות, וכידוע דער פתגם פון צמח צדק, אז מ'מאכט ארץ ישראל דא ווערט דאס א הכנה צו אז ס'תתפשט ארץ ישראל אויך דא, וואס דאס היילט נאכמערער צו, אז מ'איז עולה אין אן אופן פון אחישנה שבאחישנה אין ארץ הקודש און בית-המקדש און אין קודש הקדשים, וואס דאס איז דאך דער בית המוכן להקריב בו קרבנות איז מען דארטן מקריב די קרבנות כמצות רצונך, וואס דאס דארף דאך אויך זיין ווי דער דין איז, אז בשעת מ'איז מקריב א קרבן מאכט מען א יום-טוב און מ'זאגט ניט קיין תחנון מיט כל הענינים וההלכות הפשורות בזה, אז כן תהי'לאמור הבלת טובות והחלטות טובות, החלטות ווי פארבונדן אין מעשה בפועל, מצד דעם תוקף שבהם, איז א זיכערע זאך אז זיי וועלן אראפקומען במעשה בפועל.
¶14און דערפאר איז אויך כדי נאכמער מוסיף זיין בזה, אז וויבאלד אז מ'האט מורר געווען אזעלכע וואס זיינען דא ניט געווען אין דער התוועדות פון מצרי זמן מתן תורתינו, אז בא זיי אויך למען איגרא זיי ווילן מיטנעמען משכן און גדולה לג'שמקרבת, כדי דערנאך זאל ער קען טאן במקומו אלס א רב אדער אלס א שוחד אדער אלס אן עסקן, אדער באיזה אופן שיהי'מאכן דארט א התוועדות כאיש אחד בלב אחד, וואס דאס איז נאכמערער מוסיף שמחה און אחת רוח אין אבינו שבשמים, אין נותן התורה ומצווי המצוה, און אויך אריינגיין אין דער מזכירות לאחרי ההתוועדות אדער מארגן אינדערפרי. און ויהי רצון, אז ס'זאל מקויים ווערן, כמדובר כמה פעמים, די תורה פון דעם אלטן רבי'ן אין כולה משקה אז דאס וועט זיין במהרה בימינו ממש, וואס דעמאלט וועט דאך זיין ומים ובית הוי'יוצא והשכר כולה משקה ווי דער אלטער רבי האט אפגעטייטשט און אראפגעבראכט אין דעם מלכתחילה אריבער אין דעם המשך הידוע פון דעם רבי'ן מהרש זאל דאס אראפקומען פון דעם המשך און פון הידוע, ביז אין אן אופן אז ס'ווערט ידוע לכל באי עולם, ווארום ס'קומט משיח און נעמט ארויס יעדערן פון אונז בתוך כלל ישראל אין אן אופן באחישנה, וכספם וזהבה ומתם, און ברענגט דאס, שלימות התורה און שלימות העם, אין ארץ השלימה, ביז אין אן אופן פון ירחיב הוי'את גבולך בארץ ישראל, און ירחיב הוי'ת בולכין, לימוד התורה און אין קיום המצוות, און בני חיי ומזוני רויחא, בכולם רויחא, ולא ייכבן אפילו כהרף עין תיכף ומיד ממש. לחיים.