עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-vk2f1d61

kind
paragraph
order
6W
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס האבן געווען פארבונדן במיוחד מיט ערציען קינדער און גרייטן זיי זיי זאלן וויסן ווי אזוי מ'דארף זיך אויפפירן ווי דעם אויבערשטנ'ס רצון איז דארף מען דאך דערציילן זיי וואס איז דער אויבערשטער'ס רצון, וואס אויף דערויף איז דאך דא די מחנכים און די מחנכות, אנהויבנדיק פון די אנהויבס מחנכים ומחנכות, וואס דאס איז דאך דער פאטער און דער מוטער און דער באבע און די זיידע, ווי גערעדט מערערע מאל. און ס'האט אויך א ספעציעלע שייכות צו קינדער, וואס מצד דערויף וואס זיי זיינען דאך קינדער זיינען זיי דאך באפרייט און לעבן אין אן אופן פון חירות, גלייך ווי זיי ווערן געבארן ביז וואנענט זיי הויבן אליין אן פארדינען אויף זייערע הוצאה, באקומען זיי דאך אלץ פארטיקערהייט, אן קיינע דאגות פון דעם פאטער און דער מוטער און דעם מחנך און די מחנכות, ווי דערמאנט מערערע מאל. ווערט דאס אויך דערנאך איבערגעטראגן, אז אזוי דארף זיך אויפפירן בכל אחד ואחד, כאילו אז היום יצא ממצרים אט דאס איז ניט א זאך וואס ער דערציילט
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions