עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-vjhdmfdt

kind
paragraph
order
Rt
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
בטוב לבב, און ס'איז דורכגאנגען שוין די אלע זיבן טעג פון די ערשטע זיבן טעג כדי צוגעוואוינען זיך ווי אזוי צו לעבן מיט א משכן און ווי אזוי צו פירן זיך מיט א משכן איז אויפן אכטן טאג צוגעקומען א נייע זאך, איז וואס באשטייט די נייע זאך? אז כאטש אפילו דער משכן איז אויפגעבויט געווארן אין דעם בעסטן אופן און דעם שנעלסטן אופן, ווארום די בויער זיינען געווען משה ואהרן און בצלב ועלייו האט זיך דער אויבערשטער דערמיט ניט באדנוגנט, און בשעת ס'איז געקומען נאך די זיבן צוגרייטונגס טעג איז געקומען ויהי ביום השמיני די התחלה און די פרשה שני פון היינטיקער סדרה, איז אט דעמאלט האט משה רבינו צוזאמענגערופן אלע אידן, און האט זיי געזאגט אז ס'קומט גיין קלייבט זיך אלע צוזאמען לעבן דעם משכן, און דעמאלט וועט איר זען ווי אזוי דער אויבערשטער אליין באווייזט זיך דורך דעם כבוד ה כאטש אפילו דורך דעם משכן. אף על פי וואס אויך פריער איז דאך אויך געווען די הצלחה דעם אויבערשטן'ס, און ס'איז אלץ אויפגעטאן געווארן דורך דעם אויבערשטן'ס אנזאג, און לויט דעם אויבערשטן'ס אנזאגן, און מיט דעם אויבערשטנ'ס ברכות האט דער אויבערשטער געוואלט נאך מערער, אז מ'זאל אויך זען מיט עיני בשר, מיט פליישיקע אויגן, זאלן זען א פייער אדער א וואלקן, וואס דער אויבערשטער זאגט-אן, אז דארטן געפינט ער זיך און באווייזט זיך נאך מערער, ביז וואנענט פליישיקע אויגן זאלן זען, אפילו אז די נשמה, און אויך דער גוף, האט געוואוסט אויך פון פריער, אין די זיבן ט און זיכער אין דעם אנהויבס פון דעם אכטן טאג, אז דארט געפינט זיך דער אויבערשטער אליין. וויל אויך דער אויבערשטער, אז אויך די פליישע-קועגן זאלן זען די הצלחה וואס מ'האט דורך דערויף וואס מ'האט בויט און מ'טוט פאר דעם אויבערשטן דורך פארשפרייטן אידישקייט און פארשפרייטן זיין תורה און זיינע מצוות, אז דאס זאל גערפילט ווערן דורך מערער אידן
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions