Paragraph
Paragraph rh-vhyz82bx
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-4ajq5q16
- order
- X
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס דאס איז דאך געווארן דערנאך א יום טוב בכל העולם כולו והולך ומתפשט ואור ומתוסף, פונקט אזוי ווי בנוגע צו זיין בקשה פון הפצת המעיינות איז דאך מלכתחילה געווען די הדגשה, אז סוף-כל-סוף מוז דאס צוקומען און דערגרייכן און דורכנעמען יעדערן פון אידן, אן אפהויבנדיק, ווי ס'איז געווען די הנהגה פון זיין פאטער אדער פון זיין זיידן, אדער אפילו זיין הנהגה מיט א טאג לפני זה, איז בשעת ס'איז אנגעקומען צו אים אט די ידיעה איז מכאן ולהבא ווערט דאס זיין שליחות און זיין תפקיד נפשי, מיט דער הבטחה, אז ס'איז א זיכערע זאך אז יגעת ומצאת און אפילו ער וועט אנהויבן ניט אין אן אופן פון יגיעה, וועט ער נאך ניט האבן דעם ומצאת ער אבער האבן דעם גאנצן לפום שערא אגרא לויט זיין טאן אין דעם, וועט ער באקומען דאס וואס אים קומט, און אויך אגרא, וואס חר איז דאך אויך פארבונדן מיטן הישג יד פון דעם בעל הבית, וואס לפי נותן הפעולה, העבודה, איז דאך וואס אויב ביי אים איז א גרעסערער הישג יד דארף ער געבן אכילה און שתי צו די פועלים נאכמערער און נאכמערער, ובפרט נאך אז די פועלים זיינען בני אברהם יצחק ויעקב, און לויט הוראות פון נשיא דורנו אויך, אז נשים ובנות זאלן זיך דערמיט פארנעמען, בני שרה רבקה רחל ולאה, איז דאך פארשטאנדיק, אז נוסף על האמור פון זיין הדגשה, אז אויך פנימיות התורה איז אויך שייך, אז נשים ובנות זאלן דאס לערנען, ובפרט נאך אז דאס איז ניט קיין חידוש פון תורת החסידות, נאר כמדובר כמה פעמים, אז וויבאלד אז די אהבת ה'און יראת ה'און אמונה בה ה'און ואהבת לרעך כמוך וכיוצא בזה איז דאס מצוות וואס אין דערויף איז בשוה ממש אנשים ונשים, ביז אפילו טף, אף על פי וואס אין אן אופן פון חידוך חינוך,
- proofread
- 0