transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1מ'זוכט דאך ענינים פון הימים האלו נזכרים זאל דערנאך אויך זיין ונעשים די אלע המשכות טובות, כמדובר כמה פעמים, און המשכות טובות בהקדם, ביז בלשון הידוע, אז לא עיקבן אפילו כהרף עין, איז דאך אמורה מיוחד פארבונדן מיט דעם דור, דערפאר וואס דאס איז פארבונדן מיט נשיא דורין און מיטן רבי'ן דעם שווער, וואס בכלל איז דאך א נשיא הוא הכל, אף על פי כן איז דאך אין די מאורעות פון ימי חייו איז דא א ריבוי ענינים, אזעלכע אין וועלכע ס'איז בהדגשה די שייכות מיטן גאנצן דור, אדער ס'איז ניט אויף אזויפיל בהדגשה, און בהדגשה גופא איז דא אזעלכע וואס זיי זיינען טאקע מודגוש און זיי האבן פועל געווען בשעתם, און דערנאך איז מערניט ווי א פעולה נמשכת לאחרי זה, און מ'דארף האבן אויף דערויף די ראי'פון הימים העולם נזכרים, במילא איז דעמאלט איז אויך נעשים, ווי בפעם הראשונה אדער נאך יתר מזה, און דערנאך איז דא אזוינע מאורעות וואס מ'זעט ווי אזוי דאס איז מידי שנה בשנה, האט דאס אויך ניט נאר א פעולה נמשכת פון די פריערדיקע יארן, נאר אויך פון דעם יאר, ווי מ'זעט דאס בכמה וכמה ענינים.
¶2על דרך זה איז אויך בהנוגע ללילה זו, וואס דאס איז די לילה פון חמשה עשר בסיון, וואס דאס האט דאך א התחלה מיוחדה אין חיים פון נשיא דורנו, אף על פי וואס בשעת ההתחלה האט מען זיך נאך ניט פאנאנדערגעקליבן וואס איז דא די כוונה און וואס איז דא דער תוכן וכו,' עד כדי כך אז מ'האט געזען מערניט ווי דעם צד השלילי בזה, מ'האט זיך אבער דערנאך ארויסגעוויזן, אז דערפון איז אויסגעוואקסן א ישועה גדולה כפי שיתבאר לקמן, אף על פי וואס ס'בלייבט נאך אלץ די שאלה איז לכאורה האט געקענט זיין די ישועה גדולה ניט דארפנדיק אנקומען צו די ענינים וואס בשעת מעשה ובינו בשר איז דאס געווען פונקט דער היפך פון אן ענין של ישועה. און דאס איז וואס כמדובר, וואס אין דער לילה, עולה לחמשה עשר בסיום אין שנת פרזות תרפז איז אט דעמאלט געווען דער מעשר פון נשיא דורנו, דער מאסר הידוע, וואס כאמור, בשעת מעשה האט מען געזען מערניט ווי דעם ענין הבלתי-רצוי בזה, אויף ניט נוצן קיין שארפערן ווארט, דערנאך האט זיך אבער אויסגעוויזן, בסופו של ענין, אז דאס געגעבן דערנאך די מעגלעכקייט אז ער האט געקענט ארויספארן אין אן אופן אין א סדר חיים, אז ער זאל זיך קענען פירן בכל עניניו אנהויבנדיק פון עיקר עניניו, וואס דאס איז הפצת היהדות בכלל, אין אן אופן בלי כל הגבלות, הלוך והוסיף ואור, ביז ווי מ'זעט דאס אויך איצטער אויך.
¶3וואס כמדובר איז געווען בשעת מעשה האט מען געזען מערניט ווי די צד השלילי, עד כדי כך אז ס'איז זיך ארויסגעקומען אין ענינים של תפילות ובקשות וכו כמובן וכמפורסם וכו'וכו,' דערנאך האט זיך ארויסגעוויזן, אז אזוי איז ניט געווען קיין מעגלעכקייט, קיין אפשריות, מצד סדרי המדינה און חוקי המלך, הלכות, און מ'זאל ארויסלאזן ארויספארן פון דער מדינה, און אין אזא אופן פון הוא וכל בני ביתו, וכל הספרים והכתבים שלו, וכל רכושו, משא נכן אז ס'איז געווען אין אזא אופן. וואס דאס איז אויך כמדובר כמה פעמים בהנוגע צו דעם ערשטן גלות און די ערשטע שוועריקייטן, ביז צו די שוועריקייטן אין עבודת פרך שוין כמוהו, און אין א גלות שאין כמוה, ווי ס'איז געווען בא גלות מצרים, איז דאך אויך געווען ירד ירדנו, ירידה אחרי ירידה, ועד כדי כך, אז תורה איז דאך מאריך אין די פחדים פון יעקב אבינו, פון בחיר שבאבות, פון גיין אין מצרים, אף על פי וואס ער האט געוואוסט, אז נאך פון אברהם אבינו אן איז דא דער ענין פון ועבדם אבינו הותן וכו,' אעפ'כן, האט ער גערעכנט מצד שכל דקדושה וחכבה דקדושה ובחירשו באבות, אז דאס קען זיין אין א נוכניסדיקן אופן, ווי ס'איז טאקע דערנאך געווען, ווי דערמאנט בנוגע צו גלות מצרים, וואס בטעם הראשונה האט מען דאס געדארפט האבן, ווי א ראיות איז אזוי געווען, און ס'איז דאך א זיכערע זאך, אז דער אויבערשטער פארשאפט ניט קיין צער, אידן, בפרט נאך דעם גאנצן אידישן פאלק, אויב ס'איז נאר דא עפעס-וואס א וועג מ'זאל דאס קענען מאכן אן דעם צער, השא ין כן לאחרי זה ווי ס'איז געווען בעבודת פרך ובחומר ובלבנים כפשוטו, איז דערנאך לאחרי זה, ווי מבואר אין תורה אור, ווי דערמאנט כמה פעמים, אז נאך דערויף טוט מען אויף די אלע ענינים דורך בחומר, ס'איז דא קל וחומר,
¶4לבנים דא ליבון הלכתא. על דרך זה אויך, בפרט נאך אז מ'האט שוין איצטער אויך דעם ענין פון מתן-תורה, און מתן-תורה שנה אחר שנה, ביז מתן-תורה דריי טויזנט-דריי הונדערט מאל, כמוזכר כמה פעמים, איז דאך א זיכערע זאך דער קשר, בפרט נאך צו דער ביטול הגזירה, אז די אלע ענינים וואס אמאל האט מען דערצו געדארפט אנקומען צו ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט צער הגוף, פון צער כפשוטו, על דרך זה אויך בהנוגע צו א צער פון נשיא דורנו, ווי ס'איז געווען דער ענין המעשה בפעם הראשונה, איז לאחרי זה, ובפרט נאך ביטול הגזירה פון עליונים, אז עליונים יורדו למטה, איז דאך פארשטאנדיק, אז די אלע ענינים פון למטה קענען אויפגעטאן ווערן, דורך די ענינים ווי זיי ווערן אויפגעטאן אין אן אופן עליון, אין רוחניות און אין תכלית הרוחניות, דעם ענין פון הארעווען אדער האבן אראפנעמען הגבלות און א מעשר אויף ענינים פון הבנה והשגה אין פנימיות התורה, וואס ביז דעמאלט געפינען זיי זיך אין א בית האסורים, ניט נתגלה געווארן בחוץ, בשעת ס'קומט אבער אט דער זמן, לאחרי ההקדמה פון עבודה פון הפצת המעינות במיוחד, וואס דאס איז דאך מעין זה, איז אט דעמאלט איז מען יוצא די אלע ענינים פון מעשר און זאכן פארבונדן מיט מאסר וכו דורך דערויף וואס מ'איז גול ופודה אן ענין אין פנימיות התורה, וואס ביז דעמאלט איז דאס ניט נתגלה געווארן מצד חושך העולם, איז אידן, וואס זיי זיינען דאך פארבונדן מיט תורה אור און אין עבודתם איז דאך אויף ממשיך זיין אור בכלל פון תורה אור, און אין תורה אור עצמה דעם מאור שבתורה,
¶5דאס איז פנימיות התורה בכל העולם כולו, איז דאך פארשטאנדיק בפשטות, אז אפילו אט דער ענין וואס אין זמן הגלות ולאחריות איז געווען אזוינפילע יארן לאחר מתן תורה ובטול הגזירה האט מען געדארפט אנקומען צו מאסר כפשוטו, איז פון דעמאלט אן האט מען שוין דערמיט יוצא-געווען, ובפרט אז דאס איז געווען מיטן נשיא הדור, האט ער דאך יוצא-געווען את חליינו הוא נסעה כלשון הכתוב הידוע, און במילא האט ער אויך דאס אויפגעהויבן, די אפטייטש אין נשיף און אויפהויבן, אז מיעץ כלהבא, איז בשעת מ'הארעוועט אויף ארויסנעמען פון א ניט פארשטאנדיקן אופן, אן ענין אין פנימיות התורה, וואס דאס איז דאך געווען זיין הוראה און זיין נתינת-כח און זיין בגשה נפשית, אז מ'זאל זיך פארנעמען מיט הפצת המעייני חוצה בפשטות, על אחת כמה וכמה אז מ'וועט פארנעמען זיך מיט הפתת המעיינות חוצה בא זיך אליין, ארויסנעמען דעם מעיין ווי ער האט באהאלטן ביי אים אין פנימיות הנשמה, וואס זי איז דאך פארבונדן מיט פנימיות התורה, נעמט ער ארויס אט דעם מעיין און ער ברענגט אים ארויס אין זיין שכל פון נפש אלקית, און נאך מערער דערנאך ברענגט ער דאס אויך אראפ אין א סברה אין חכמה בינה דעת, ביז אין דעם שכל פון נפש פון דעם צווייטן נפש, פון דער נפש הבהמית, אז ס'איז אויך פארשטאנדיק אין איר שכל. און דאס טוט-אויף דעם גאנצן שטורעם אט דאס וואס אמאל טאקע אין גלות וכו'אף על פי כן האט מען דעמאלט באיזה סיבה שתהי'געדארפט אנקומען צו א מאסר און דערנאך יציאה פון דעם מאסר, זאל מען איצטער יוצא זיין, און אויך בשנים שלפני זה, עאכו כמה וכמה בשנים שלאחרי זה ובימים שלאחרי זה, דורך דערויף וואס מ'וועט מוסיף זיין, אויסנוצנדיק במיוחד די נתינת כח פון נשיא הדור, וואס דאס איז דאך געווען זיין מאסר כפשוטו, וואס ס'האט דערנאך געבראכט צו ג'תמוז די גאולה חלקית, ביז דערנאך צו י'בי'י'ג תמוז,
¶6וואס דאס איז דאך געווארן דערנאך א יום טוב בכל העולם כולו והולך ומתפשט ואור ומתוסף, פונקט אזוי ווי בנוגע צו זיין בקשה פון הפצת המעיינות איז דאך מלכתחילה געווען די הדגשה, אז סוף-כל-סוף מוז דאס צוקומען און דערגרייכן און דורכנעמען יעדערן פון אידן, אן אפהויבנדיק, ווי ס'איז געווען די הנהגה פון זיין פאטער אדער פון זיין זיידן, אדער אפילו זיין הנהגה מיט א טאג לפני זה, איז בשעת ס'איז אנגעקומען צו אים אט די ידיעה איז מכאן ולהבא ווערט דאס זיין שליחות און זיין תפקיד נפשי, מיט דער הבטחה, אז ס'איז א זיכערע זאך אז יגעת ומצאת און אפילו ער וועט אנהויבן ניט אין אן אופן פון יגיעה, וועט ער נאך ניט האבן דעם ומצאת ער אבער האבן דעם גאנצן לפום שערא אגרא לויט זיין טאן אין דעם, וועט ער באקומען דאס וואס אים קומט, און אויך אגרא, וואס חר איז דאך אויך פארבונדן מיטן הישג יד פון דעם בעל הבית, וואס לפי נותן הפעולה, העבודה, איז דאך וואס אויב ביי אים איז א גרעסערער הישג יד דארף ער געבן אכילה און שתי צו די פועלים נאכמערער און נאכמערער, ובפרט נאך אז די פועלים זיינען בני אברהם יצחק ויעקב, און לויט הוראות פון נשיא דורנו אויך, אז נשים ובנות זאלן זיך דערמיט פארנעמען, בני שרה רבקה רחל ולאה, איז דאך פארשטאנדיק, אז נוסף על האמור פון זיין הדגשה, אז אויך פנימיות התורה איז אויך שייך, אז נשים ובנות זאלן דאס לערנען, ובפרט נאך אז דאס איז ניט קיין חידוש פון תורת החסידות, נאר כמדובר כמה פעמים, אז וויבאלד אז די אהבת ה'און יראת ה'און אמונה בה ה'און ואהבת לרעך כמוך וכיוצא בזה איז דאס מצוות וואס אין דערויף איז בשוה ממש אנשים ונשים, ביז אפילו טף, אף על פי וואס אין אן אופן פון חידוך חינוך,
¶7גאנצן פארנעם, איז דאך פארשטאנדיק בפשטות, אז צו זיי איז אויך שייך דער ענין פון הפצת המעיינות חוצה. ובפרט נאך, כמדובר, אז מ'האלט שוין נאך בשנה זו לאחרי מתן תורה, און אין דערויף גופא איז דאס א שנת תסמח ותשמח, און א שנת הכל האנשים והנשים והטף, ווי גערעדט בארוכה אין די התוועדות און אין די דיבורים פון לפני זה, וביוחד אז ווי ס'איז דאך רגיל בכגן זה איז מען דאך מסיים מיט מאכן יעדערן א שליח-מצוה, און דער מצוה פון צדקה, וואס ער גיט דערנאך אפ אין זמן המתאים, ובהוספת דילי וואס דאס איז דאך מקרב ומזרז גאולה פון אלע ענינים, אויך די גאולה פון די ענינים פון פנימיות התורה, וואס לעת עתה מאיזו סיבה שתהי זיינען זיי נאך באהאלטן אין א בית האסורים, זיינען נאך ניט נתגלה געווארן, און דער אויבערשטער וויל, אז דוקא א איד זאל זיך אריינלייגן אין דעם לימוד, און אריינלייגן זיך אין אן אופן נפשי ופנימי וועט ער האבן א הצלחה הכי מופלגה. איז דאך אויך דער ענין הצדקה העלפט אויך ארויס און אויך מזרז אויך אט דעם ענין הגאולה, און כמובן ותן לחכם ויחכם עוד וואס מ'קען דאך אין דערויף מאריך זיין כהנה וכהנה, שבכוחו של כל אחד ואחד לפון שיעורי דילי ובמיוחד, אז ס'איז דאך אויך דער שיעור חומש פון היינטיקן יאר, פארבונדן מיט ט'ו'בסיון, וואס דאס איז קיימא סיהרא באשלמותא, ביחד עם זה איז אויך דער שיעור אין חומש אין פסח שני, אז מ'זאגט, אז ס'איז קיינמאל ניט פארפאלן ווי דער בעל הגאולה און דער בעל המאורע
¶8חמשה עשר בסיון האט מסביר געווען, אז ס'איז קיינמאל ניט פארפאלן, און מ'דארף נאר האבן אז מ'זאל מאנען למה נגרה. און אט דעמאלט איז נוסף וואס מ'טוט אויף בנוגע צו זיך אליין טוט מען אויף בנוגע צו כלל ישראל במשך כל הדורות, אז ס'איז צוגעקומען א נייע מצוה, וואס דער לימוד ההלכה שבמצוה זו איז זיכער שייך צו אנשים ונשים וטף ובמשך כל השנה כולה, על דרך זה ומעין זה, אבער מיט די שלימות פון דער מעשה בהנוגע צו דעם פועל ממש ווען מ'דארף האבן דעם פתח שני בפועל, און ווען מ'דארף אויסנוצן דעם לימוד פון ניטא קיין פארפאלן צו אן ענין של פועל, כל אחד ואחת, וידע עינש בנרשו.
¶9כמדובר, בהוספה צו דעם ענין הצדקה, איז מען דאך אויך גייט מען דאך מחדש זיין די לבנה, ובפרט נאך אין דעם טאג פון דער נאכט פון קיימא סיהרא באשלמותא, וואס מ'האט דאך אויך די הבטחה גמורה, ווי מ'זאגט דאס אין דעם נוסח פון קידוש לבנה שם עתידים ליתחדש כמותא איז דערפון פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז זיי זיינען ליתחדש כמותא ווערט דערנאך אויך דער המשך פון חידוש כמותה אויך בכל הפרטים כמותה און אז ס'קומט דער קיימא סיהרא באשלמותא ביז וואנענט אז ס'איז נראה לעיני בשר לכל העולם כולו, אפילו צו די שבעים אומות, איז דאך א זיכערע זאך, אז מ'דארף בעטן בא דעם אויבערשטן, און דער אויבערשטער איז מקיים בקשת עמו ישראל, און מקיים דאס באהבה וברחמי ובאהבה, וואס לא ייכבן אפילו כהרב עין, אז תיכף ומיד ווערט די קיימא סיהרא באשלמותא אין יעדער אידן, בענינים הרוחניים ביז אין ענינים הגשמיים, על אחת כמה וכמה בהנוגע צו כלל ישראל, און בהנוגע צו אנשים ואנשים וטף, ווי זיי שטייען אין אן אופן פון כלל, ביז אין א כלל פון קהל גדול, ווערט גלייך ולא עיקבן אפילו כהרף עין בהוספות להתחדש כמותו, וואס ס'איז נאך געווען פאר זמן מתן תורתינו פון שנה זו, דערנאך דער ענין הגידול, הלבנה, ביז צו דער נאכט וואס ס'איז קיימא סיהרא באשלמותא אז ס'ווערט קיימא סיהרא באשלמותא בפשטות בהנוגע צו כלל ישראל, די גאולה האמיתית והשלימה אין תכלית פון השלמותא ובפשטות, נשמות בגופים, בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו, שטייט מען אין ארצנו הקדושה, וואס זי שטייט אויך באשלמותה אין ארץ פון עשר אומות, און דארטן גופא אין די שלימות פון ארצנו הקדושה, וואס דאס איז ירושלים עיר הקודש, און דארטן גופא דער הר הקודש, און אין הר הקודש בית הקדוש,
¶10און דארטן גופא דער ענין פון קודש הקדשים מיט די לוחות הבריות, ועוד והוא העיקר, אז לא יקבו מאפילו כהרף עין און ס'קומט תיכף ומיד גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.