עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-vg83xxtn

kind
paragraph
order
2x
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אויב אלעמאל ווען אידן טרעפן זיך צוזאמען, זאגט אן תורה אז פותחין בברכה, און ברכה איז דאך פארבונדן מיט תורה, וואס הויבט זיך אויך אן מיט א בי'ס, דער אנהויבס פון ברכה, ובפרט נאך אז תורה איז דאך מקור כל הברכות, איז דאך אין גאר אין א נאך גרעסערן אופן און אין א שטארקערן אופן, איז ווען ס'קומען זיך צוזאמען אזוינע וואס זייער תפקיד איז, און זיי גרייטן זיך, אז זיי זאלן ווערן מדריכות אדער לערנעס, און האבן דערויף מסיים געווען אפגעגעבן א גאנצן יאר, אדער נאך מער ווי איין יאר, אויף גרייטן זיך דערצו, און זיין ראוי לזה, וואס לערנען איז דאך געבויט אויף תורה, וואס דאס איז דאך דער טייטש פון הוראה, לערנען עאכו כמה וכמה ווען דאס רעדט זיך נאך בא מחנכות, וואס דאס איז זייער תפקיד אויך פארבונדן מיט חיים אויף א לענגערע צייט, איז דאך נאכמער פארשטאנדיק אויף וויפל ס'איז שטארק און א פנימיות'דיקער פארבונד צווישן דער פרשת השבוע, וואס דאך בבאוואוסט דער ווארט פון דעם אלטן רבי'ן איבערגעגעבן פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער, אז די הוראה אויף א באשטימטער צייט דארף מען נעמען פון דעם חלק אין תורה, מלשון הוראה, וואס איז פארבונדן מיט דער צייט, על דרך זה אויך בהנוגע צו אונזער צוזאמענטרעפן זיך מיט דער פרשה אין תורה פון דער וואך, וואס דאס איז דאך פרשה מסויימת פון די אלע גאנץ פרשה סדרה שבתורה, איז דאך דא איין און איינציקע וואס זי איז פארבונדן מיט דער וואך, אין צוג ה וואס ס'איז דא דער כללות'דיקער פארבונד איז דא א הוראה פרטית, פון דער פרשה פרטית, פון דער וואך, ובלשון הידוע אויף לעבן דערמיט, לעבן מיט דער צייט, מיט דער פרשה אין תורה פון דער צייט,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions