transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1אויב אלעמאל ווען אידן טרעפן זיך צוזאמען, זאגט אן תורה אז פותחין בברכה, און ברכה איז דאך פארבונדן מיט תורה, וואס הויבט זיך אויך אן מיט א בי'ס, דער אנהויבס פון ברכה, ובפרט נאך אז תורה איז דאך מקור כל הברכות, איז דאך אין גאר אין א נאך גרעסערן אופן און אין א שטארקערן אופן, איז ווען ס'קומען זיך צוזאמען אזוינע וואס זייער תפקיד איז, און זיי גרייטן זיך, אז זיי זאלן ווערן מדריכות אדער לערנעס, און האבן דערויף מסיים געווען אפגעגעבן א גאנצן יאר, אדער נאך מער ווי איין יאר, אויף גרייטן זיך דערצו, און זיין ראוי לזה, וואס לערנען איז דאך געבויט אויף תורה, וואס דאס איז דאך דער טייטש פון הוראה, לערנען עאכו כמה וכמה ווען דאס רעדט זיך נאך בא מחנכות, וואס דאס איז זייער תפקיד אויך פארבונדן מיט חיים אויף א לענגערע צייט, איז דאך נאכמער פארשטאנדיק אויף וויפל ס'איז שטארק און א פנימיות'דיקער פארבונד צווישן דער פרשת השבוע, וואס דאך בבאוואוסט דער ווארט פון דעם אלטן רבי'ן איבערגעגעבן פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער, אז די הוראה אויף א באשטימטער צייט דארף מען נעמען פון דעם חלק אין תורה, מלשון הוראה, וואס איז פארבונדן מיט דער צייט, על דרך זה אויך בהנוגע צו אונזער צוזאמענטרעפן זיך מיט דער פרשה אין תורה פון דער וואך, וואס דאס איז דאך פרשה מסויימת פון די אלע גאנץ פרשה סדרה שבתורה, איז דאך דא איין און איינציקע וואס זי איז פארבונדן מיט דער וואך, אין צוג ה וואס ס'איז דא דער כללות'דיקער פארבונד איז דא א הוראה פרטית, פון דער פרשה פרטית, פון דער וואך, ובלשון הידוע אויף לעבן דערמיט, לעבן מיט דער צייט, מיט דער פרשה אין תורה פון דער צייט,
¶2וואס דאס איז די פרשה פון קרח. וואס אין יעדער ענין, ווי מ'זעט אויך אפילו אין וואכעדיקע זאכן, און לאו דוקא ביי אידן, איז צום סוף פון אן ענין, אין דעם סך הכל פון א זאך, גיט זיך ארויס די עיקר נקודה און די כוונה פון דעם גאנצן ענין, ווי ס'איז אויך אנגעוויזן אין דעם עצן ווארט, אז מ'זאגט אז דאס איז סך הכל, אז דאס קומט נאך דעם הכל, נאך די אלע פרטים וואס מ'האט גערעדט פאר דעם, מאכט מען דערנאך דעם סך-הכל, און דאס שטייט צום סך, אדער אין די לעצטע שורות, עכ'פ אין דעם לעצטן חלק פון דער סדרה, אדער אין דעם לעצטן ענין מיט וועלכן די סדרה איז פארבונדן. וואס דאס איז דאך אין אן אופן פון תורה אור אז די הוראות און די לערנונגען פון תורה זיינען אין א ליכטיקן אופן, זעט מען דאס אזוי אויך בהנוגע צו דער זאך, אז די אנווייזונגען און די לערנונגען פון דעם סיום פון דער סדרה פון פרשה קרח שטייט אין א ליכטיקן אופן און אין א קלארן אופן, בכלל פאר יעדער אידן, על אחת כמה וכמה פאר די וואס דאס איז דאך זיכער בהשגחה פרטית, אפילו אזוי ווייזט זיך אויס, אז זיי האבן דאס אליין אויסגעקליבן בבחירה חפשית, איז טאקע געווען א בחירה ובחרת בחיים, צוזאמען דערמיט איז דאך דאס בהשגחה פרטית, מבואר אין תורת החסידות במיוחד, ווי אזוי יעדער ענין איז אין דער השגחה פרטית, און פון דעם ווארט פון דער בעל שם טוב, איבערגעגעבן פון דעם רבי'ן דעם שווער, איז דאס נוגע למעלה, ביז אין רצון הכי עליון, אין מחשבה עליונה, על אחת כמה וכמה אז די אלע זאכן זיינען אין א הלכה אין א מער ליכטיקערן אופן און אין א קלארן אופן, בנוגע צו די וואס זיי האבן דעם זכות
¶3און דעם גרויסן זכות און נשמה'דיקן זכות, אז זיי וועלן דערנאך לערנען און זיין די וועקווייזעדן פאר די וואס זיי וועלן זיי מדריך זיין אין קעמפ, כולל אויך וואס זיי וועלן זיך מדריך זיין און צוגרייטן צו די יארן לאחרי זה, אנהויבנדיק אבער גלייך פון די איצטיקע טעג, און דערנאך הלוך והוסיף אין די טעג נאכדעם, און אין די וואכן נאך דעם און אין די יארן לאחרי דעם. אין וואס באשטייט דער סיום, און די לעצטע ענינים, און דער לעצטער ענין לשון יחיד, וועגן וועלכע ס'רעדט זיך אין פרשה קרח איז בהנוגע צו דעם טייל פון אידן וועגן וועלכע ס'רעדט זיך דארטן, רעדט זיך דארט וועגן שבט לוי, בהנוגע צו די ענינים וועגן וועלכע ס'רעדט זיך דארטן, רעדט זיך דארט וועגן די טייל פון וועלט אויף וועלכן מ'זאגט דעם לשון בהרימחם, וואס שבט לוי מאכט אדער די אידן בכלל, הויבן דאס אויף אין מעמדם ומצבם, ווי דאס איז א זאך אין וועלט, מאכט מען דאס העכער ווי פון זיין מעמד ומצב, טוט אויף דעם חלק וועלט וואס סדגשה בזה, אבער בשם חלב, וואס חלב באווייזט אויף דעם טייל, אין תבואו חיי וכיוצא בזה, וואס דאס איז דער משובח, דער שענסטער און דער בעסטער און דער לעבעדיקסטער טייל פון דעם בעל חי אדער פון דעם צמח, אדער פון די פירות וכיוצא בזה, וואס דאס אליין באווייזט דאך, אז דאס איז אויפגעהויבן לגבי די אנדערע טיילן, איז אין דערויף מאכט מען נאך אויך דעם בהרימכם א איד
¶4פון שבט לוי, ווי דערמאנט אין פסוק, און אידן דורך שבט לוי, וואס זיי זיינען דאך געווען נתונים פון אלע אידן, על שלוחים האט יעדער איד יוצא-געווען וואס ער אליין דארף טאן, טוט ער דאס על ידי שלוחם, וואס דאס איז נתונים נתונים המה מבני ישראל דער שבט לוי, און טוט דאס אויף אין דעם ענין די פרעי פרטים שבדמה וואס דאס איז צוויי כללים, אז דאס רעדט זיך פון אויסקלייבן דאס בעסטע וואס ס'איז דא אין וועלט, און דאס זאל זיין ביי ארימכם, אפילו אז דאס איז שוין דאס בעסטע אויך אין מצב הרוחני, איז דאכן נאך העכער, און ס'איז א זיכערע זאך, ווי דער באוואוסטער כלל, אז אינו מבקש אלא לפי כוחו אז יעדער ענין פון תורה און אידישקייט בכלל, וואס דער אויבערשטער האט, אז יעדער איד וועט אזוי טאן און זיך אזוי אויפפירן איז אינו מבקש אלא לפי כחם לויט די כוחות וואס דער אויבערשטער האט זיי געגעבן, מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, האט דאס אבער זיי אפגעגעבן אינגאנצן, ביז וואנענט אז תורת אמת זאגט, אז דאס איז געווארן זייער אייגענער כח, און בשעת זיי נוצן דאס ווי ס'דארף צו זיין, איז דאס זייער זכות און זייער קיום און זייער מילוי השליחות פון דעם אויבערשטן צו זיי, צו יעדערן פערזענליך בכל משך ימי חייו. און זיכער, אז מי שיש לו מנה רוצה מאתיים, אז דער אויבערשטער האט איינגעשטעלט אין וועלט, אז בשעת מ'האט שוין א דערגרייכונג, אפילו אין גשמיות'דיקע זאכן, ווי געלט, על אחת כמה וכמה אין נשמה'דיקע
¶5זאכן און ביי אידן תורה זאכן איז רוצא מאסיים וויל ער גלייך אט דאס וואס ער האט שוין דערגרייכט, מאכט ביי אים א תוקף הרצון אז ער וויל מיטן גאנצן שטורעם, לכל הפחות צוויי מאל אזויפיל, וויסנדיק אז דער זעלבער מאמר זאגט אים אן, אז בשעת ער וועט באקומען דעם מאסיים דערגרייכן זיין רצון, און וועט דאס באקומען צוויי מאל אזויפיל, וועט ער זיך דערביי ניט אפרוען זיך און זיך מפסיק זיין, נאר דאס וועט ביי אים גלייך אויפוועקן, אז ער זאל ניט קענען רוען און רויצען ד'מא, צי ער וועט וועלן צוויי מאל אזויפיל פון דעם נייעם צושטאנד און די נייע הויכקייט בארימכם צו וועלכע ער האט דערגרייכט. וואס לכאורה האט מען דאך אנגעהויבן, אז דאס רעדט זיך וועגן מדריכות און מסיימות, און וואס זיי זיינען דאך א באשטימטער טייל פון דעם אידישן פאלק, דערנאך ברענגט מען אויף דערויף און מ'פארבינדט דאס מיטן סיום פון דער פרשה פון דער וואך, און ווי דערמאנט פריער, איז די פרשה רעדט אינגאנצן לכאורה ביי אידן גופא מערניט ווי וועגן שבט לוי, און אין שבט לוי עצמו מערניט ווי אט די טייל פון שבט לוי, וואס זיי האבן זיך פארנומען מיט באקומען די מתנות און די מעשרות וועגן וועלכע ס'רעדט זיך אין פסוק, און דערנאך דאס נוצן יעדערער לפי ענינו, איז דאך באוואוסט אויף דערויף, אז ס'געט דער ענין פון תורה שבכתב האט אויף זיך בפירושו ניתנה בשעת מ'האט געגעבן תורה שבכתב האט מען דאס גלייך געגעבן מיטן פירוש
¶6פון תורה שבכתב, וואס דאס איז תורה שבעל פה, האט מען דאס דעמאלט איבערגעגעבן בעל פה פון משה צו יהושע און צו די תלמידים זייערע, און דערנאך תלמידים לתלמידים, באווארנט אויך די פירושו פון תורה שבכתב פון די פסוקים עצמם פון דעם סיום פון פרשה קרח, האט דאך דעם טייל אין תורה שבעל פה פה וואס איז דאס מפרש וואס דאס מיינט און ווי אזוי מ'זאל דאס אויסנוצן, און צו וועמען דאס האט א שייכות. וואס אף על פי וואס אין דורות שלפני זה איז דאס געווען א תורה שבעל פה, איז דאך דוקא מצד די שוועריקייט פון גלות און ירידת הדורות איז דאך צוגעקומען די גרויסע תקנה, אז תורה שבעל פה האט מען פארשריבן און דאס איז ביז וואנענט אז מ'האט דאס מפיץ געווען און אפגעדרוקט אין ספרים פון תורה שבעל פה, אויף תורה שבכתב בכלל, און אויף די פסוקים פון דעם סיום פון פרשה קרח במיוחד, וואס אט דארטן האט מען באקומט מען גלייך ארויס פון אט די ספרים, און אויך ווי דערמאנט, א ליכטיקער פירוש מיט א ליכטיקע אנווייזונג, ווי אזוי דאס איז פארבונדן מיט יעדער אידן בכלל, און במיוחד פארבונדן מיט מסיימות פון איין שלאף, פון איין אופן אין לימוד התורה, וואס דאס ווערט א צוגרייטונג צו נאך א העכערן אופן אין לימוד התורה.
¶7און די וואס גרייטן זיך אויסצונוצן די זומער-צייט, וואס דעמאלט איז מען באפרייט פון פארשידענע ענינים, במילא האט מען נאך מערער צייט אויף אויסנוצן דאס אויף די ענינים וואס דאס איז די נשמה'דיקע שליחות, און אויסנוצן דאס אין א ליכטיקן אופן און אין א רואיקן אופן, ווארום מ'פארט ארויס א טייל פון אייך, און די גרעסטע טייל פון אייך מחוץ לעיר, מיטן גאנצן טומל הומל וואס ס'איז דא אין א גרויסער שטאט. און מ'קען זיך אינגאנצן אפגעבן, ומתוך שמחה וטוב לבב, ומתוך בריאת ענכונה, אן קיינע בלבולים און אן קיינע דאגות, מ'וועט ממלא-זיין די נשמות'דיקע שליחות כללות, ובמיוחד די טייל וואס מ'לערנט-אפ פון דעם סיום פון פרשה קרח. וואס אין די פירושה ניתנה, ווי ס'שטייט גלייך אין רמב ם, וואס ער איז דאך געווען דער מורה הנבוכים, און האט געמאכט א ספר וואס ער שרייבט גלייך אין דער הקדמה, אז ער שלייבט דאס אין א קלארן סגנון, אין א ליכטיקן אופן, אז ס'זאל זיין פארשטאנדיק א קטן כגדול און זיכער איז דאס נאכמער פארשטאנדיק פאר די וואס האבן אפגעגעבן דעם גאנצן יאר, אדער נאך מער ווי איין יאר, און האבן זיך געגרייט חדשים נאכאנאנד אויף ממלא-זיין אט דעם תפקיד איז דאס איז צו זיי נאכמער קלאר און נאכמער פארשטאנדיק, וויבאלד אז זיי איז אויך געגעבן געווארן דעם כח אז זיי זאלן משפיע זיין אויף א רבים, האבן זיי אויך, בהוספה אויף אלע ענינים האמורים אויף די דערמאנטע זאכן אויך דעם זכות הרבים. שרייבט דער רמב",ם, אז כאטש אפילו דאס רעדט זיך וועגן שבט לוי, און אין אנדערע פסוקים וואו ס'רעדט זיך וועגן שבט לוי דארף מען וויסן זיין, אז דער פירוש אין דעם איז, אז לא שבט לוי בלבד נאר כל אחד ואחד, יעדערער און יעדערער וואס זיין
¶8הארץ איז מתנו לבו אויף זיך אפשיידן און זיך אפזונדערן פון הבלי העולם פון די פוסטע זאכן און די נארישע זאכן און די זאכן וואס זיינען ניט פארבונדן מיט אידישקייט, איז דאך דאס פאר יעדער אידן א זאך וואס איז פוסט פון זיין נשמה, במילא איז דאס א הבל הבלים, איז בשעת מ'איז מחליט אז מ'זאל אפגיין דערפון, און זיך פארנעמען און זיך אריינטאן ווי אזוי צו דינען דעם אויבערשטן און ממלא זיין זיין שליחות איז אים מיינט מען אין די ענינים און אין די פסוקים וואו ס'רעדט זיך בגלוי, לכאורה בכתב, וועגן שבט לוי, מיינט מען אט דעם מענטשן, אט דעם אידן, א מאן אדער א פרוי, וואס ער שייט זיך אפ פון הבלי העולם און פארנעמט זיך און באהעפט זיך, וואס דאס איז דאך דער אפטייטש פון לוי, ילוה אישי אלי ער באהעפט זיך מיט דער אמת'ער זאך מיט וועלכע א איד דארף זיך באהעפטן, וואס דאס זיינען דאך זאכן פון אידישקייט, תורה ומצוותי', וואס הם חיינו ואורך ימינו פון יעדערן, און נאך גאר אין א גרויסער מאס פאר די וואס אן זיי הענגט-אפ אדער וועט אפברענגען דער לעבן פון זייערע מודרכים, פון זייערע תלמידים אדער זייערע תלמידות, אדער די קינדער מיט וועלכע זיי וועלן אנפירן, ווי אזוי זיי וועלן טאן און ווי אזוי זיי וועלן פארברענגען דעם טאג-טעגלעכן לעבן זייערן, אז ס'זאל זיין אן אמת'ער לעבן, דורכגענומען מיט אידישקייט, וואס אט דעמאלט, ווי ער זאגט אין סיום פון פרשה קרח, דארף מען ניט האבן קיין ענין פון מלחמות, וואס דערפאר איז שבט לוי איז געווען באפרייט פון מלחמות, דערפאר וואס זיין ארבעט אין וועלט איז אין אן אופן וואס ה'הוא נחלתך, במילא דארף ער ניט האבן קיין ביז זאר, גיין און מלחמה האבן און ארויסנעמען דורך א מלחמה, ער באקומט דאס מידו המלאה הפתוחה והקדושה פון דעם אויבערשטן,
¶9וואס ער גיט דאס אים בדרכי נועם ובדרכי שלום, דורך עלטערן אדער דורך מסקנים אדער דורך מוסדות וכיוצא בזה, און גיט דאס, ווי געזאגט, אין א פולער מאס און אין א צופרידענער אופן, אזוי אז מ'נעמט דאס אויך אין א פריילעכן אופן, און אין א פולן אופן א צופרידענען אופן, במילא נוצט מען דאס אויך אויס מתוך שמחה וטוב לבב, אין דער פולסטער מאס. וואס דא זאגט מען, אז השם הוא נחלתך, און אפילע זאכן וואס זיי זיינען ניט פארבונדן און ניט פארשטאנדיק על פי שכל, ווי אזוי וועט מען קענען דאס דערגרייכן און דערצו צוקומען, זאגט מען, אז דאס איז אן ענין, אז דער אויבערשטער איז הוא איז דתו גורלך דאס קומט אן על ידי הגורל, וואס דורך דערויף וואס ס'איז אויסגעפאלן בגורלו אדער בגורלה אז מ'איז געבארן געווארן א אידיש קינד, און בא אזוינע עלטערן, אדער אין אזא מין סביבה, וואס מ'גרייט צו אז מ'זאל דערנאך זיך אפגעבן מיט מדריך זיין, אנהויבנדיק פון זיך אליין, אין הים חיינו ואורך ימינו, אז דער לעבן זאל זיין אין אן אופן פון לוי, פון באהעפטן זיך דורך אידישקייט, באהעפטן זיך מיט מקור החיים, מיטן אויבערשטן אליין, און טאן דאס אין א גאנצן אופן, א שלימות'דיקן אופן, וואס דאס איז דאך אויך די הנהגה פון שבט לוי, ובפרט נאך אין כהנים, בפרט נאך אין כהן גדול, אז מ'דארף זיין א תמים, במילא טוט דער אויבערשטער און גיט אלץ, אז מ'זאל זיין אינגאנצן געזונט און גאנץ ברוחניות, גיט דאס אויך צו, אז מ'זאל זיין אויך פארשטארקט אין דער בריאות אויך פון דעם גוף, אז ער זאל אויך ניט שטערן צו דורכפירן די נשמות'דיקע שליחות דורך דעם גוף, און טאן דאס בשמחה ובטוב לבב.
¶10און ווי דערמאנט ווי דער רמב ם, וואס דאס איז אין זיין טייל פון חיבו, כגדול ווי ער איז מפרש אט די פסוקים פון ענדע פון קרח, פון פרשה קרח, זאגט מען, אז דאס מיינט מען יעדער אידן וואס ער שייט זיך אפ פון הבלי העולם, און פארבינדט זיך אויף משרה זיין אויף דינען דעם אויבערשטן, דורך פארשפרייטן די ידיעה וועגן דעם אויבערשטן, די אמונה אין דעם אויבערשטן, און אהבת השם און יראת השם צו זיך, אנהויבנדיק פון זיך אליין, און דורך זיך צו דער גאנצער משפחה, על אחת כמה וכמה צו די תלמידים און תלמידות און מודרחים און מודרכות, ווי דערמאנט מערערע מאל. און טאן דאס, ווי דער רמב אים איז דערנאך מסייע, אז דורך דערויף קען יעדערער דערגרייכן, ביז וואנענט אז אויף אים זאגט תורת אמת, אז ער איז א דרגא פון קודש קדשים, וואס דאס איז א טיטול און א תואר וואס בא שבט לוי עצמו איז דאס געזאגט געווארן אויפן כהן גדול, זאגט דער רמב״ם בפשטות, און אויף לשון ברורה, אז דאס איז די מעגלעכקייט געגעבן געווארן צו יעדער אידן, אויב ער וועט נאך באשליסן אז ער גיט זיך אפ אויף דינען דעם אויבערשטן דורך פארשפרייטן אידישקייט, ובפרט תורה ומצוותי', ובמיוחד אמונת ה'און אהבת ה'און יראת ה'און דעת אלקי אביך, וואס דאס איז דאך ספעציעל ארויסגעגעבן געווארן אין תורת חסידות חב אד, ונשיא דורנו האט דאס דערקלעבט מערערע מאל, אז אויף דערויף זאגט מען יתפרנס ומיני אז דאס ווערט פארשטאנדיק ביז וואנענט אז דאס ווערט אנגענומען און א טייל פון דעם שכל, פון דעם אידן,
¶11א קליין אדער גרויס, מאן אדער פרוי, וואס גיט זיך אפ מיט לערנען אט די ענינים, און ווייס אז דאס דורך דערויף איז ער ממלא דעם רצון פון זיין נשמה, וואס איר שליחות איז דאך, אז זי זאל פועל זיין אויך אין דעם גוף, וואס אט דעמאלט איז אויך ווי שבט לוי ווערט דאס אויך במכל-שכן פון די תמימות וואס ס'דארף זיין ביי א כן גדול, ווערט דאס ווי דער רמב איז מפרש אין א הלכה, ווערט דאס געגעבן אזוי דער כח צו יעדער אידן, אז בשעת ער באשליסט צו גיין אין דער ריכטונג איז א זיכערע זאך, אז על שם הוא נחלתו, אז ער ירשנ'ט די אלע ענינים וואס דער אויבערשטער וויל אז ער זאל טאן אין זיי, באקומט ער דאס אין אן אופן פון נחלה וירושה, וואס דער דין בא ירושה איז דאך, ווי גערעדט מערערע מאל, אז מ'דארף אויף דערויף ניט האבן קיין יגיעה מיוחדה, ער ווערט געבארן אלס א יורש, אז דאס איז א בן אברהם יצחק ויעקב, אדער א בת שרה רבקה רחל ולאה, יישנטן כביכול אטאמטיש, די אלע ענינים וואס אברהם יצחק ויעקב און שרה רבקה רחל ולאה האבן דאס זיי איבערגעגעבן געבן, און איבערגעגעבן דאס בעין יפה, און איבערגעגעבן אין אזא אופן ווי דער זאגט פריער אז מ'דארף ניט האבן קיין יגיעה מיוחדה, אז דאס זאל ווערן אייגענע כוחות מיט וועלכע מ'קען טאן אין דער פולסטער מאס, וואס דאס קומט-אן אין אן אופן פון ירושה. וואס דאס איז, ווי געזאגט, די קלארע אנווייזונג פון דעם סיום פון דער פרשה, ובפרט אין די לעצטע ענינים אין דערויף. און דאס קומט לויט דעם פירוש וואס תורה שבעל-פה האט געגעבן אויף די פסוקים, ווערט דאס קלאר פאר יעדערן פון אייך, ביז וואנענט אז איר קענט דאס דערנאך זיכער קלאר-מאכן פאר די אלע מיט וועלכן איר וועט קומען אין בארירונג, אז יעדער אידיש קינד, מקטנם ועד גדולם, האט אין זיך די
¶12אלע נויטיקע כוחות, אז ער זאל מאכן די גוטע באשלוסן און די פעסטע באשלוסן, און די באשלוסן זאלן ארויסקומען בפועל, ביז אין מעשה בפועל, וואס דורך אט די באשלוסן ווערט ער אויפגעהויבן, ווי געזאגט פריער, והרמחם את חול בו ממנו אז ער הויבט-אויף זיך, און הויבט-אויף אלע זיינע ברידער און שוועסטער, און די עלטערן, און די באבעס און די זיידעס, נאך העכער פון חלבו, פון זייער מעמד ומצב ווי זיי זיינען געווען ביז דעמאלט, איז אט דער אדער די הויבט זיי אויף נאך העכער, און הויבט זיי אויף ביז אין אן אופן, אז בא יעדערן פון זיי ווערט דער אויבערשטער חלקו ונחלתו, און אין אזא אופן אז ער דארף ניט אנקומען צו קיינע חס ושלום מלחמות, ער באקומט דאס אן שוועריקייט, מ'דארף נאר האבן ער אדער זי זאל מען מאכן דעם פעסטן באשלוס אויף נוצן יעדער רגע, עאכו כמה וכמה יעדער טאג, עאכו כמה וכמה די זומעדיקע טעג, וואס אט דעמאלט האט מען דאך ניט די שטערונגען פון קעלטן און ווינטן און שניהם וכיוצא בזה, ובפרט נאך אז מ'געפינט זיך מחוץ לעיר, אדער אפילו אז מ'געפינט זיך אין שטאט געפינט מען זיך אבער אויך מחוץ פון דעם וואכעדיקן לעבן פון א גאנץ יאר, וואס מ'האט פארשידענע וואכעדיקע בלבולים, וואס אין די זומער'דיקע טעג זיינען זיי ניטא מצד טבע העולם אפילו בא ניט-אידן, על אחת כמה וכמה אז די בלבולים זיינען ניטא בא אידן, עאכו כמה וכמה בשעת דער איד לערנט אט די פסוקים אין דער סדרה פון היינטיקע וואך, און טוט דאס ווי דער אלטער רבי האט פארגעשלאגן און געגעבן די כוחות אויף דעם, אז ער לעבט דערמיט אין זיין טאג-טעגלעכן לעבן ווערט דאס אן ענין וואס דאס איז דם ובשר כבשרו יתפרנסון מיני דאס ווערט א טייל פון זיין לעבן, און ער קען טאן אין די אלע אויב דערמאנט
¶13זאכן אין אן אופן פון הלוך והוסיף ואור, טאן אלץ מערער און מערער, און הויבן זיך און דעם ארום זיך בארמחם אלץ העכער און העכער, ביז אין שמי השמים, אז זייענדיק דא א נשמה בגוף, שטייט ער דא אין דער ארץ הזוה התחתונה, אין אן אופן אז ער ברענגט אראפ די שמים און שמי השמים די העכסטע דרגא וואס ס'איז דא אין הימלען, ברענגט ער דאס אראפ דורך תורה און אידישקייט בכלל, וואס זיי זיינען דאך געגעבן געווארן מן השמים דברתי עמכם און געגעבן געווארן פון שמי השמים פון די העכסטע ערטער און דרגות פון די הימלען האט דאס דער אויבערשטער אראפגעבראכט בחודש השלישי, וואס איצטער קומט מען קומט מען פון דעם חודש השלישי, וואס דאס איז דער זמן פון מתן תורתנו, און מ'גייט אריין אין דעם חודש וואס נאך דערויף, וואס פאר אונז במיוחד אין אונזער דור איז דאס דער חודש הגאולה, אז ס'איז געווען די גאולה פון דעם נשיא הדור, אין אן אופן פון ניסים וניסי ניסים און ער האט דערנאך באוויזן דאס, ווי ער האט געשרייבט אין זיין באוואוסטן בריוו, אז לא אותי בלבד גלו הקב,"ה, נאר יעדער איד און אלע אידן, אפילו אט די אידן וואס מסיבות משונות איז בשם ישראל יכונה ער מיינט, אז דער אידישער נאמען ביי אים איז דאס מערניט ווי א כינוי, א צוגאב נאמען, און דער עיקר איז דאך גאר פארבונדן מיט דעם ניט-אידישן נאמען און מיט די ניט-אידישע באפעלקערונג צווישן וועלכע ער געפינט זיך, ווארום זי איז דער רב, און אתה מעמט מכל העמים. זאגט מען, אז דער חג הגאולה, בפרט נאך פון תרפז י'ב'י'ג תמוז, וואס דעם שבת איז דאך געווען די התחלה פון דער גאולה, וואס דער שבת איז דאך ג'בתמוז, און זיכער וועט מען שוין גלייך אנהויבן מאכן אלע הכנות אויף אויסנוצן י'ב'י'ג תמוז,
¶14מיטן גאנצן פארנעם בכלל, ובמיוחד אויסנוצן דאס מיטן גאנצן פארנעם פאר די מושפעים און פאר די מדרכים ומדרכות, אנהויבנדיק פון דעם אייגענעם גוף און פון דעם אייגענעם חלק אין וועלט, און אנהויבנדיק פון דעם אייגענעם שכל, אז אויך דער שכל פון נפש הבהמית ווערט אינגאנצן דורכגענומען מיטן שכל פון נפש האלקית, וואנענט אז דאס פועל'ט אזוי אויך פון דעם שכל, ווערט דאס נמשך אין מדות שבלב, אז זיין אדער עיר, אהבה ויראה, ווערט דאס דערנאך נמשך אין די אלע ענינים פארבונדן מיט תורת חיים במיוחד, ובפרט מיט דעם חלק אין תורת חיים, ווי דערמאנט פריער, מיט וועלכן ער לעבט איצטער, און וואס ער רעדט, ווי אזוי יעדער איד האט מען געגעבן די כחות, און מ'האפט פון אים, אז ער וועט דורכפירן די שליחות, ווי דערמאנט שוין מערערע מאל פון בהרימחה, פון אויפהויבן יעדער זאך פון וועלט, און אין וועלט גופא ניט באגנוגענען זיך דערמיט וואס ער הויבט דאס אויף און מאכט דאס א בעסערער טייל אין וועלט, דער חלב פון וועלט, נאר דערנאך, נאך די ווי ער האט דאס געמאכט פאר דעם חלב פון וועלט, איז דערנאך הויב� ער דאס אויף נאך העכער און נאך העכער, ביז וואנענט ווי ס'איז געווען בפשטות, אז די מאסרות וואס די לוים האבן באקומען, איז מאסר מן המאסר האבן זיי געגעבן דערפון, און דורך דערויף איז זיי געשפייזט געווארן די כהנים, וואס זיי האט דער לוי אפגעגעבן דער מאסר מן המאסר, ביז דעם כהן גדול, ווי דערמאנט פריער.
¶15און א זיכערע זאך, אז ער ביי זיך אליין שטייט נאך פעסטער אין זיין מעמד ומצב און אין זיין עבודה אלס א לוי, וואס דאס איז די עבודה, ווי דערמאנט פריער, אויף מאכן פון יעדער זאך פון וועלט, אז דאס ווערט אן ענין פון לוי א באהעפטן דאס, באהעפטיקונג מיט אידישקייט, און דורך דערויף א באהעפטיקונג מיט געטלעכקייט, און דורך דערויף א באהעפטיגונג, און אויך א כלי, אין וועלכע דער אויבערשטער איז דערנאך משפיע רב טוב גשמי ורוחני, אלע בעסטע זאכן ברוחניות, ועאכו כמה וכמה דאס בעסטע אין גשמיות, וואס דאס נעמט אראפ אלע בלבולים, און מ'קען זיך אפגעבן מיט מנלה זיין ערפילן די נשמות'דיקע שליחות אין גוטן געזונט און אן קיינע דאגות בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מודך, מערניט ווי אויף פארשפרייטן אידישקייט בכלל, און פארשפרייטן אידישקייט תורה ומצוותי'בא די מודרכים ומודרכות, און זיך אליין בכלל, וויבאלד אז מ'האט מסיים געווען איין יאר פון לערנען, איז דאך דאס א זיכערע זאך, מערניט ווי א צוגרייטונג, אז רצה מאתים אז אין דעם יאר צו וועלכע ער גרייט זיך, וויל ער דערגרייכן לכל הפחות צוויי מאל אזויפיל, און ווייס גלייך בא זיך, אז נאך דערויף וועט ער וועלן פיר מאל אזויפיל, ווי דערמאנט אויך פריער, און אין דערויף אלעם האט ער גלייך די הבטחה, ווי אויך דערציילט אין אט די פסוקים, אז דער אויבערשטער איז אים מבטיח, אז ער דארף ניט האבן קיינע מלחמות און דארף ניט האבן קיינע דאגות, הוי'הוא נחלתו אני חלקך ונחלתך, ביז אין אן אופן פון אתה גורלי, אז ס'קומט די אלע זאכן אין וועלכע ס'קומט מצד יגעת ומצאת, האט מען אויך דורך דאס וואס מ'באקומט דורך דערויף וואס מעיפה גורל ירושתנו און חלקנו, און אויך גורלנו, וואס על פי הגורל, ס'איז ניט וואס מ'האט אליין אין דערויף זיך משתדל געווען,
¶16דער גורל איז געפאלן, אז ער אדער זי זיינען געבארן געווארן א בן אברהם יצחק ויעקב, און א בת שרה רבקה רחל ולאה, וואס דאס איז דאך ניט מצד זיין שכל האט ער דאס אויסגעקליבן, נאר ער האט דאס גלייך באקומען פון א העכערן אופן, וואס דאס ווערט אנגערופן בשם גורל און מ'זאגט, אז א גורל פון א אידן איז הוי'און החלתו אט דאס איז דער ענין פון געטלעכקייט, ווי דאס קומט אראפ און איז משפיע אלע ברכות והצלחות צו יעדער אידן און צו אלע אידן, מקטנם ועד גדולם, סיי מענער סיי פרויען סיי אנשים און סיי נשים און סיי טף, מאכט פון זיי אלע צוזאמען א שבט לוי, אז זיי ווערן באהעפט אלע צוזאמען, ביז וואנענט אז ס'ווערט ווי אונטערשטראכן אין היינטיקן יאר, הקהל את האנשים ואנשים וטף, אז ס'ווערט אן איין און איינציקער קהל פאראיינציקט מיט גלויבן און אמונה און אהבת און יראה פון דעם אחדות האמיתית, וואס דאס איז געטלעכקייט, ווי אראפגענומען אין תורה אחת ומצוותי', ווי דערמאנט שוין מערערע מאל. ובפרט נאך אז ווי מ'פירט זיך אין אזוינע צוזאמענקומען, פארענדיקט מען אויך מיט א ענין של צדקה, וואס צדקה איז דאך שקולה כנגד כל המצוות, און גיט גלייך די הבטחה, ווי ס'שטייט אין תורה שבעל פה, אז בשעת א איד גיט צדקה, מאיזו סיבה שתהי'אפילו אז דאס איז ביי אים פארבונדן מיט א הכרח וכיוצא בזה גשמי, וויבאלד אבער אז ער גיט צדקה, איז דער אויבערשטער גיט אים כמה פעמים ככה די צדקה פון דעם אויבערשטן, וואס זי איז דאך, לויט דעם פארנעם פון דעם אויבערשטן מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, און לי הכסף ולי הזהב, ווי גערעדט שוין מערערע מאל, און בפרט נאך, ובמיוחד, אז יעדער איד און אלע אידן, ובפרט נאך מדריכות ומדריכות, ובפרט נאך אט די וואס האבן שוין מסיים געווען א גאנצן יאר פון לערנען, און האבן דאס בא זיך אין זי
¶17קרן, און אין א צוגעגרייטן אופן, אז דאס זאל זיין די ריכטיקע צוגרייטונג אויף שטייגן גלייך צוויי מאל אזויפיל, און דערנאך פיר מאל אזויפיל וכו,' האבן זיי אט די אלע ענינים גאר אין א גרייטן אופן און א פארציקן אופן, און א שולחן ארוך, אז מ'דארף מערניט ווי צוגיין און נעמען פון די פארציקע זאכן, און נוצן דאס אין טאג-טעגלעכן לעבן, וואס אט דעמאלט מאכט מען פון אלע טעג, אפילו פון די וואכן טעג, מאכט מען ימים טובים און ימי פון קודש לה', אף על פי וואס דער ערשטן מאל שטייט אז ס'איז א יום קודש, איז דאס שבת, ביז קודש קדשים שבת שבתון דער יום הקדוש, גיט מען א אידן בכח, דורך זיין פארבונד מיט אידישקייט, צו תורה ומצוותי', אין א מיטן פון א וואכעדיקן טאג, פארבינדט ער זיך און די אלע ארום זיך, ביז וואנענט אז ס'ווערט אנטפלעקט אין דעם וואכעדיקן טאג און אין דעם וואכעדיקן ארט, ווערט א פלעק, ווי דערמאנט מערערע מאל, די קודש קדשים פון דער גאנצער וועלט, וואס דאס איז אין בית המקדש, און די קודש קדשים פון אלע זמנים וואס דאס איז יום הכיפורים, און די קודש קדשים פון א אידישער נשמה, וואס דאס איז יחידה שבנפש, ווערן זיי אלע אנטפלעקט בכל הנוגע צו מעשה בפועל, אז דאס זאל ווירקן פונקט ווי ער וואלט געשטאנען אין קודש הקדשים וביום הכיפורים, און עובד געווען עבודתו מיט זיין יחידה שבנפש, ווי גערעדט מערערע מאל.
¶18וכאמור בפרט נאך אז מ'פארבינדט דאס מיט א שליחות אויף צדקה, וואס דעמאלט באקומט מען, ווי דער אויבערשטער האט מבטיח געווען, אז ער גיט פון זיין פארמעגן, פון דעם אויבערשטנ'ס פארמעגן, גיט ער אין אן אופן פון צדקה, וואס צדקה איז דאך א זאך וואס מ'פארלאנגט קיין זאך ניט ביים מקבל הצדקה, מ'גיט אים, וויבאלד אז דאס איז אן עשיר גיט ער, לויט זיין עשירות אין דעם גרעסטן פארנעם צו דעם מקבל, ניט ערווארטנדיק אפילו, עאכו כמה וכמה ניט פארלאנגענדיק, מכריח זיין אז ער מוז אים דערפאר עפעס אומקערן, ובפרט נאך אז דא דארף מען גאר ניט פארלאנגען, ווארום יעדערער איז, מקטנם ועד גדולם, בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו, איז דער פסק-דין הידוע, אז ער וויל מפנימיות נפשו מקבל מקיים זיין דעם אויבערשטנ'ס רצון, וואס בנוגע צו יעדער אידן איז דאס, אז יעדער איד זאל ממלא זיין זיין שליחות אין וועלט, דורך מאכן א דירה לו יתברך בתחתונים אין יעדער חלק אין וועלט, אנהויבנדיק פון דער חלק און דער שכונה און דער גאס, און אט די הויז אין וועלכע ער אדער זי געפינט זיך, מאכט ער דארטן א מקדש ביז וואנענט אז דער אויבערשטער איז אים מבטיח, ושכנתי בתוכם, אז דער אויבערשטער נידערט אראפ צוזאמען מיט די שמי השמים, און גייט אראפ אין זיינע אדער אירע ד'אמות, אין דער הויז און אין דער שכונה, און דורך דערויף צו אלע אידן ארום אים, און אויך צו ניט-אידן דורך שבע מצוות בני נח, און גייט אראפ בסבר פנים יפות, ביז אין אן אופן אז מ'זאגט אני נחלתך, און מיט אלע ענינים, ווי דערמאנט פריער.
¶19און ויהי רצון, אז אין צוגאב צו די אלע החלטות טובות, וואס דער אויבערשטער איז זיך רואה ולבב, און זעט אז מ'האט די מחשבה טובה און החלטה טובה, איז ער גלייך מצרפה למעשה שטעלט ער צו די אלע מעשים, אלע ענינים דורך וועלכע מ'זאל קענען די מחשבות והחלטות טובות אראפברענגען אין מעשה בפועל, און די אלע זאכן היילן נאכמערער צו די תפילה פנימית, די בקשה פנימית פון יעדער איד און פון אלע אידן, וואס דאס ווערט דאך אויך איינגעשלאסן אין דער הדרכה און דעם סיום וחותם און די הכנה לשנה הבאה פון יעדערן פון אייך בתוך כלל ישראל, אז את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח, בתחזינה ענינו ושובך לציון ברחמים זאל דאס זיין בפועל ממש, ובמעשה בפועל, ולמטה מעשרה טפחים, דער קיין היעוד תיכף ומיד, ולא עיכבם אפילו כהרף עין ס'קומט אראפ אן קיינע עיכובים גלייך אט דא למטה מעשרה טפחים, נשמות בגופים די גאולה האמיתית והשלימה, אז בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו, און ווי דערמאנט פריער אין אן אופן פון קהל גדול, הקהל האנשים והנשים והטף, און אין אן אופן פון תסמך און תסמך מתוך שמחה אמיתית וואס מ'איז אליין בשמחה של מצוה, און אויך תסמך מ'מאכט פריילעך דעם גאנצן ארום, ביז ווי דערמאנט אין דער שמחה האמיתית והפנימית והעיקרית די שמחה פון גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, יבוא וילכנו קוממיות לארצנו, ותיכף ומיד ממש, אמן כן יהי רצון. סיי זאלן א געזונטן זומער, און א פריילעכן זומער, און א אידישן זומער, און א חסיד'ישער זומער, און גרייטן זיך יעדערער בתוך כלל
¶20ישראל, צו מקבל זיין פני משיח צדקנו, בשמחה ובטוב לבב, ותיכף ומיד ממש.