Paragraph
Paragraph rh-vc85zmxd
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-vb7mhpaz
- order
- V
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וויבאלד אבער אז ער ווייס אז די זאך איז אזוי איז דאך פארשטאנדיק אז ס'טאר ניט אנרירן די מעשה והנהגה שלו, בפרט אין אן ענין וואס פארבינדט אים מיט א צווייטן וואס איז א צווייטער שולדיק וואס ער האט בא זיך ניט אויפגעטאן אז ס'זאל זיין דער יחוד נפלא מיטן שכל פון נפש אלקית, במילא דארף זיין אויף דערויף א זהירת מיוחדה, דאס איז אבער אן ענין וואס מ'קען מ'טאר זיך ניט אפנארן אז מ'האלט ניט דערביי איז קיין עצה ניט אז מ'זאל זיך אפנארן און זאגן אז מ'האלט יא דערביי, נאר וואס דען מ'מאנט ביי א אידן, און מ'גיט אים כח, ער זאל אויפטאן ביידע ענינים, אז אף על פי וואס ער האלט נאך ניט דערביי ער טוט אבער אין דעם מה שתלו בו, איז אט דעמאלט איז דאס אויך אן עבודה אמיתית, אף על פי וואס דאס איז ניט קיין אמת לאמיתתו, כמובן דער חילוק אויך ווי דער ענין ווערט נתבאר אין תניא, דער חילוק פון אמת און אמת לאמיתתו, אף על פי וואס אויך אמת איז דאס אויך אן ענין וואס דאס איז היפך השקר והקזה וכו'וכו כמבואר אין די דרושים.
- proofread
- 0