עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-vc4yheh3

kind
paragraph
order
V
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס אט דאס איז דאך אויך דער השתדלות במיוחד בראש-חודש, מיט אלע ענינים פארבונדן מיט ראש-חודש, ביז וואנענט אז מ'זאגט אין דערויף א חידוש, אז ראש-חודש זאגט מען אויף דערויף ובראשי חטשיכם רשון רבים, ווי ער שטעלט זיך אויף דערויף אפ אין זהר, און מבאר אין דערויף אין ביאורי הזהר, וכמדובר כמה פעמים די ענינים ודי פרטים בדבר. און יהי רצון, אז מ'זאל אראפברענגען די אלע ענינים אין מעשה בפועל, און אין דער נקודה וואס מולד איז מחדש, אז דאס הויבט אן גלייך לייכטן, און מ'ווייס שוין, אז אפילו על-פי טבע מוז זיין הלוך והוסיף ואור, ביז וואנענט אז ס'ווערט די שלימות פון אט דעם אור וואס ער איז ערשט איצטער נולד געווארן אין רגע המולד, ביום הרביעי, ווי ס'איז די קביעות פון שנה זו. און דאס קומט אראפ וויבאלד אז מונין ללבנה איז דאך פארשטאנדיק, אז מ'דארף זיך ניט באגנוגענען, און מ'טאר זיך ניט באגנוגענען מיט דעם ענין ללבנה אליין, נאר דאס איז מעורר, אז די אלע ענינים וואס מ'זעט אין דער לבנה, על אחת כמה וכמה די ליכטיקע ענינים שבה, דאס א איד אפשפיגלען אין זיין חיים, ביז חיי הלילה, על אחת כמה וכמה אז פון דער לילה גייט ער דאך אריין אין הוסיף והולך ואור ווי ס'ווערט אויך בגלוי דער אור השמש, מ'דארף דאך דאס אפשפיגלען, בפרט נאך אז מ'דארף דאך אויך האבן די התחזקות אין מעשינו ועבודתינו במיוחד אין דעם חודש, און במילא אויך אין דעם ראש-חודש, וואס פון אים קומען דאך אלע ענינים פון דעם חודש, על אחת כמה וכמה די התחלה פון די אשלמותא פון דעם חודש, דארף מען דאס אויך פארבינדן ביז אין מעשה בפועל, וואס דאס איז דאך אויך דער חילוק צווישן לימוד און מעשה איז דאך על דרך ווי דער חילוק פון שמש וירח,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions