ליל שמחת תורה תרצ"א
ליל שמחת תורה תרצ"אא
הרבה טועים בענין עבודה שבלב*1 און מיינען שהוא כעין הידור מצוה, מדת חסידות, און זאָגן לכשאפנה אשנהב, היינו כשיהי' לו כל הצטרכותו, לפי מה שהוא מודד לו בעצמו כל ההצטרכות שלו, וויפעל עס קומט אים לפי דעתו.
דער טעות בני אדם איז דאָך זייער גרויס, דער אהבת עצמו און דער יקר בעיני עצמו, די אייגענע ליבשאַפט און די אייגענע טייערקייט וואָס דער מענטש האָט זיך ליב און באַ זיך טייער דאָס פאַר בלענט אים דיא אויגן און איז מכסה על האמת.
איז אַז ער טראַכט אָפּ וויפיל ער דאַרף און וויפיל אים קומט לפי דעתו, איז יעמולט הייבט ער אָן טראַכטן וועגן עבודה, מאָנטיג און דאָנערשטיג, שבת נאָך קאַווע, אַז ער קומט אין בית הכנסת און רעט אָפּ מיט אַלעמען איז נאָך דעם ווי דער צבור האָבן גיענדיקט דאַוונען הייבט ער אָן טראַכטן וועגן עבודה דאַוונען באריכות, און לבסוף דאַווענט זיך ניט, ער זאָגט אָפּ די ווערטער און יוצא.
דער טעם הדבר איז פשוט עס פעלט אים די גאַנצע הקדמה והכנה אל התפלה, פריער גאָר די פשוטע הקדמה פון אין עומדין להתפלל אלא מתוך כובד ראש*2 שהוא הכנעה ושפלות ווי רש"י זאָגטג.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- תרפ"ח-תרצ"א
- Id
- rh-vb780qyc
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.