Paragraph
Paragraph rh-vam9zhb2
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jaxgz877
- order
- P
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- בשם חוקים. איז דער טעם בזה איז, כמדובר כמה פעמים, מ'כאפט זיך אן אויף דעם ווארט און מ'פארגעסט אויף תוכן הענין. אמת טאקע ס'איז א חילוק, אז פרט המצוה איז אין דער מצוה עצמה, תנאי א מצוה קען זיין, וברכתובה פעמים איז דאס מחוץ למצוה, דער טעם, אז די מצוה זאל אנגערופן ווערן בשם חוקה איז וויבאלד אז די מצוה אליין האט א טעם אויף ערויף, און אלע פרטי המצוה האבן אויך א טעם בזה, און די תנאי המצוה שמחוץ למצוה האבן ניט קיין טעם, און מצד דערויף ווערט דאס א תנאי אין קיים כל המצוה דאס מאכט פון דער מצוה נאך א גרעסערע חוקה ווי ס'וואלט געפעלט אין פרטי המצוה, ווארום סיי פרטי המצוה און סיי כללי המצוה האבן טעמים, און אף על פי כן א דבר חיצוני איז דא א דבר שאינו האט אויף זיך ניט קיין טעם, און פונדעסטוועגן איז דאס מבטל און דוחה ניט נאר כללות המצוה וואס האט א טעם, נאר אויך כל פרטי המצוה וואס האבן א טעם. וואס אדרבא, דאס איז ניט קיין טעם, אז דערפאר ווערט פארענטפערט די שאלה, און דאס ווערט די קשיא נאך מערער, אז דעמאלט איז דאס נאך א גרעסערע חוקה.
- proofread
- 0