transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1כבדובר לעיל אין די עבודה פון חודש אלול, כמובן פון דעם ענין וואס פוסקים זאגן, אז מ'נעמט אראפ אפילו פון זמן תורה און מ'גיט דאס אריבער אין זמן תפילה במשך פון דעם יערך ימים, איז דאך אבער אויך פארשטאנדיק בפשטות, פונקט אזוי ווי דער לשון המשנה תשובה ומעשים טובים אז די עבודה אין תשובה מוז אראפגעבראכט ווערן און פועל זיין אין א הוספה, ביז אין אן אופן פון תשובה, וואס ענין התשובה איז דאך א מציאות חדשה, כמובן אין פשטני המקרא, אז דערפאר העלפט תשובה אויף כל הענינים אין לך דבר העומק בפני התשובה, דערפאר וואס ס'ווערט א נייע מציאות, על דרך זה אויך בכל יום יהיו ביניך כחדשים בנוגע צו לימוד התורה, על דרך זה אויך דער גדול לימוד שמביא לידי מעשה דער עשי'אין אן אופן חדש, ווי מ'טוט אין אן אופן חדש, מיט מערער געשמאק, בנוגע צו די אלע ראשי-תיבות'ן וואס ס'איז דא אין ווארט אלול, וואס דאס איז דאך כולל, כאמור לעיל, תורה עבודה און גמילות חסדים, נוסף אויף דעם ענין התשובה, נוסף אויף דעם ענין הגאולה וההכנה והעבודה לקרוב ולזרז נחישנה אין דעם ענין התשובה, איז דאך פארשטאנדיק, אז די עבודה העיקרית, און מ'דאס נעמט דורך די אלע ענינים, מוז דאס אראפקומען פון תשובה אויך אין מעשים טובים, ווי זיי שטייען אלע אויך אין די ראשי-תיבות פון חודש פון דעם ווארט אלול, כמדובר כמה פעמים און שוין אויך אפגעדרוקט.
¶2וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק בנוגע צו די מבצעים המיוחדים, צו חודש אלול. לכל לראש אויף רעדן און פועל זיין אויף יעדער אידן און אויף אלע אידן, מדברים היוצאים מן הלב, וואס דעמאלט הייסט נכנסים אל הלב ופועלים פעולתם, און דורך באווייזן א דוגמא חי'אין די אלע ענינים לרעך ביז אין אן אופן כמוך, וואס אין דעם רעך איז דאך נכלל כפתגם הידוע פון נשיא דורנו, יעדער איד צו וועלכן קען דערגרייכן אפילו אזא ווי וואס ער האט אים קיינמאל ניט געזען און קיינמאל ניט געטראפן און קיינמאל ניט גערעדט, און האט גאר ניט געוואוסט וועגן זיין מציאות ביז מיט א רגע לפני זה, כמדובר בארוכה כמה פעמים. וואס דאס איז אויך פארבונדן, כמדובר, אין די מבצעים פון חודש אלול במיוחד, אנהויבנדיק פון דעם מבצע, אנהויבנדיק פון דעם מבצע פון דער ראשי-תיבות'ן פון אלול, וואס ס'איז דאך אויך דער ענין דברה תורה קולתים, כמבואר בארוכה בכמה מקומות, אז חודש אלול איז דאס אין זמן, בדוגמא פון ארון מקלט במקום, דאס איז דאך אויך פארבונדן, ארון מקלט איז געווען סיי אין חוץ-לארץ און סיי אין ארץ-ישראל, ואדרבא די התחלה איז גאר געווען בחוץ-לארץ, ווי דערציילט בפשטות אין חומש, אף על פי וואס אינם קולטים, ביז לאחרי ההפרשה פון די הבדלה והפרשה פון ארון מקלט אין ארץ-ישראל, ווי רש'ברענגט דאס אראפ, וואס דאס איז דאך אויך אן עבודה פארבונדן מיט גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועט דאך זיין אדרבא הוספה פון נאך שלשה ארון מקלט, כמדובר בארוכה ווי אזוי דאס שטימט מיט דעם מעמד ומצב פון לעתיד לבוא, וואס את רוח הטומאה אעביר מן הארץ און מ'איז נאך מוסיף נאך דריי ארון מקלט, כמבואר בארוכה דער ביאור בזה בכמה מקומות,
¶3די הוראה בזה אויף זמן הזה וואס מ'דארף דאך מאכן דא ארץ-ישראל, און מ'דארף זיך משתדל זיין, ווי ער זאגט אין אגרת הקודש, אז בכל תפילה ותפילה זאל זיין ביי אים די גאולה פרטית, און ווי ער איז דארט מבאר איז דאס אז מעין במילא דארף דאס זיין מעין בפשטות פון דער גאולה האמיתית והשלימה פון דער גאולה כללית, במילא איז דאך אויך פארשטאנדיק בנוגע צו דעם ענין פון הוספת ארון מקלט וויבאלד אז ער גרייט זיך און טוט כל התלוי בו צו ירחיב הוי'את גבולך ביז אין אן אופן מיט די אלע ענינים הקשורים בזה, אף על פי וואס ער האט שוין אפגעטאן דעם גאנצן חשבון צדק פון יום זה, און איז געווארן א צדיק גמור, ביז אויך צוזאמען מיט דער מעלה פון בעלי תשובה, איז אף על פי כן איז דא דער הענינים פון הרע מקלט, כמדובר לעיל ווי דאס שטייט בפשטות אין דער מצות עשה פון מוסיף-זיין נאך דריי הרע מקלט לאחרי פון דעם ענין און דעם זמן פון גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.
¶4וואס דא האט דאס אויך א שייכות, און יש לקשר זה, ברמז הענינים מיטן שיעור רמב״ם פון היינטיקן טאג, וואס דארט איז ער מסיים דעם שיעור וועגן צוויי דינים פארבונדן מיט ארץ-ישראל, נאר ווי זיי דריקן זיך אויס און קומען אראפ און פועל'ן אויף חוץ לארץ. וואס דאס איז דאך די כל הלכה, זאגט דאך דער רמב״ם אליין, אז דיני התורה זיינען דאס לישרי הדיעות ולתקן המעשים וכו אף על פי וואס זיי זיינען חוקים, לתקן א מאמר המוסגר די שאלה וואס מ'האט געפרעגט, און מפרש געווען אין רמב אז דער רמב זאגט בתחילת ההלכה שלו, אין דעם סיום פון די הלכה שלפני שיעור זה, אז ס'איז דא די צוויי אופנים פון חוקים, אז א חוק מצד זה איז וואס די פרטי המצוות האבן ניט קיין טעם אויף זיך, אפילו לויט ווי דער רמב שרייבט, אז די מצוות האט יעדער מצוה אויף זיך א טעם, אויך די מצוות וואס ווערן אנגערופן בשם חוקים א חוץ פרע אדומה, און אויך דאס האט מגלה-געווען צו משה רבינו, און דערנאך איז א צווייטער אופן-אדער מצד די פרטי המצוות וואס האבן קיין טעם בדבר, אדער ווי די דוגמא שני ווי דער רמב."ם ברענגט בהנוגע צו דעם ענין פון קדשים, והוסף חמישיתו, און פאר דערויף דער ענין פון יקלפנו רבי טוב וטוב ורעה האט מען געפרעגט, אז דאס איז דאך א תנאי פון דער מצוה, אבער ניט אן ענין פון א פרט אין דער מצוה, במילא איז וויבאלד אז כל הפרטים שבמצוה האבן א טעם אויף זיך, ווי די תנאים האבן ניט קיין מצוה פארווארט ווערט דאס אנגערופן
¶5בשם חוקים. איז דער טעם בזה איז, כמדובר כמה פעמים, מ'כאפט זיך אן אויף דעם ווארט און מ'פארגעסט אויף תוכן הענין. אמת טאקע ס'איז א חילוק, אז פרט המצוה איז אין דער מצוה עצמה, תנאי א מצוה קען זיין, וברכתובה פעמים איז דאס מחוץ למצוה, דער טעם, אז די מצוה זאל אנגערופן ווערן בשם חוקה איז וויבאלד אז די מצוה אליין האט א טעם אויף ערויף, און אלע פרטי המצוה האבן אויך א טעם בזה, און די תנאי המצוה שמחוץ למצוה האבן ניט קיין טעם, און מצד דערויף ווערט דאס א תנאי אין קיים כל המצוה דאס מאכט פון דער מצוה נאך א גרעסערע חוקה ווי ס'וואלט געפעלט אין פרטי המצוה, ווארום סיי פרטי המצוה און סיי כללי המצוה האבן טעמים, און אף על פי כן א דבר חיצוני איז דא א דבר שאינו האט אויף זיך ניט קיין טעם, און פונדעסטוועגן איז דאס מבטל און דוחה ניט נאר כללות המצוה וואס האט א טעם, נאר אויך כל פרטי המצוה וואס האבן א טעם. וואס אדרבא, דאס איז ניט קיין טעם, אז דערפאר ווערט פארענטפערט די שאלה, און דאס ווערט די קשיא נאך מערער, אז דעמאלט איז דאס נאך א גרעסערע חוקה.
¶6בהנוגע צום שיעור רמב״ם אין היינטיקן טאג בסיומו, כאמור לעיל, זיך פון די פעולה פון ארץ-ישראל ווי זי האט אויף חוץ-לארץ, און הויבט דארט אן באריכות אין די הלכות שלפני זה בהנוגע ווי אזוי חוץ-לארץ איז היפך הטער ניט נאר אוירה, נאר אויך דערנאך גזר על גושה, דערנאך איז ער מסיים דעם פרק מיטן שיעור אז ס'איז דא אן אויסנאם בזה, אז ערים המובלאות בארץ-ישראל האבן ניט קיין דין פון ארץ העמים, און מ'טייטשט אפ המובלעות בארץ-ישראל, אז זיי זיינען ארומגערינגלט פון דריי זייטן מיט ארץ-ישראל, און וויבאלד ס'פועל'ט דאס אויף די ערים המובלעות וואס זיי זיינען חוץ-לארץ, וואס דערפאר איז ס'האט דארט ניט דעם דין פון שביעית וטרומות וכיוצא בזה, אז דאס זאל אויך ניט האבן קיין ענין פון היפך הטרה. ס'קען ניט זיין ערים המובלעות פון אלע פיר זייטן ניטא אזא מין מציאות. במילא, אז ס'ניטא אזא מין מציאות, האט מען ניט וואס צו רעדן וועגן דערויף, ניטא קיין מציאות, אז חוץ-לארץ זאל זיין אין מיטן פון ארץ-שראל, ער איז אומגעריגן פון פיר זייטן, ס'קען זיין מערניט ווי לכל היותר פון שלשה רוחות.
¶7דערנאך איז ער מוסיף אין נאך א זאך, אז די דרכים פון אלה בבל, דורך וועלכע ס'זיינען געגאנגען אין ארץ-ישראל האבן אויך ניט קיין דין פון ארץ העמים, מיט היפך הטרף שבזה וכו.' וואס דא האט דאך דאך יעדער ענין אן ענין פון לתקן הדיעות ולתקן המעשים בעבודה הרוחניות, ווי דער רמב זאגט, אז דאס דארף דאך אין דערויף אפגעלערנט ווערן. אן עיר האט אין זיך די מעלה וואס דאס איז א גאנצער ישוב, און א גאנצע קביעות, אז דרך איז פונקט די הויפך'דיקע זאך דאס איז אן ענין וואס איז מערניט ווי אויף דורכגיין אין איר, ס'איז אבער ניט קיין מקום יישוב, על דרך זה אין עבודת האדם, וואס ס'איז שייך אין דערויף ער זאל זיין ארץ שרצתה לעשות רצון קונה ארץ ישראל, דערנאך קען זיין אז ארץ העמים, מלשון דחלין אוממית וכיוצא בזה, איז דאס שייך אין ביידע אופנים די ענינים קבויים מיט וועלכע ער פארנעמט זיך, וואס דאס איז אן ענין של איר, און די ענינים וואס דאס איז ביי אים מערניט דרך הראי אדער דרך הליחוד צו אן ענין וועלכן ער וויל אדער צו וועלכן ער גייט, אדער וואס ס'איז ביי אים אן ענין עיקרי, וואס דאס איז דער דרך.
¶8און אט דא זאגט מען א הוראה נפלאה, אז אף על פי וואס א איד זיצט די דינים איז דאך פארבונדן בנוגע צו אידן דוקא, ווי דערמאנט פריער, אז דאס איז די אלע ענינים פארבונדן מיט אומות ארץ העמים איז בכלל דער ענין הטהרה וטומה איז דא שייך מערניט ווי בא אידן, ניט בא ניט-אידן, סיידן א ענין מצד א גזירה פארבונדן מיט אידן וכו'וכו ווי ער איז מבאר בארוכה אין די שיעורים שלפני זה, איז אין דערויף דא די צוויי סוגים אין עבודת האדם, וואס ביידע זיינען ביי אים עניני תורה ומצוותי, איז ניטא צווישן זיי דער חילוק הוי זהיר במצוה קלה שבחמורה, און ביז וואנענט אויך א הכשר מצוה און הכנה למצוה וכו איז אויך אין דערויף דא דער גאנצער שטורעם. ורצתה לעשות רצון קונה אפילו אין דעם הכשר מצוה און א חכנה הכנה למצוה וכו'וכו דערנאך איז דא אין די אלע ענינים דער ענין פון ארץ העמים. זאגט מען, אז א איד האט בכח, אז דורך דערויף וואס ער רינגלט דאס ארום פון אלע דריי זייטן, ארומרינגלען וואס ס'איז תלוי ברצונו, רינגלט ער דאס ארום מיט זיין הנהגה פון מאך דא ארץ-ישראל שרצתה לעשות רצון כהנה מיט די ביידע אפטייטשן פון רצון לשון רצון, און אויך רצון פון לשון לויפן וזריזות, אדער אין ענינים של הראי, איז מאכט ער פון זיין לעבן אין דברים הראים שבזה, מאכט ער דערפון א דרך פון אלו בבל. וואס וואס איז דער ענין בפשטות? אידן וואס זיינען געזעסן אין בבל, וואס דאס איז געווען דער מקור אויף אלע גליות, זיינען זיי דארט געזעסן אין אן אופן, אז זיי זיינען עולה בבל ניט זיי געפינען זיך אין בבל, דערפאר וואס זיי האבן ליב גלות, האבן ליב בבל אזוי ווי מ'דארף אנקומען צו אן ענין פון עולה, איז בשעת ס'וועט זיין דער עולה בבל וועט דאס זיין עלי'בשלימותה, עלי'הכי גדולה.
¶9און אט דעמאלט ווערט דער דין, אז ער געפינט זיך אין דער התחלה פון דרך פון אלה בבל. וואו איז געווען די התחלה? איז דאס געווען אין עיקר און אין מיטן און אין תכלית התקיפות און די נפילה און די ירידה פון בבל. איז די אידן וואס האבן זיך דארט געפונען און זיי זיינען געווארן אלה בבל האבן זיי פון דארט גענומען און דורכגעטראטן און צוגעגרייט א וועג, וואס דאס וועט זיין דער דרך פון אלו בבל ביז אין ארץ-ישראל! איז גלייך ווי זיי האבן דאס צוגעגרייט, און ער האט געטאן די ענינים וואס מ'דארף טאן כדי דאס זאל ווערן אן ענין של דרך, ווי ביי אים קומט אויס, דורך חזקות שבדבר וכיוצא בזה, וואס ס'זאל ניט זיין בזה, וואס ברוחניות איז דאס גאר תלוי מערניט ווי אין זיין רצון, ווערט ער באלעבאס אויף דער גאנצער וועלט, על אחת כמה וכמה וואס ניט מיט אונזער רצון איז מען געגאנגען אין גלות, ער געפינט זיך דארטן אלס א שליח וברצונו של בורא העולם ומנהיגו, איז גלייך ווי ברגע הראשון וואס ער האט מחליט געווען, אז דאס איז געווארן זיין דרך, דורך וועלכע ער וועט גיין פון בבל ביז אין ירושלים עיר הקודש, איז שוין אין דער ערשטער חלק במקום, דרך ווערט דאס ארויסגענומען פון טומאת ארץ העמים, ניט נאר פון גושה, אפילו אויך פון אוירה, און דאס ווערט א זאך וואס תורה האט אפגע'פסק'נט, וואס תורה איז באלעבאס אויף מציאות, אז דאס איז די וועג דורך וועלכע ס'ווערט אן עלי'פון בבל, וואס דארט איז דאך די ירידה הכי תחתונה, וואס דאס איז דאך געווען דער ענין פון בבל בפשטות, אז כל מומי מונה מבול זיי האבן אהינצו אראפגעקומען דערפאר וואס דאס איז געווען למטה מכל הארצות ווערט ער עולה בבל'ט אין ארץ ישראל וואס זי איז גבוהם מכל הארצות, און דארטן גופא אין ירושלים און אין הר הבית און אין בית המקדש, וואס מערניט וואס ס'דארף זיין די חף בית אמה למטה מצד א טעם מסויים, אבער אזוי איז דאס גבוהם החוצה די חף בית אמה
¶10מכל הארצות כולם אט דאס איז די עלי'פון תכלית הירידה אין תכלית העלי. און לויט דעם פתגם הידוע, וואס דאס איז דאך אויך א הוראה און אויך א נתינת-כח פון צמח צדק, אז מ'זאל מאכן דא ארץ ס'זאל כל אחד ואחת במקומה איז דאך פארשטאנדיק אז מ'האט אויך דעם כח, ואדרבא מ'גיט אויף דערויף דעם גאנצן כח, באכל הנותן בעין יפה נותן, אז ער זאל מאכן יעדער מקום וואו ער געפינט זיך, און תיכף ומיד ממש, ווי ער איז מחליט בזה, ווערט דאס דער דרך אלו בבל, און ס'ווערט גלייך בטל דער טומאת הרצא, א מינגושה, און אויך דער טומאת אוירה, שטייט ער אין א מקום טהור, אין אן אויר טהור, וואס דאס מאכט נאך לערער לייכטער אז דאס וואס זיין נשמה טהורה היא איז וויבאלד אז אויך די וועלט ארום אים שטייט אויך אין אן אופן וואס טהורה היא איז אפילו ווי ער שטייט אין מטה משמרה בקרבי, און פאר דערויף ווי ער שטייט אין מטה עשית וכיוצא בזה האט ער שוין הם טהורים און גופתי להם טהור על אחת כמה וכמה נשמה שנתת בי וואס דאס ווערט א כלי א הכנה קרובה צו גופא דלהן קדישא, און נשמתא דלהן קדישא, און רוחא דלהן קדישא, נפשא דלהן קדישא, וואס דאס ברענגט אראפ און איז מגלה אויך דעם קודש וואס איז דא בכל העולם כולו, דורך גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, ובמהרה בימינו ממש, וויבאלד אז ס'איז תלוי מערניט ווי אין רצון שלו, כאמור לעיל, ביז אין הלכה איז דאס תלוי אין מאכן פון דעם ענין, פון דעם חלק במקום, א דרך אלו בבל. על אחת כמה וכמה ווי דאס שטייט אין רוחניות הענינים, ובפרט נאך ווי כמנהג בהתוועדות כאלו, אז מ'איז זיי מסיים אין אן ענין של צדקה מאכן יעדערן און יעדערע א שליח אויף אפגעבן א צדקה וואס מ'האט באקומען דא בסיום ההתוועדות, ולאחרי די ניגונים הידועים,
¶11ומתוך שמחה וטוב לבב דאס מקיים-זיין דערנאך בפועל אפגעבן דאס אויף צדקה, זאל גלייך ווי אלע החלטות צובות זאל דאס גלייך פועל-זיין אויך דעם שכר בפשטות, אז צדקה איז ניט נאר מקרבת את הגאולה, נאר זי ברענגט אראפ די גאולה בפועל, ביז למטה מעשרה טפרים ובפשטות, ולא עיכבום אפילו כהרף עין בהנוגע צו נרינו וזקנינו ובנינו ובנותינו, צו קהל גדול אויך א הכנה צו שנת הקהל, וואס די הכנה לזה איז דאך גאנץ שנת השביעית, על אחת כמה וכמה דער חודש אלול שובה, וואס דאס איז דער חודש פון חשבון צדק און מילוי כל החסרונות, ביז השלמות כל החסרונות, ומתוך שמחה וטוב לבב, ובפשטות למטה מעשרה טפחים. לחיים.