Paragraph
Paragraph rh-va30xfvp
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-5c1kwdgy
- order
- O
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- כי טוב, וכמדובר כמה פעמים, אז בכלל דער ראש-חודש, על אחת כמה וכמה דלילה, די התחלה פון ראש-חודש איז דאך א ממוצע צווישן יום השלישי און יום הרביעי, וואס ביי יום השלישי איז דאך דא דער ענין פון הוכפל בו כי טוב וביום הרביעי איז דאך דא, ווי מ'האט שוין אפגעשטעלט אין שבעת ימי בראשית, וואס ס'האט זיך איבער יעדער וואך מיט די שבוע בשבוע, איז ביום הרביעי נתלו המאורות, וכמדובר כמה פעמים אז ס'איז פארבונדן מיט שירות של יום וואס מ'זאגט דאס אפילו אין גלות וכיוצא בזה, וואס דער תוכן פון שירות של יום איז דאך פארבונדן מיט נתלו המאורות מיט א ת'סיי דער מאור הגדול און סיי דער מאור הקטן, וואס מאור דומין לבנה און מונין ללבנה וואס דאס גייט דאך אויף אידן, און וואס דערפון גופא איז דאך פארשטאנדיק, אז דער מאור הגדול גייט אויף דעם אמת'ן משפיע פון אידן פון דער לבנה, וואס דאס איז הקדוש ברכה, ביז עצמות ומהות אליין, און זיי ווערן ביידע נתאחד אין רגע המולד, וואס אט דעמאלט ווערט די לבנה נולד מתחילתה. אין וואס באשטייט איר מולד? אז מ'זעט אין דער לבנה ווי אזוי ס'שפיגלט זיך אין איר אפ די אור השמש, וואס דאס איז דאך דער ענין פון דעם עולה בפשטות, אז ס'איז נולד דער אור הלבנה, וואס דאס איז דאך ניט לית לה מגרמא, נאר דאס באקומט זיין פון אור השמש, און דאס איז שמש ווי דאס באווייזט אין דעם מאור הגתול, ווי דאס באווייזט אויפן אויבערשטן אליין, ביז אין עצמות ומהות.
- proofread
- 0