עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-v8rb0wwe

kind
paragraph
order
DT
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
פרסם איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז כדי צו מעורר זיין אז א חי יתנו לבו בשעת ער וועט זען די ענינים ווי זיי שטייען אין דעם ספר, כמובן וגם פשוט. וואס איינע פון די ראש ענינים וואס זיי זיינען נוגע און ווי ס'ווייזט זיך ארויס איז דאס דער ביבל הכי גדול והכי שנתפשט, אז מ'מישט זיך אריין צו א אידן, וואס בכלל איז דאך יעדער איד א שליח, פון דעם אויבערשטן אויף לעשות לו יתברך דירה בתחתונים דערנאך איז דאך דא אזוינע אידן וואס בהשגחה פרטית זיינען זיי א שליח בתוך שליח, יעדערער אין זיין נקצה, ביז וואנענט שלוחים וואס זיי ווערן אזוי אנגערופן, אז דאס ווערט גאר עיקר פרנסתו בגשמיות, צוזאמען דערמיט אויך עיקר פרנסתו ברוחניות, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז ביי א שליח שטעלט מען בחזקתו, אז ס'איז א זיכערע זאך, אז ס'זיכער וועט ער טאן, וויבאלד אז ער האט אים אויסגעקליבן פאר א שליח, האט ער דאך די כשרונות בזה, און ער זעט דאך אז א ריבוי מענטשן האבן שוין געטאן און מצליח געווען איז דאך א זיכערע זאך, אז ער וועט דאס טאן כל התלוי בו.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions