transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ס'איז דאך מטר כ'ד' טבת, און באוואוסט וואס דער טאטע שרייבט בארוכה וועגן דעם אין דעם בריוו וואס ס'איז שוין אפגעדרוקט, ובכללות דארף מען דאך ניט האבן קיין אריכות הביאור בזה, אז דאס איז דער יום הילולא פון דעם אלטן רבי'ן, דער מייסד פון חסידות חב אד, און וואס חסידים האבן דאס א נאמען געגעבן די תורה שבכתב פון חסידות, דער ספר התניא, וואס דאס איז דאך געווארן דערנאך ווי דער אלטער רבי האט אליין מודיע געווען, אז סוף-כל-סוף וועט דאס ווערן א זאך וואס איז שייך לכל אחד ואחת מבני ישראל, אף על פי וואס ער שרייבט אנשי שלימינו וכיוצא בזה, און ווי מ'זעט דאך דאס אויך בפשטות, וואס מ'דארף ניט האבן קיין ביאורים
¶2בזה, ווי אזוי משנה לשנה, על אחת כמה וכמה מעשר שנים לעשר שנים ווערט דאס אלץ מערער נתפשט, ביז וואנענט אז ס'איז געווארן א נחלת העם כולו, און ווי דער ווארט נחלה באדעת דאך, אז דאס ווערט אן ענין וואס דאס איז פארבונדן מיט דעם עצם מציאות פון דעם יורש, וואס א נחלה איז דאך אן ענין וואס איז אן ענין עיקרי לויט הלכה, און אן ענין עיקרי לויט תורה, ביז וואנענט אז מ'זאגט באווייזנדיק דעם קשר פון אידן מיטן אויבערשטן רופט מען דאס אויך אן אז דאס איז נחלת פון דעם אויבערשטן, נחלת ונחלתו מיט כמה פעמים ובכמה לשונות אלץ מיוסד אויפן ווארט נחלה. וואס דאס איז דאך דערפון גופא פארשטאנדיק, אז ס'קומט דער יום וואס דער אלטער רבי האט אליין געשריבן, באגרות קודש לו הידוע, וכידוע כמה פעמים, דעם לשון פון דין וחשבון וואס לכאורה דארף דאך פריער זיין דער חשבון און ערשט דערנאך מאכט מען דעם דין, אבער מ'זאגט, אז דער סדר בא דעם אויבערשטן איז, אז צום אלעם רעשטן ברענגט מען דעם מענטשן, אז ער אליין זאל זאגן וואס איז דער דין אין א מצב דומה לשלו, און דערנאך מאכט מען מיט אים דעם חשבון
¶3צי זיין מצב ותקד אימו צו אט דעם ענין האמור, וואס אט דעמאלט איז ער אליין אויף זיך אויפגענומען דעם פסק דין, וואס דערנאך קומט דאך גאר ארויס אז דאס איז א פסק דין בטוב הנראה והנגלה, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך במיוחד, אין בפרט נאך אז דאס איז פארבונדן מיט חודש טבת, וואס אין דערויף, כאמור, איז פארבונדן מיט עצם פון יעדער אידן, כמדובר בענין פון עשירי בטבת, אין צוגאב וואס דאס איז אויך א חודש העשירי, וואס עשירי יהי'קודש, און אין דערויף גופא קומט נאך צו בשנה זו, אז דאס איז די זעלבע קביעות ס'איז געווען בפעם הראשונה, סיי די קביעות בקשר מיט יום בשבוע, און אויך די קביעות בקשר מיט פרשת השבוע, וואס ווי דער אלטער רבי האט זיך אליין געזאגט דארף מען לעבן מיט דער צייט, על אחת כמה וכמה אז דאס איז בהנוגע צו ענינים פארבונדן מיט אים אליין, ואין להאריך בדבר הכי פשוט.
¶4וואס דערפאר איז דאך אויך חיי יתענא לבו וואס דאס איז דאך במיוחד בכלל בנוגע צו הנהגה פון יעדער אידן, ובכל העניני בשעת ס'קומט נאך א זאך וואס איז פארבונדן מיט א יארצייט, וואס דעמאלט איז דאך א הכל ווי יעדער יארצייט, א זאך וואס איז פארבונדן מיט א גאנצן יאר, על אחת כמה וכמה אן ענין פון א יארצייט, וואס דעמאלט איז דאך כל מעשיו וואס ער האט געטאן במשך כל ימי חייו, על אחת כמה וכמה אז דאס איז א זאך וואס איז פארבונדן מיט א יארצייט, מיט א חשבון פארבונדן מיט א יאר, איז דאך דעמאלט זיכער דער זאך דער זמן הכי מתאים פון אחי יתנו לבו, און ס'איז אויך זעלבסט-פארשטענדליך, אז לכל לראש, אחי יתנו לבו בהנוגע צו דעם אלטן רבי'ן, איז דאך ווי דער אלטער רבי האט א געבן, אין איינע פון זיינע הויפט ספרים, דער ספר תניא קדישא, וואס ווי ער שרייבט אין דער הקדמה בארוכה, און אויך אין דעם נוסח פון שער-בלעטל פון דעם אלטן רבינ'ס טייל בזה, איז דאך דאס דער תוכן דערפון, אז דאס איז אן ענין וואס ברענגט אז ס'זאל זיין קרוב אליך הדבר מוד בפיך ובלבבך לעשותו דער ענין וואס מ'שרייבט דאס אן אין א ספר, און ווי דאס מפרשט,
¶5פרסם איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס איז כדי צו מעורר זיין אז א חי יתנו לבו בשעת ער וועט זען די ענינים ווי זיי שטייען אין דעם ספר, כמובן וגם פשוט. וואס איינע פון די ראש ענינים וואס זיי זיינען נוגע און ווי ס'ווייזט זיך ארויס איז דאס דער ביבל הכי גדול והכי שנתפשט, אז מ'מישט זיך אריין צו א אידן, וואס בכלל איז דאך יעדער איד א שליח, פון דעם אויבערשטן אויף לעשות לו יתברך דירה בתחתונים דערנאך איז דאך דא אזוינע אידן וואס בהשגחה פרטית זיינען זיי א שליח בתוך שליח, יעדערער אין זיין נקצה, ביז וואנענט שלוחים וואס זיי ווערן אזוי אנגערופן, אז דאס ווערט גאר עיקר פרנסתו בגשמיות, צוזאמען דערמיט אויך עיקר פרנסתו ברוחניות, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז ביי א שליח שטעלט מען בחזקתו, אז ס'איז א זיכערע זאך, אז ס'זיכער וועט ער טאן, וויבאלד אז ער האט אים אויסגעקליבן פאר א שליח, האט ער דאך די כשרונות בזה, און ער זעט דאך אז א ריבוי מענטשן האבן שוין געטאן און מצליח געווען איז דאך א זיכערע זאך, אז ער וועט דאס טאן כל התלוי בו.
¶6איינע פון די ענינים וואס זיי זיינען מבלבל, אז ס'קומט צוגיין דער קלוגינקער, אמאל פארשטעלטערהייט און אמאל אפענערהייט, און שטעלט אים צו, אז ס'איז דא ענינים וואס זיי זיינען לכאורה ענינים טובים, און קען גאר זיין אז זיי זיינען טאקע טובים, נאר וואס דען? דאס איז דער פתגם הידוע, אז דאס איז פן דפן דני מאי אז דאס איז טאקע א הגוטע זאך, דאס איז ניט זיין שליחות, און דאס איז ניט זיין עבודה, און דאס איז טאקע א זאך וואס איז א גוטע זאך און מ'דארף דאס טאן וכו אבער דאס דארף אפגעטאן ווערן דורך א צווייטן. האט מען דערביי גופא, ווי דער אלטער רבי שרייבט דאך אין דעם נוסח פון דעם שער פון תניא, אז דאס איז א דרך קרובה און אויך טאקע ארוכה, אבער צוזאמען דערמיט אויך קצרה און א לשון צחה וברורה, אז דער האט
¶7גלייך דעם ענטפער, אז מ'קומט צוגיין מיט א הצעה, בשעת ער ווייס און האט שוין די חזקה בזה, אדער מ'האט אים ממנה געווען, אדער מ'האט אים געזאגט בזה, אז ער דארף טאן אן ענין מסויים, דארף ער ניט זוכן קיין תירוצים און קיין הסברות, אפילו אז דער וואס קומט צו אים צוגיין מיט דער הצעה איז כוונתו רצוי'וכו איז דאך אבער ניט יעדערער ווייס אדער פילט די שליחות וואס א צווי ער האט, אדער אפילו ווען ער פילט אויף אזויפיל נוגע, בשעת אבער ער האט שוין די שליחות, ווארום מ'האט אים אויף דערויף ממנה געווען, ווער רעדט נאך אויב ער האט שוין אנגעגאנגען בזה כמה זמן און האט מצליח געווען בזה, אדער נאך אנדערע סימנים, אדער בכל אופן איז דאך דער דין קדימה אין א זאך וואס ער האט שוין אנגעהויבן, מאיזו סיבה שתהי דארף ער דאס ניט אפלאזן, עכ�'פנים אלץ עיקר עבודה שוין פארנעמען זיך מיט אן אנדער זאך, האט ער גלייך די הסברה הכי מתימה, אזוי ווי ער איז א שליח און האט א שליחות מיט וועלכע ער איז פארונמען, גייט ער ניט אריין אין קיינע ענינים און דינגעניש צי ער דארף זיך פארנעמען מיט דער זאך וואס יענערער איז אים חציא וכיוצא בזה, דערפאר וואס ער איז פארנומען, און בשעת ער איז פארונמען מיט איין זאך, איז וו
¶8זיין ענין און דאס טוט ער. וואס דאס איז אויך דער פארטיקער ענטפער, ס'איז דאך דא לעצטנס געווארן כמה בלבולים, אז מ'וויל אריינשלעפן אידן אין א זאך וואס טאקע גוטע זאכן, לא ראי'אז אן אנדער טוט און איז מצליח, אבער אט דער איד טוט א משך זמן אן אנדער זאך, און ער האט אין דערויף מצליח געווען, ובפרט נאך אט די וואס זיינען טאקע שלוחים בפשטות, און מ'האט פון געמאכט א גאנצן עיגוד השלוחים, און זיי האבן שוין געמאכט כמה אסיפות בדבר וכו איז אז מ'קומט צו זיי צוגיין און מ'זאגט זיי אז ס'איז דא כמה ענינים טובים, נאר וואס דען, דאס איז אן ענין וואס מ'דארף דאס טאן אין ארץ-ישראל וכיוצא בזה, איז דאס א זאך וואס ער איז א שליח במקומו הוא, בפרט נאך אט די שלוחים וואס זיינען דאך שוין נקבע געווארן זייער ארט וואו זיי זאלן טאן און ווי זיי זאלן טאן, איז טאקע א גרויסע זאך, און מ'דארף טאן בכל מקום וואו אידן געפינען זיך, על אחת כמה וכמה אין ארץ הקודש, אבער זיין זאך איז, אז ער איז א שליח אט דארט וואו ער געפינט זיך און דארטן דארף ער ממשיך זיין, ואדרבא דורך דערויף קען ער מערער אויפטאן אין ארץ הקודש וכיוצא בזה, אף על פי וואס דאס איז ניט באופן ישר, נאר דאס טוט זיך דורך דערויף וואס ער איז מוסיף
¶9זכיו שבעולם, במילא ווערט אלץ לייכטער בכל מקום שהוא צו טאן, אפילו ארץ הקודש דארף אויך האבן א סיוע מכהן זה, במילא דארף ער זיך גאר ניט דינגען, וקרוב הדבר לבדע, אז בשעת ער וועט ענטפערן אז ער האט שוין א שליחות, און האט א שליחות הכמה זמן, און די שליחות זיינע איז דוקא אין חוץ-לארץ, און ער האט שוין דעם ארט און האט שוין דארט מצליח געווען, אדער האט שוין אנגעהויבן וכיוצא בזה, וועט מען אים ניט מבלבל זיין מיט קיין אנדערע זאכן וכיוצא בזה. וואס דאס איז א באווארעניש אויך, אז ס'ווערט דאך בלבולים, אז דער זאגט אז מ'דארף זיך פארנעמען מיט דעם ענין והראי אז ס'איז געווארן מחלוקת צווישן אידן און צווישן ארגונים, און דער זאגט אז מ'דארף אזוי טאן און אזוי טאן, און דער זאגט אז ס'דארף זיין אזא מ יחס צו ארץ הקודש, און ד איז חוקים דארטן, הנהגות דארטן וכיוצא בזה, איז ניט כדאי לגמרי ולגמרי, אז שלוחים זאלן זיך אריינלאזן אין א שקלא-וטריא, און אז מ'קומט צו זיי צוגיין און זאגט אים, היתכן, אז ליובאוויט זאגט כך וכך, אדער דו האסט געזאגט כך וכך וכיוצא בזה דארף ער ניט אריינגיין אין קיינע פלפולים, אין קיינע שקלא-וטריא'ס, על אחת כמה וכמה זיך ניט קריגן זיך, און בפרט נאך אז ווי
¶10מ'זעט דאך אין טבע בני אדם, אז מ'הויבט אים זאגן פארקערט ווערט ביי יענעם נאך אויפגערייצט די תשוקה אויף באווייזן, אז דוקא ער האט גערעכט, איז נוסף וואס ער איז זיך מבלבל איז ער אויך מבלבל א צווייטן, ווארום קרוב לבדא, אז דער וואס קומט צו אים צוגיין מיט דער הצעה איז דאס אויך ניט זיין ענין כלל וכלל, ער דארף זיך פארנעמען מ'וועט געבן א סך צדקה, זען אז אלע אידן זאלן געבן צדקה, און אויב ער קען אין דערויף ארובהעלפן דארף ער אין דערויף נאך צוהעלפן, ניט זאגנדיק קיין דיעה צום אידן, אז אפילו ווען ער איז דער וואס האט גענומען בא דעם אידן די צדקה, איז ניט ער איז דער וואס דארף מחליט זיין אויף וואס די צדקה זאל אוועקגיין, אויף דערויף איז דא א שולחן-ערוך, און וויסן דעם פסק-דין אין שולחן-ערוך וואס פאר א צדקה קומט פ עיר, און וואס ער האט א דין קדימה וכיוצא בזה איז א זיכערע זאך, אז ניט ער איז דער פוסק בזה, ווארום ס'איז אינגאנצן א תכלת הנפש, אינגאנצן אן אנדערע, צווישן אויפמאנען געלט אויף צדקה, ווי צו פארנעמען זיך מיט פסק'ענען דינים, וואס איז דער עני און דער נצרח, צי איז ער יע-ווערט צי ער איז ער ניט ווערט דאס איז א זאך וואס איז מבלבל און שווייכט-אפ אט דעם ווא�
¶11קען מאכן געלט אויף צדקה, און האט מצליח געווען בזה, און דערנאך האט מען אים מבלבל געווען, אז מיטאמאל דארף ער אנהויבן טראכטן וועמען מ'דארף יא געבן און וועמען מ'דארף ניט געבן, און וועמען מ'דארף געבן מערער, וועמען מ'דארף געבן פריער וכו אז דאס איז אינגאנצן אן אנדער תכונה בנפש, דארף זיין אויף דערויף אן אנדער מענטש, ווי מ'האט געזע ווען די שנים זיינען געווען כתיקונם איז געווען צוויי באזונדערע תכונות בנפש און צוויי באזונדערע מענטשן על פי רוב, אט די וואס האבן כובש-געווען די מאי צדקה, און דערנאך אט די וואס האבן מחלה-געווען די צדקה, ווי ס'איז געווען א דבר מפוסם בכל תפוצות ישראל. און מ'דארף גאר ניט האבן קיין בעסערע ראי, מ'זעט דאס בפשטות, אז אינט באט אנגעמישן זיך אט די ווא� תורתו, תורתם אדער די עסקנות שלהם איז א שאט זיי זאלן אפגעבן די זייער צייט אויף אן ענין וואס ניט זיי זיינען די מומחים בזה, אדער ס'איז דא אפשר אויך מומחים, אבער די גרעסערע מומחים נאר פון זיי, און זיי זאלן, פארקערט, באווייזן אז אינם יפה און זיי זאגן ניט קיין דיעות ווי אזוי פאנאנדערטיילן די געלט, מערניט אז
¶12זיינער טוען כל התלוי בהם אויף צוזאמענקלייבן וואס מערער געלט, און דערנאך פארלאזן זיך אויף א רב אדער אויף אן עסקן וואס ער איז א מומחה בזה, ווי אזוי פאנאנדערטיילן געלט, און ער אליין וויל ניט אויסנוצן דאס וואס ער קען האבן א דעה, דורך דערויף וואס ער האט געקליבן די געלט, במילא וועט ער אויך זאגן א דעה ווי אזוי צו טיילן די געלט, וואס בכלל טוט דא� גאר-אויף א שוחד ביי דעם וואס מאכט-אויף די געלט איז לא ימלט ער זאל ניט האבן מצד תכונת נפשו, זאל ער ניט האבן קיין נטיעה אין אוז איז כב שיהי צי געבן די צדקה אויף אזא מינע זאך אדער אויף א צווייטע זאך, וואס דאס איז ניט אלעמאל מתאים ווי דער מצב איז בעולם. און דערפאר איז דאך בעיקר רעדט מען דאך צו די אידן וואס געפינען זיך אין חוץ-לארץ, איז אלע אידן אין חוץ-לארץ, ובפרט די שלוחים, דארפן וויסן אז זיי האבן א שליחות אין דעם ארט וואו זיי געפינען זיך, און דאס וואס דער ארט איז חוץ-לארץ איז אדרבא, ווי גערעדט בארוכה בקשר מיט עשירי בטבת איז דוקא אין חוץ-לארץ דארף מען אויפטאן בנוגע צו עניני יהדות, במילא מ
¶13מען דא אויך האבן בכמה ענינים ס'זאל ניט זיין קיין מניעה פון געלט כלל וכלל, און בפרט נאך אט די שלוחים וואס זיי האבן ביידע ענינים, אז זיי דארפן אליין שאפן די געלט אין חוץ-לארץ, און אויך זיי דארפן אליין פאנאנדערטיילן די געלט אין חוץ-לארץ איז דאס איז זייער חוף קדוש. וכאמור, דאס איז ניט א זאך וואס זיי דארפן זיך אין דערויף דינגען און אריינלאזן זיך אין פלפולים, נאר גלייך מודיע זיין, און קען גאר זיין נאך איידער מ'וועט פרעגן בא זיי, על אחת כמה וכמה, אויב איינער האט געפרעגט, אפילו אין אן איידעלן אופן, און אין אן אופן קל הכו דארף ער גלייך ניט אריינגיין מיט יענעם באווייזנט, אז ס'איז ניט א ווייס ער, דערפאר וואס דאס איז ניט זיין ענין, ס'איז ניט זיין מקצה ער איז א שליח וואס דער רובא דרובא פון די שלוחים איז, כאמור, זיינען זיי ברובא דרובא דוקא אין חוץ-לארץ, און רובא דרובא האבן זיי א מקום קבוע, און רובא דרובא האבן זיי אויך א תוכנת עבודה קבוע, און א שאד יעדער רגע וואס זיי גיבן אפ אויף אן אנדער זאך, און ער דארף זיך בעטן רחמים ביי אט די וואס ווילן אים אריינציען אין אט דעם ענין, אז זיי זאלן אוי�
¶14אים רחמנות האבן אויף דעם שליח און לאזן אים ער זאל אנגיין מיט זיין שליחות, און זאל זיין אין יחסים טובים מיט אלע אידן, ביז וואנענט מיט כל העולם כולו, און האבן אויף אים רחמנות ניט מבלבל זיין אים, און ניט אנרירן די יחסים שביניהם, דערפאר וואס ניט דאס איז זיין ענין, וקרוב לבדע איז דאס אויך ניט דער ענין פון דעם מענטשן וואס וויל אים אריינציען אין דער גאנצער שליחות, דעם גאנצן האמור וואס דאס איז אויך, כאמור, דער דרך ארוכה קצרה וואס דער אלטער רבי שרייבט אין תניא איז פון דארטן משמע בכמה מקומות, אז בא יעדערן האט דאך זיך זיין שליחות און זיין אופן פון שליחות און זיין אופן עבודה ווי אזוי צו דינען דעם אויבערשטן, במילא איז פארשטאנדיק, אז די אידן וואס געפינען זיך אין חוץ-לארץ, על אחת כמה וכמה זיי געפינען זיך אין א מקום קבוע, און אין דעם מקום קבוע האבן זיי שוין געטאן און שוין מצליח געווען-דארפן זיי זיך בעטן בא די אלע וואס וויל מען זיי רעדן וועגן זייטיקע ענינים, אפילו ווען דער זייטיקער ענין איז א גוטער ענין, ס'איז אבער א זייטיקער בערך פון אים-אז מ'זאל אים לאזן צורוען און לאזן אים צופרידן, און לאזן אים, פארקערט, נאך מסייע זיין אים אין אויספירן זיין שליחות, וואס אט דעמאלט וועט דאס מלכתחילה שולל זיין דעם ריבוי זמן ווא�
¶15מ'האט שוין גע'פטר'ט אויף פלפולים וואס זיינען לגמרי ניט נוגע לפועל, על אחת כמה וכמה פלפולים וואס ס'איז נוגע צו ארץ הקודש, און מיר געפינען זיך דערוויילע אין חוץ-לארץ, על אחת כמה וכמה רוב אידן וואס טראכטן גארניט וועגן אריבערפארן אין ארץ-ישראל, אפילו ניט לשם ביקור, על אחת כמה וכמה אויף א ליינגערע צייט, אדער אויף באזעצן זיך דארטן, איז דארף ער פשוט רח האבן אויף זיך, און בעטן דעם גאנצן ארום מ'זאל אויף אים רחמנות האבן, און בעטן זיך בא זיי מ'זאל אים רזין צופרידן און טאן די שליחות אויף לעשות לו יתברך דירה בתחתונים ווי דער לשון שטייט אין חסידות, וואס דאס קען מען דאך מסביר זיין יעדערן בפשטות, ווי אזוי דאס איז דורך דערויף וואס מנחלו שבת יצרה דורך הפצת היהדות וכיוצא בזה, ווערט די גאנצע וועלט, על אחת כמה וכמה חוץ לארץ, אן ארץ נושבת, און אן ארץ וואס גרייט זיך אויף מקבל-זיין פני משיח צדקנו, און ער גייט גאר ניט אריין איצטער אין די חשבונות וועגן משיח'ס קומען, דאס וואס ער איז איצטער פארנומען, און פארנומען אין אן אופן נפשי, אז ער פארנעמט זיך מיט זיין שליחות, אין וועלכע ער פארנעמט זיך שוין א משך זמן, און האט אין דערויף מצליח געווען, און דער וואס קומט צ
¶16גיין, הויבט ניט האבן רעדן, מעציע זיין, און כמה-לעליי ענינים וחשבונות דארף ער זיך ביי אים בעטן רחמנות ער זאל אים לאזן צופרידן פארנעמען זיך מיט זיין שליחות, ואדרבא ער זאל אים ארויסהעלפן אין טאן אט די שליחות. וכאמור, מ'זעט אז די זאך ווערט אלץ מער נתפשט, די שקלא וטריא צי מ'דארף טאן באופן כך אדער באופן כך, אדער דאס איז א גלייכע שיטה, אדער דאס איז א קומער שיטה וכו די בעסטע זאך און די גלייכסטע זאך און די גלאטסטע זאך, און דוקא בדרכי נועם ובדרכי שלום, אז ס'זאל זיין אחדות צווישן אידן, ככל האפשרי, על כל פנים ניט זוכן זיך קיין זאקן אין וועלכע מ'קען זיך האבן פארשידענע מיינונגן, אין דיעותיהן שוות, זאל מען רעדן און טאן אין זאכן וואס הכל מודים, כאמור לעיל, אז יעדערער האט זיך זיין שליחות, און אין דעם ארט וואו ער געפינט זיך, וואס דארט האט אים דער אויבערשטער אוועקגעשטעלט מה שם מצד די גבר כיננו, כידוע די תורה פון דעם בעל שם טוב בזה, און דעם ווארט פון דעם נשיא דורנו בזה, וכמדובר כמה פעמים,
¶17והוא העיקר, אז מ'זאל מפיץ זיין אט די בקשה צו יעדער שליח און צו אלע שלוחים, אפילו די וואס געפינען זיך אין ארץ-ישראל, איז אויך רובם ככולם האבן ניט צוטאן מיט די שקלא-וטריא'ס אין וועלכע מ'וויל זיי אריינשלעפן, על אחת כמה וכמה רוב עם ישראל וואס זיי געפינען זיך אין חוץ-לארץ, און סיי דער רוב מנין און סיי דער רוב בנין, אף על פי וואס קיינער נעמט זיך ניט מעסטן אין און ציילן אידן וכיוצא בזה, אבער אזוי איז די מעשה בפועל בנוגע למעשה בפועל, זאל מען זען אז מ'זאל גלייך נתפשט ווערן און מ'זאל אויפווערן די גאנצע שקלא-וטריא'ס וועגן אט די אלע זאכן וואס זיי זיינען ניט בנוגע צו דעם מילוי שליחות של כל אחד ואחת אין דעם ארט וואו ער געפינט זיך, און וואו רוב בני ישראל געפינען זיך, און וואו מיר געפינען זיך, אין מדינות פון ארצות הברית אויף זען פאנאנדערשפרייטן אלץ מערער אידישקייט אין ארצות הברית, אין דעם ארט וואו מ'געפינט זיך לכל לראש. און וואס דאס קען געטאן ווערן און איז געטאן געווארן און האט מצליח געווען בזה דוקא בדרכי נועם ובדרכי שלום, מ'האט קיין סיבה ניט אויף קריגן זיך מיט א צווייטן אידן, ווארום מ'קען טאן די זעלבע זאך דוקא בדרכי נועם און דוקא בדרכי שלום,
¶18דורך דערויף וואס מ'באווייזט א צווייטן אידן, אז דאס איז אט די זאך וואס ער וויל און דאס איז אין דערויף איז ער... האבן געווען צענדליקע דורות קודמיו וואס האבן אזוי געלעבט, איז דאך א זיכערע זאך אז בפנימיות נפשו וויל ער אויך אזוי טאן. ועוד והוא העיקר, אז מכאן ואילך זאל מען גלייך אויפפערן דאך די גאנצע שקלא-וטריא'ס האמור ות, און ניט אריינגייענדיק אין דערויף גופא פארוואס מ'וויל מבטל זיין די שקלא וטרס וועט דאס ווייטער אוועקנעמען זמן, און ווער ווייס וויפל זמן, און זי איז אויך א דברים טלים און א זמן בטל וכו'וכו,' נאר בשעת מ'וויל נאר אנהויבן וועגן אט די זאכן דארף מען גלייך זאגן דא האט ברחמנא'ס און למיר ביידע זיך פארנעמען מיט אונזער שליחות אין דעם ארט וואו מיר געפינען זיך, וואס דאס איז לעשות לו יתברך דירה בתחתונים אדער זאגן דאס אים אויף ענגליש אדער אויף פראנצעזיש וכיוצא בזה, און דער עיקר ווי ס'זאל זיין אין א לשון וואס ער פארשטייט און דארף ניט האבן קיין פירושים בדבר. און דעמאלט איז א זיכערע זאך, אז יענער וועט זען, אז מ'וויל ניט פירן קיין שקלא וטריא'ס וכו וועט ער ווערן צופרידן וואס מ'האט אים ניט צוגעלאזן ער זאל זיך אין דערויף אריינלאזן, און מ'ו
¶19וואס יעדער איר האט דאך א שליחות, בפרט דאך אידן וואס מ'האט זיי ממנה געווען פאר א שליח איז לכל לראש דארף מען זיי באווייזן דעם לעבעדיקן ביישפיל וואס א שליח איז, אז חזקי שליח אותו שליחותו אין דעם ארט און אין דעם זמן און אין דעם ענין אויף וועלכן מ'האט אים ממנה געווען.
¶20כולל אויך די הצלחה, אז ער ווערט א דוגמא חייו, וממנו יראו וכן יעשו רבים און די אלע זאכן צוזאמען זיינען נאכמער מהר די שלימות פון מעשינו ועבודתינו אין זמן הגלות, און דאס ווערט מסיים די לעצטע שיריים, און ווי דער רמב זאגט, מכריע לכף זכות איז גלייך ווערט בטל דער כל ענין הגלות, ובהקדה ממש, אזוי אז גלייך, בפרט נאך אז מ'וועט זיך מסיים זיין מיטן ענין פון צדקה, כאמור לעיל, זאל זיין לעיקבם אפילו כהרף עיין און ס'קומט גלייך די
¶21די גאולה האמיתית והשלימה לאחרי ההקדמה פון דעם ענין פון צדקה און די הוספה וואס יעדערער וועט נאכמערער טאן, על כל פנים מה שהוא מוסיף זיין אין דעם ענין המילוי שליחותו, וכאמור מתוך שמחה וטוב לבב, און דוקא אין חוץ לארץ, און דוקא אין דעם ענין וואס ער האט מצליח געווען ביז איצטער, אז סיי ער און סיי די אויף וועלכער האט א השפעה זאלן זיך אנהויבן דינגען צווישן זיך אין זאכן וואס דאס איז ניט זייער ענין כלל וכלל, ניט דערפאר וואס זיי זיינען יא מסוגל אדער ניט מסוגל, ניט דערפאר וואס איצטער איז די צייט אז מ'דארף מאכן א דירה לו יתברך בתחתונים דוקא דארט וואו מ'געפינט זיך, און דוקא אין חוץ-לארץ, און דוקא בלילה וכיוצא בזה, ובפרט נאך אז מ'שט דאך אין מצור פון דעם יום הילולא, פון דעם אלטן רבי'ן, וואס דעמאלט איז ער דאך פועל פעולות בקרב הארץ און ווארום כל עבודתו אשר עבוד משך כל ימי חייו איז אין יום פון דעם יארצייט שטייט דאס בגלוי און אין אן אופן אז בגילוי פועל'ט ער אויך פעולות וישועות, איז דאס אויך מסייע בכל ענינים האמורים בפרקיות, כולל אויך, אז בשעת מ'איז
¶22מוסיף אין ממהט אין ענינים וואס מ'דארף ניט רעדן ווערט בדרך ומילא באפרייט אויך דער דיבור אין עניני תורה ותפילה וגמילות חסדים, וואס אט די אלע דריי ענינים היילן דאך נאכמערער צו אין עולם הדיבור, ס'זאל גלייך אראפקומען די גאולה, און גלייך פון עולם הדיבור אין עולם המעשה, ועוד והוא העיקר, ס'זאל אראפקומען למטה מעשרה טפחים, ותיכף ומיד ממש, ולא עיכבם אפילו כהרף עין, ובפרט אז מ'גייט זיך איצטער טיילן א כפליים לתושי'א ענין של צדקה, זאל דאס נאכמערער צוהיילן די כפליים לתושי'אין די גאולה האמיתית והשלימה.