עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-v8ds8svf

kind
paragraph
order
G
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און וואס דאס איז דאך אויך ווי מ'זאגט דאך אין הוי'אתם נצבים הגים כולכם, זאגט מען דאך דערנאך, אז מ'רעכנט אויס יעדערן באזונדער פון די צען סוגים, און פאר דערויף זאגט מען אויך, אז דאס איז כולכם אז ס'איז דא די ביידע איחוד פון די ביידע ענינים, אז אנשים נשים וטף שטייט יעדער באזונדער פאר זיך, און יעדערער פאר זיך גיט מען אים דעם כח, אז ער זאל ממליך זיין דעם אויבערשטן, און דער אויבערשטער בעט זיך ביי אים שתמליכוני עליכם, און בעט זיך אויך ביז אין אן אופן אז מ'טוט דאס ביחד עם זה איז דאס גופא נאכמערער מוסיף אין דער שמחה וואס מ'האט בכח דאס דורכצופירן, און וואס דער אויבערשטער בעט זיך שתמליכוני עליכם איז דאך דאס דערביי אויך א המשכה מיוחדה, נאך איידער ס'איז דא די גאנצע סדר השתלשלות, וואס דאס ווערט דאך פון תמליכוני עליכם, דארף מען האבן פריער דער תמליכוני עליכם, אזוי קען אויסגעפירט ווערן דער תמליכוני עליכם, אז ס'איז דא א מציאות פון א אידן, און א מציאות, דוקא א מציאות אמיתית, אף על פי וואס דאס איז א נשמה בגוף און בעולם הזה התחתן שאין תחתן למטה הימנו, איז דאך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז ער קען אויפטאן דעם תמליכוני עליכם, וואס פון תמליכוני עליכם ווערט די גאנצע מציאות וואס מאמיתת המצאו נמצאו כל הנמצאים פון וואנען נעמען זיך כל הנמצאים? דורך דערויף וואס ס'איז דא דער תמליכוני ה וואס דער אויבערשטער ווערט דער מלך על כל העולם כולו.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions