עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-v7dan1gm

kind
paragraph
order
r
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וכיוצא בזה בכמה וכמה מקומות. ויהי רצון, כמדובר, אז פון די אלע ענינים זאלן ארויסנעמען בפועל, און אנהויבנדיק פון דעם בפועל, כמדובר לעיל, ולא יקאת עמים ער זאל אנהויבן קלייבן ארום זיך פון דעם עם, און עמים לשון רבים, סיי כקטן און סיי כגדול, סיי אנשים מיט אנשים און נשים מיט נשים, און דערנאך ביידע זיי מיט קטנים און קטני-קטנים וכיוצא בזה, לעיל, און ס'איז דאך בודאי דארף מען ניט מוסיף זיין, אז כל המרבה הרי זה משובח, און כל הזרי הרי זה משובח, און כל המקדים הרי זה משובח, און דער וואס וועט ווערן אן ער להאיר בענין זה במיוחד, בזמן זה במיוחד, וואס דאס איז זמן המסוגל הזה איז דאך פארשטאנדיק, אז דעמאלט איז די הצלחה נאך מערער און נאך שנעלער און נאך טיפער און נאך ברייטער און נאך ליינגער, מתוך שמחה וטוב לבב איז מען מבטל כל הגבלות און כל מחיצות וכו'כמדובר, אז ס'ווערט בטל כל המחיצות, און מ'ווערט כאיש אחד ובלב אחד, ביז א קהל אחד, וואס דאס ווערט די הכנה מתאימה צו כל גדול ישובו הנה קהל לשון יחיד. און אין אן אופן, ווי ער זאגט גלייך אין די התחלה פון בזאת הברכה, אז יחד כל שבטי ישראל, און דאס ווערט פארבונדן מיט ויהי בישורון מלך אז אידן שטייען אין תכלית השלימות, וואס דעמאלט ווערן זיי אנגערופן בשם ישורון וואס דאס איז נאך מער שלימות ווי ישראל, און דאס ווערט יחד שבטי ישראל צוזאמען דערמיט אויך אז אידן ווערן ישורון און זיי ווערט מלך, ביז מלכא משיחא,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions