transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ס'איז דאך אויך כרגיל על פי תורה פון דעם אלטן רבי'ן פון לעבן מיט דער צייט פון דער חלק הסדרה, וואס זי איז פארבונדן מיט דעם טאג, וואס דאס איז דאך יום שלישי פון פרשה וזאת הברכה, וואס בשנה זו איז דאך כמה פעמים יום שלישי פרשה וזאת הברכה, ווי דערמאנט אויך פריער, איז דאך דאס אן ענין, אז ניט חס ושלום דאס ווערט פארעלטערט, נאר אדרבא מ'איז נאך מוסיף בזה נאך מערער ווי ס'איז געווען ביי דעם ערשטן מאל קומט צו ביים צווייטן מאל וכיוצא בזה לאחרי זה. וואס דער חלק השלישי, כמדובר כמה פעמים, הויבט זיך אן, וליוסף מברכת הוי'ארצו וואס דאס איז גלייך דערמאנט אויף נשיא דורינו, וואס ער האט זיך מתקן געווען אט די אלע תקנות האמורות לעיל, און מפרסם געווען, כולל אויך דעם ענין פון א התוועדות אין יו'ג תשרו מיט א מאמר חסידות, ווי ער חזר'ן על כל פנים וכיוצא בזה, ווי תוראת בהנוגע לפועל, איז דא אויך האט מען דאס גלייך בא דער התחלה פון דעם שיעור גלייך דערמאנט ולא יוסף אמר, וואס התורה היא נצחית ווערט דאך דאס אן אמירה נצחית, אז דאס איז ולא יוסף אמר איז דאס איצטער געזאגט געווארן אדרבא נאך מיט מער תוקף ווי ס'איז געווען אמאל, וויבאלד אז מעלין וקודש. און וואס האט מען אים גלייך געזאגט? מברכת הוי'ארצו און ווי רש יי טייטשט דאס אפ וואס דאס איז פשוטו של מקרא וביחד עם זה אויך נפלאות שבתורה, כידוע וואס דער שלא זאגט, און דער נשיא דורנו איז דאס מסביר בארוכה, אז דאס איז דערפאר וואס ער איז געווען דער זן ומפרנס ביז לכל הארץ, וואס דערפאר איז כל ווי ער זאגט אין מדרש, אז כל עם ישראל נקראים על שמו, און דערפאר האט ער אויך פארדינט אט די ברכה, אז לא היתה ארץ מברכת
¶2אפילו אין ארץ-ישראל, כארצו של יוסף, דערפאר וואס ער איז געווען אט דער רעה וו אס זנו מפרנס לכל הארץ, כולל אויך אנהויבנדיק ועיקר פון יעקב ובניו און די שבעים-נפש, ביז עד סוף כל הדורות איז נקראים על שמו, כמוזכר פון מדרש כמה פעמים לפני זה. און דערנאך זאגט מען, אין וואס באשטייט זיין ברכה? באשטייט מען דאך אין כמה חלקים, ווי אויסגערעכנט כמה פעמים כמה ענינים פון ירחים און פון שמש וכו,' און מ'רעכנט אויס, בשעת מ'דארף באווייזן וואס פאר א ברכה אידה זאגט מען אויף דערויף דער לשון וממגד, וואס מגד בפשטות, מגדים באווייזט דאס אויף אן ענין מסוג ביותר, ס'איז ניט סתם אן ענין טוב אדער אן ענין וואס ער איז מסביע, וואס זעטיקט אן וכיוצא בזה, נאר מגד איז פארבונדן מיט מגדים און מיט אן ענין וואס דאס באווייזט אויף אן ענין של תענוג, אויף אן ענין של מסיקות. און נאך מערער מ'זאגט פינף מאל דעם ווארט מגד דעם תואר מגד. וואס פשטות הכתובים האט געקענט שטיין דעם ערשטן מאל מגד און דערנאך מרמז זיין אדער מדגיש זיין אדער אפטייטשן, אז דאס גייט אויף די אלע ענינים שלאחרי זה, אדער אויף די אלע פינף ענינים, וואס דאס איז דאך אויך די שייכות יש לומר, די מעלה וואס ס'איז דא אין מספר ה, וואס דאס איז אויך פארבונדן מיט זאת הברכה איז אלעמאל בסמיכות צו יום הכיפורים, אדער דאס איז בשעת שבת-שובה איז פרשה האזינו, איז אט דעמאלט קומט וואס דאס טרעפט כמה פעמים, איז אט דעמאלט יום הכיפורים אליין, אין פרשה זאת הברכה, אדער ווי ס'איז קביעות פון שנה זו, איז דער שבת פון פרשה זאת הברכה געווען ביום הכיפורים, און דערנאך איז נאך אויך נמשך געווארן א העכערן אופן אין זאת הברכה, כמוזכר לעיל, וואס אט דעמאלט וועט דאס אויך אריינציען ביז צו האבן נאך א שבת פון חול
¶3המועד סוכות, וואס ער וועט אויך זיין בקריאה בציבור, וועט זיין א קריאה וואס איז פארבונדן מיט דעם ענין, פון דעם מועד, פון חול המועד, אבער ביחד עם זה, אין שיעורי חתת, על פי תקנות פון רבותינו נשיאינו, איז דעמאלט דער שיעור פון שבת פון פרשה זאת הברכה. וואס דאס איז דאך פאר גאנץ פרשה ענין פון ברכה און גאנץ פרשה ענין פון זאת דערנאך, אז ס'קומט צו זיין טאג במיוחד, צו זיין ברכה במיוחד, איז מען נאכמערער מדגיש, אז דאס איז אן ענין פון מגד, וכאמור ה'פעמים מגד. וואס דאס איז תכלית השלימות בכמה ענינים, ווי מ'זאגט אז בנוגע צו תפילות איז תכלית השלימות איז א יום וואס אין אים איז דאך חמש תפילות משא נכן שאר הימים איז האבן אדער ארבעה אדער שלשה, כמדובר כמה פעמים. און ווי די מעלה פון א חמישה תהי'ל לפרעה, כמדובר כמה פעמים. פון לשון את פריו איז כל מהורין, אז ס'שטייט כל הענינים בגלוי.
¶4דערנאך זעט מען אויך בפשטות, און דא איז אויך דער קשר מיט הקהל, אז בשעת ס'איז דא אן ענין של צמצום בא בית, ביסודה אט דעמאלט איז ניטא אויף אזויפיל דער הקהל, און מ'דארף האבן ער זאל זיין א נדיב לב ביותר ער זאל איינלאדן נאך מענטשן לשולחנו וכיוצא בזה, בשעת ס'איז דא על דרך הרגיל איז שוין דא מערער מענטשן, ווען איז דא דער ריבוי הכי גדול פון די מסודים? בשעת מאכלו איז אן ענין של מגד, ביז אין אן אופן מגד פינף פעמים תכלית השלימות אין דעם ענין פון מאכלים של תענוג, איז דאך פארשטאנדיק, אז ביי אים איז מערער תענוג ווען ער זעט ווי אזוי כל סביבותיו, און דארט איז דא כמה וכמה מענטשן, זיינען זיך אויך מתענהג פון דעם נגד פון וועלכן ער האט הנאה.
¶5וואס דאס איז אויך בפשטות, אז מ'זאגט אז ס'איז דא בשנת הקהל, און אט דעמאלט לייענט מען און מ'לערנט די פסוקים וממגד, און מ'זאגט דאס אז דאס איז פארבונדן און ולא יוסף עמר מיט נחלות הוסף, וואס ער האט באוויזן א ביישפיל בפשטות, און איז געווען דער משביר בר לכל הארץ, צו דער גאנצער וועלט ממש, יבא מצרימה לא ישבר לחל ביי א יוסף'ן, איז דאס געווען אין אן אופן פון נגד, און דאס איז אויך מדגיש, און דערמאנט נאכאמאל במכל-שכן וקל-וחומר, אז ס'דארף זיין הקהל את העם, וואס ס'איז דיין אייגענער פאלק, האנשים והנשים והטף וגוחה, אז זיי זאלן זיך אלע צוזאמענקלייבן ביי די ערשטע געלעגנהעט, וואס ס'איז דא אזא מעגלעכקייט, ביז אז דער ענין זאל זיין בפשטות, אפילו אין חוץ-לארץ און אפילו וואו ער קען דאס דורכפירן לכאורה מיט איין מנין, איז דארף ער דאס גלייך טאן מיט איין מנין, דעם ענין פון הכל, אף על פי וואס דאס איז ניט בכל המועד, נאר הכנה לזה, על אחת כמה וכמה ווען ער קען דאס טאן מיט כמה מנינים.
¶6על דרך זה איז אויך דער לימוד פון שיעור פון רמב ם, וואס דארט רעדט זיך אין הלכות מקוואות, וואס אין דעם שיעור פון היינטיקן טאג ווערט דערציילט, אז כל ענין של טהר איז מן התורה, איז דאס ביי מים יבוא יובה וטהור, און ער זאגט דארטן, אז די מים זיינען מטהר, און מערניט ווי מים, כמבואר דארט כמה פרטים בדבר, מיט תנאים בדבר. ו. וואס אט דא האט מען דאך גלייך ווי דער רמב אים אליין איז מבאר בארוכה לאחרי זה, אז אף על פי וואס לכאורה איז דאך א דבר גשמי ווען אין מים מטהר א דבר גשמי, וכידוע דער בריוו פון נשיא דורנו, וואס מ'האט ביי אים געפרעגט, נאך זייענדיק אין רוסלאנד, האט ער אים געפרעגט פון די גרויסע חסידים, אזוי ווי ער האט געהערט, אז בשעת מאיזו סיבה קענען ניט גיין אין מקרה, דארף מען לערנען משניות, און האט ער אים אנגעוויזן, אז מ'זאל לערנען פון מסכתא פון סדר כהרות, ובמיוחד פון די פרקים וואס רעדן וועגן אט די ענינים. און דערנאך האבן ער אויך מוסיף געווען, אז במה דברים אמורים אז דאס העלפט אינגאנצן? ווי דאס רעדט זיך וועגן א טבילת טהרה, ווען דאס דארף מען אבער האבן א טבילה בפשטות, אויף לא טהר בפשטות, איז אט דעמאלט מוז מען האבן אז ער ערשטער געלעגנהייט, אדער נאך פאר דערויף מוז מען האבן די תפילה בפשטות, און דערנאך דער ענין והוי דער לימוד אין משניות. און מ'זאגט אויף דערויף, אז דער גאנצער ענין פון מקוואות איז דאך בפשטות מוז מען האבן א מקוה מים וכו איז דאך דער רמב,"ם מבאר לאחרי זה בארוכה כמדובר, אז דאס גייט און דער משל איז אויף דעם. די דוגמא אויף דערויף איז
¶7און ניט נאר א משל, נאר דאס מיינט מען בפשטות מי הדעת הטהור, וואס בשעת מ'איז זיך תבל אין מי הדעת הטהור אט דעמאלט ווערט מען טהור פון כל דבר בלתי-רצוי רוחני, וויבאלד ער האט זיך תבל געווען אין מי הדעת הטהור. וכמדובר כמה פעמים, אפילו בנוגע צו צבילי גשמי שטייט אויף דערויף דער לשון, אז ווען איז מקוה מטהר דארף דאס זיין מים שכל גופו, שטייט ניט דער לשון בטל בהם אדער מחוסה בהם וכיוצא בזה, נאר ס'שטייט דער לשון שכל גופו עולה בהם.
¶8וואס דאס איז דאך אויך מתאים, ווי דער מיטעלער רבי ברענגט אין סידורים, אין די דרושים בזה, אז תבילה איז דאס אותיות בטל, ווארום דער עיקר התבילה איז פעולתו איז, אז ער זאל פועל זיין ביי אים א ביטול אמיתי, און וואס אט דעמאלט ווערט ער בטל לכל ענינים בלתי-רצויים, און ער ווערט א טהור.
¶9וואס דאס איז דאך, בשעת מ'קומט צוגיין צו הקהל, און מ'הויבט אן טענות, אז דאס איז אנשים און דאס איז נשים, און דאס איז קטנים בדיעות, און דאס איז קטנים סיי בדיעות און סיי בגיל, און דאס איז גאר קטני קטנים בדיעות וכו איז היתכן, אז מ'זאגט זיך, ער זאל זיך שטעלן מיט אים אין דעם זעלבן מעמד ומצב און הערן די זעלבע פרשה, און ניט זאגן קיין אייגענע פירושים, מערניט ווי הערן אט דאס וואס לייענט דער זעלבער מענטש פאר אלעמען צוזאמען, דוקא הכל ווען זיי זיינען אלע צוזאמען,
¶10שווייטער היתכן? כבוד התורה?! ער כאיז א תורה אין?! וואס הייסט ער וועט זיך שטעלן מיט בן תורה? על אחת כמה וכמה, אז ס'איז פונקט דער היפך פון ידיעה בתורה, על אחת כמה וכמה קטני-קטנים בזה, זאגט מען, אט דאס איז דער ענין פון הקהל, און אט דאס איז דער ענין פון א מקוה. וואס מקוה איז דארפסט דאך דארטן תבל זיין, טייטשט מען אפ אז תבל זיין איז ענין בטל ווערן, און נאך מערער בשרי עולה בהם און אט דעמאלט טוט-אויף דעם מקוה פעולתם. וואס דאס איז דאך אויך איינער פון די טייטשן פון מקוה איז פון לשון קהת און יכהת וכיוצא בזה, אז דאס קלייבט צוזאמען מכמה ענינים. יכהת עמים ס'קלייבט צוזאמען וואס דאס איז דאך אויך א פעולה פארבונדן מיט דעם ענין פון הקהל.
¶11דאס איז אויך, כמדובר, די כוונה בזה איז, אז דאס זאל אראפקומען בפועל בכל הענינים האמורים, און נאך מערער, אז יעדערער זאל מוסיף זיין כפי שכלו, און נאך מערער פון שכלו, כפום שיעורא דילי'און נאך מערער פון דעם שיעור שלו, און ס'זאל ווערן אזא שיעור ווי דער שיעור פון מים-סעה, דער שיעור פון מים שאה, וואס דאס איז דער שיעור פון א מקוה, איז בכמה ענינים מאכט ער פון א כלי אויס כלי, וויבאלד אז זי האט אין זיך מים שאה, ווערט דאס אויס כלי, במילא איז ער ניט מקבל-טן טומאל, כמבואר בארוכה אין כמה משניות פון סדר טהרות.
¶12וכיוצא בזה בכמה וכמה מקומות. ויהי רצון, כמדובר, אז פון די אלע ענינים זאלן ארויסנעמען בפועל, און אנהויבנדיק פון דעם בפועל, כמדובר לעיל, ולא יקאת עמים ער זאל אנהויבן קלייבן ארום זיך פון דעם עם, און עמים לשון רבים, סיי כקטן און סיי כגדול, סיי אנשים מיט אנשים און נשים מיט נשים, און דערנאך ביידע זיי מיט קטנים און קטני-קטנים וכיוצא בזה, לעיל, און ס'איז דאך בודאי דארף מען ניט מוסיף זיין, אז כל המרבה הרי זה משובח, און כל הזרי הרי זה משובח, און כל המקדים הרי זה משובח, און דער וואס וועט ווערן אן ער להאיר בענין זה במיוחד, בזמן זה במיוחד, וואס דאס איז זמן המסוגל הזה איז דאך פארשטאנדיק, אז דעמאלט איז די הצלחה נאך מערער און נאך שנעלער און נאך טיפער און נאך ברייטער און נאך ליינגער, מתוך שמחה וטוב לבב איז מען מבטל כל הגבלות און כל מחיצות וכו'כמדובר, אז ס'ווערט בטל כל המחיצות, און מ'ווערט כאיש אחד ובלב אחד, ביז א קהל אחד, וואס דאס ווערט די הכנה מתאימה צו כל גדול ישובו הנה קהל לשון יחיד. און אין אן אופן, ווי ער זאגט גלייך אין די התחלה פון בזאת הברכה, אז יחד כל שבטי ישראל, און דאס ווערט פארבונדן מיט ויהי בישורון מלך אז אידן שטייען אין תכלית השלימות, וואס דעמאלט ווערן זיי אנגערופן בשם ישורון וואס דאס איז נאך מער שלימות ווי ישראל, און דאס ווערט יחד שבטי ישראל צוזאמען דערמיט אויך אז אידן ווערן ישורון און זיי ווערט מלך, ביז מלכא משיחא,
¶13וי תיכף ומיד ממש לחיים.