עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-v18gexkp

kind
paragraph
order
p
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
דארף מען דאך ניט באווארענען אט די וואס זיי קענען ניט-גוט אויסנוצן דאס וואס זיי הערן דעם שם המפורש, ווי מ'זאגט אים ככתבו, איז דאך דעמאלט פאלט דאך אפ אט דער שער דיש לומר בפשטות, אז גלייך ווי ס'קומט די גאולה וואס דער מעמד ומצב פון אז רוח הטומאה אעביר מן הארץ הויבן גלייך אן די כהנים דוכנען, וואס ברכת כהנים איז דאך מן התורה בכל יום ויום, מערניט ווי מצד צער הגלות, צער פון דעם מעמד ומצב אין גלות וכיוצא בזה, איז דא ערטער וואס מ'דוכנט מערניט ביום-טוב, אדער על כל פנים ביום-טוב וביום השבת וכיוצא בזה, אבער אזוי איז דאך דער ענין פון דוכענען איז דאך א חיוב מן התורה בכל יום וכמה פעמים ביום, בשעת ס'איז ניטא דער חשש פון שקרות, איז דאך דער אפילו אין זמן תפילת מנחה אויך וכיוצא בזה, וואס יש לומר אז לעתיד לבוא, וויבאלד אז מ'וועט וויסן אז מ'האט ניט פארוואס צו חושש זיין, איז דעמאלט איז דער זמן פון ברכת כהנים אויך אין זמן מנחה, און דער עיקר אז ס'זאל זיין בפועל, למטה מעשרה טפחים, דער דוכנען פון כהנים אין ארץ הקודש, און דארט גופא אין ירושלים עיר הקודש, און דארט גופא אין הר הקודש, און אין בית המקדש, וואס אויפן הר הקודש, און דארט גופא ביז אין קודש הקדשים. ונזכי כל אחד ואחת קהל גדול ישובו הנה הןשים נשים וטף לארצנו הקדושה בבנינו ובבנותינו בנערינו ובזקנינו און אין אן אופן פון הקהל און הקהל גדול און תסמח און תסמח ארצנו הקדושה פון עשר אומות, און ווי דאס ווערט די אלע עשר דרגות קומט דאס אן צו יעדער אידן און צו אלע אידן, וואס אף על פי וואס ארץ ישראל איז דאך נתחלקה לשבטים האט דאך אבער יעדער איד א חלק אין גאנץ ארץ ישראל, ובפרט דאך ווען ס'רעדט זיך וועגן ירושלים, וואס לא נתחלקה לשבטים על אחת כמה וכמה בנוגע צו בית-המקדש און קודש הקדשים,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions